בלאט 3 פון 19
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 7:09 pm
דורך I'm back
ווער איז רבי יאנקעלע דזשיקוב'ע?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:59 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
כאנישקאן השגה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:05 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gN0duGEs6Nk[/youtube]
רוב פון די מכות מיט וואס די מצריים זענען געשלאגן געווארן האבן זיך אפגעשפילט אין, מיט, אדער ארום דעם נילוס. וואס האט די דאזיגע אומשולדיגע טייך נעבעך חוטא געווען, אז זי זאל אזוי געשלאגן ווערן?
דער תירוץ ליגט אין דעם פשוט'ן חילוק צווישן א פארמער אין מצריים און א פארמער אין ארץ ישראל. דער מצרישער פארמער האט באקומען דאס וואסער וואס האט אים געשפייזט, דערנערט, אנגעטרונקען זיין פעלד פונעם נילוס. דער ארץ ישראלדיגער פארמער באקומט עס פון רעגן, פון אויבן, פון הימל. דער מצרישער פארמער האט אראפגעקוקט צום נילוס, ווען ער האט זיך גענויטיגט אין וואסער; דער איד אין ארץ ישראל האט מיט'ן זעלבן פארלאנג אויפגעהויבן די אויגן צום הימל.
"גיי," האט דער רבונו של עולם געזאגט צו משה'ן, "און שלאג דעם נילוס -- שלאג די קאנצעפט פון קלאצן אויף דער ערד. זאלן אלע ארויפקוקן און בעטן."
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:51 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SEG1UZipufI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:05 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://www.youtube.com/watch?v=-GwwvtV1Nkw&app=desktopמשה רבינו איז אנגעקומען צו דער סנה דורכ'ן נאכלויפן אן אנטלאפענע שעפעלע. ער האט געוואלט כאפן דאס שעפעלע און עס צוריקפירן צו דער סטאדע, און אויפ'ן וועג האט ער באגעגנט די סנה.
וויל זיך אבער פארשטיין: בשעת משה האט זיך געלאזט לויפן נאך יענעם שעפעלע, איז די גאנצע סטאדע דאך געבליבן אליין. וואס איז געווען משה'ס חשבון?
איז דער תירוץ, אז די שעפעלעך וואס זענען אויפ'ן פלאץ, פאר זיי דארף מען נישט אזויפיל זארגן, ווי אויף א שעפעלע וואס איז פארלוירן געגאנגען. די וואס זענען דא, זענען פיין און וועלן זיך אן עצה געבן. דאס פארלוירן שעפעלע, דאס דארף מען נאך גיין און העלפן.
משה האט זיך אפגעגעבן א מיט גאנצער סטאדע שאף. די שכינה האט זיך צו אים באוויזן הערשט נאך דעם וואס ער האט זיך גענומען צו יענעם איינעם פארלוירענעם שעפעלע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow הערליך ווארט!
מזל טוב אויף 500 הודעות!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:15 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שקויעך!
כ'האב אליין נישט באמערקט אז כ'האב געהיט דעם 500 מיילסטאון.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:36 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דאס איז פשט וואס הרב שניצטלער שרייעט כסדר: אז איר ווילט מען זאל אננעמען אייער קינד אין חדר אדער מען זאל זיך אומקוקען אויף אייך, למרות אייער מצב אין אידישקייט, דאן ווערט אינגאנצען פריי לאזט איבער אלעס, הכל בכל מכל. אט דעמאלטס וועט איר זעהן ווי עס וועלן אייך נאכלויפן כל מיני עסקנים און ארגענעזאציעס מיט אלע הבטחות דער עיקר איר זאלט אייך צוריקקערן לשורשו.
יעצט זעה איך גאר אז דער אב הנביאים האט זיך שוין אזוי געפירט. דאס איז פשט פון די גמרא- הנח להם לישראל אם אינם נביאים- בני נביאים הם.
ווען א איד טוט וויי שרייט מען מיט אים
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 2:09 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=s_xFTcG-MjM[/youtube]
ווען אידן זענען געשטאנען ביים ים-סוף מיט די מצריים הינטער זיי, האבן זיי געשריגן. משה רבינו האט אויפגעהויבן די אויגן צום הימל און זיך גענומען שרייען צום באשעפער, אבער דער אויבערשטער האט אים געפרעגט: "וואס שרייסטו? דבר אל בני ישראל, ויסעו..." דער אויבערשטער האט שוין פריער מבטיח געווען משה'ן, אז ס'גייט זיין גוט; די אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן און מער זיך נישט אומקערן קיין מצריים. איז, צו וואס דאס שרייען?
נו, באמת: פארוואס טאקע האט משה געשריגן?
זאגט דער "שפת אמת": ווען א איד איז אין פיין, עס טוט אים עפעס וויי און ער שרייט, שריי מיט מיט אים. מאך נישט קיין חשבונות. ווער נישט קיין בר דעת. קיי נישט איבער די פרטים פון דער צרה. נישטער נישט ארום. פרעג נישט קיין קשיות. גיב נישט קיין עצה.
וויין מיט אים. שריי מיט. עס טוט וויי א צווייטן איד; ס'האט דעם איד געטראפן א שרעקליכע, ביטערע צרה. לאז אפ די נייגער. לייג די חשבונות אין א זייט. פיל מיט אים. וויין מיט אים. דאס אלעס.
דאס "אנדערע" קינד
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:45 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=t1Za-EV9DkQ[/youtube]
ווען יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן, האט רחל אמינו דערקלערט: "יוסף השם לי בן אחר." מיט "בן אחר" מיינט מען דא דעם "אנדערן", דעם "אחר", דאס קינד וואס איז אנדערש, ארויס, אוועק...
טייטשט דער ליובאוויטשער רבי: "ויקח משה את עצמות יוסף עמו": משה האט גענומען דאס "עצמיות", דאס וועזן פון יוסף, מיט זיך. אויב א איד גרייט זיך ארויסצוגיין פון מצריים, זאל ער אינזין האבן מיטצונעמען מיט זיך דעם פארלוירענעם ברודער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 12:49 pm
דורך פישלע העררינג
ווער איז דאס? תלפיות?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:29 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יא
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 8:34 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער קען טרינקען 32oz סאדע אינדערפרי פאר פרישטאג?
נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 9:22 pm
דורך מאטי
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=-GwwvtV1Nkw&app=desktop
משה רבינו איז אנגעקומען צו דער סנה דורכ'ן נאכלויפן אן אנטלאפענע שעפעלע. ער האט געוואלט כאפן דאס שעפעלע און עס צוריקפירן צו דער סטאדע, און אויפ'ן וועג האט ער באגעגנט די סנה.
וויל זיך אבער פארשטיין: בשעת משה האט זיך געלאזט לויפן נאך יענעם שעפעלע, איז די גאנצע סטאדע דאך געבליבן אליין. וואס איז געווען משה'ס חשבון?
איז דער תירוץ, אז די שעפעלעך וואס זענען אויפ'ן פלאץ, פאר זיי דארף מען נישט אזויפיל זארגן, ווי אויף א שעפעלע וואס איז פארלוירן געגאנגען. די וואס זענען דא, זענען פיין און וועלן זיך אן עצה געבן. דאס פארלוירן שעפעלע, דאס דארף מען נאך גיין און העלפן.
משה האט זיך אפגעגעבן א מיט גאנצער סטאדע שאף. די שכינה האט זיך צו אים באוויזן הערשט נאך דעם וואס ער האט זיך גענומען צו יענעם איינעם פארלוירענעם שעפעלע.
זייער א שיינער דרש , אבער וויאזוי לאזט מען טאקע איבער א גאנצע באנדע שעפעלעך אליינס ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:24 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אין משיבין על הדרוש
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:29 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dFGhvWlrCjE[/youtube]
"ולא יכלו לשתות את המים כי מרים הם."
ווען א מענטש איז ביטער, נעגאטיוו, ברוגז, אנגעווייטאגט, זעט ער אלעס אין לעבן מיט א שווארצן, נעגאטיווען בליק.
די אידן האבן נישט געקענט טרונקען דאס וואסער, "כי מרים הם": ווייל זיי זענען געווען ביטער.
לאמיר זיין אפטימיסטיש און אנקוקן די וועלט און אלעס אין לעבן מיט א פאזיטיווען בליק.
מענטשליכער קריעת ים סוף
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:54 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
http://www.youtube.com/watch?v=PN2xYhWt ... video_userמיר געפינען אז די מדרשים און מפורשים ווידמען זייער א סך טייטשן און פירושים אויף די פרטים ארום דער שירה - סך מער ווי אויפ'ן עצם קריעת ים סוף. זיי רעדן וועגן די פרוכט וואס זענען אויסוואקסן אינעם טרוקן-געווארענעם ים, וועגן די פייגלעך, ביימער, פלאנצן און כל'מיני אויסערוועלטישע גערוכן און געשמאקן.
ווייל, ווען מען שפאלט דעם ים המכסה אין זיך אליין, דערזעט מען פאר זיך פלוצלינג א הערליכע, וואונדערשיינע בריאה, פול מיט געשמאק און זיסקייט און ג-טליכקייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:18 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
https://www.youtube.com/watch?v=58RW_gn ... ata_playerאון יתרו האט געהערט וועגן אלעם וואס דער אויבערשטער האט געטאן צו די אידן - אז ער האט ארויסגעצויגן די אידן פון מצריים.
פארוואס עפעס האט דער פסוק געזען פאר וויכטיג אנצואווייזן אויף ספעציפיש אויף דעם פרט: איז עס דען נישט נכלל אין דעם "כל אשר עשה ה'"?
נאר יתרו האט געזען אז דער אויבערשטער האט ארויסגעצויגן די אידן, אן זיך רעכענען אינעם מצב אין וועלכן די אידן האבן זיך געפונען. ווען ער האט דאס געכאפט האט ער זיך געמאכט דעם חשבון, אז אפגעזען וואו מען געפינט זיך, קען מען אייביג ארויסגיין פונעם מצרים אין וועלכן מען געפינט זיך.
יציאת מצרים - לעולם וועד
נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:02 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3SuRBpUoync[/youtube]
מיר געפינען נישט אין דער תורה נאך א טעמע וואס האלט אין איין איבערגע'חזר'ט ווערן ביי יעדער געלעגנהייט ווי יציאת מצריים. די סיבה איז נישט אזא "אבסעסיע" וואס די תורה האט מיט דער געשעעניש, נאר ווייל ס'איז באמת נוגע אייביג, איבעראל, און פאר יעדן. יעדער מענטש האט זיך זיינע ענגשאפטן, פון וועלכע ער וויל זיך זען באפרייט, און אייביג קען מען זיך באפרייען. יציאת מצרים איז עפעס וואס איז מיד ולדורות.
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:53 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=egIQ_-ysCrw[/youtube]
משה רבינו איז געשטאנען אויף אן אומפארגלייכליך העכערער מדריגה ווי יתרו. זעען מיר אבער אז ווען ער האט זיך באגעגנט מיט יתרו'ן, האט משה זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד און אים געקישט.
משה האט געוואוסט אז ווי הויך ער זאל נאר נישט זיין, איז יתרו דער וואס האט געווידמעט זיין לעבן צו געפינען דעם אמת. יתרו האט געוואנדערט פון עבודה זרה צו עבודה זרה, אלעס מיט'ן ציל צו טרעפן דעם אמת'דיגן וועג צו ג-ט.
דאס, דאס זוכן, דאס שטרעבן פאר'ן אמת, איז די נקודה פון דער גאנצער תורה. פאר אזא איינעם איז די תורה געגעבן געווארן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:40 pm
דורך ברסלבער
נאך א פשט קען זיין אז אפגעזעהן אונטער וואסערע אומשטענדן עס רעדט זיך, דארף מען מכבד זיין און חנפ'נען א שווער...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:11 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vBJwKQY2vDw[/youtube][/youtube]
היינט פראווען מיר דעם געבורטסטאג פון די ביימער. די גמרא דערציילט אז חוני המעגל האט אמאל געזען א מענטש פלאנצן א באקסער בוים. דער תנא האט נישט פארשטאנען: "ווען דער בוים וועלכן דו פארפלאנצט יעצט וועט געבן פרוכט, וועסטו שוין לאנג נישט זיין אויף דער וועלט. וואס איז דער חשבון?"
יענער האט געענטפערט: "איך עס היינט באקסער. דעם בוים פון וועלכן דער באקסער וואס איך עס היינט, איז אמאל פארפלאנצט געווארן דורך עמיצן, וואס האט עס געטאן וויסנדיג קלאר אז ער אליין וועט קיינמאל נישט נהנה זיין פון זיין ארבעט. איך," האט יענער אויסגעפירט, "טו דאס זעלבע. איך עס היינט פון א צווייטנס ארבעט. זאל א צווייטער עסן פון מיינער."
דאס איז דער מעסעדזש וואס יעדער בוים זאגט אונז. ס'איז אונזער אויפגאבע זיכער צו מאכן, אז דער המשך גייט אן, אפילו מיר וועלן נישט דירעקט געניסן פון די פירות פון אונזער הארעוואניע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:01 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pbC94-JZFFA[/youtube]
"אם כסף תלווה." זאגט דער ליובאוויטשער רבי: אויב איר וועט בארגן געלט פאר אנדערע, "את עמי": דעמאלט זענט איר מיין פאלק, מיינע מענטשן.