בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 3:05 pm
דורך ודי למבין
לויט וויאזוי דו שרייבסט די מעשה זעט אויס אז יענער איז לכאורה אן אדיקט (אלקהאל, דראגס, געמבלינג) וואס דארף געלד צו קענען פונקיצאנירן. אדיקטס, ווי באקאנט, שטעלו זיך נאר אפ ווען זיי "היטן ראק-באטאם", כולי האי ואולי אז זיין בילד וועט ווערט פארשפרייט פאר די וועלט צו זען וועסטו גאר אויפטון אז ער וועט היטן ראק באטאם און זיכן הילף פאר זיין עדיקשען. נישט נאר דו וועסט אים שעדיגן, וועסט אים גאר העלפן...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:39 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]שלום_זכר[/tag]
Any updates?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:45 am
דורך איך אויך
ווילסט ער זאל שוין מאכן א קידוש? ער האט ערשט געמאכט א שלום זכר גיב עם א טשענס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:14 pm
דורך אבזערווירער
איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, אויך א פרייטיג נאכמיטאג, קומענדיג פון מאונט סיינע קיין ברוקלין מיט טרעין נומער 4 - ביי די 86 סטעישאן - עס קומט צו גיין צו מיר א דיקליכער אינגערמאן בערך אלט 30-35 א ביסל א נידיריגער לויט זיין וואג - זעט אויס א ליטוויש אמעריקאנער געשטעל אן א היט נאר מיט א דזשעקעט מיט א גאר קליינע ספירה בארד - און זאגט מיר די זעלבע מעשה מיט א קאר .... ער ווייזט מיר א פעקל צוואנציגער וואס ער האט אין די הענט און ס'פעלט אים א הונדערטער, כ'האב אים געזאגט איך בין שוין א אפגעבראטענער מער ווי איינמאל ......און איך זיך מיר בעסערע מצוות- לכאורה דער זעלבער גנב

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 3:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
אבזערווירער האט געשריבן:איך האב געהאט ממש די זעלבע מעשה, אויך א פרייטיג נאכמיטאג, קומענדיג פון מאונט סיינע קיין ברוקלין מיט טרעין נומער 4 - ביי די 86 סטעישאן - עס קומט צו גיין צו מיר א דיקליכער אינגערמאן בערך אלט 30-35 א ביסל א נידיריגער לויט זיין וואג - זעט אויס א ליטוויש אמעריקאנער געשטעל אן א היט נאר מיט א דזשעקעט מיט א גאר קליינע ספירה בארד - און זאגט מיר די זעלבע מעשה מיט א קאר .... ער ווייזט מיר א פעקל צוואנציגער וואס ער האט אין די הענט און ס'פעלט אים א הונדערטער, כ'האב אים געזאגט איך בין שוין א אפגעבראטענער מער ווי איינמאל ......און איך זיך מיר בעסערע מצוות- לכאורה דער זעלבער גנב


נו - גילוי!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 5:50 pm
דורך מאראנצןזאפט
נישט קיין ספק אז שלום זכר זאל מפרסם זיין יענעמס פרצוף. די מענטשן זענען ווי א בור ברשות הרבים און מ'דארף זיך היטן פון זיי. התורה חסה על ממונם של ישראל, והזהרו מפני הרמאים, ויש בזה משום מצות השבת אבידה וגמ"ח.
@אביגדור זאל מיר אנטשולדיגן אבל אין כאן דאורייתא ולא ספק דאורייתא, נאר א פאלנער גנב און רויבער. וכל הגוזל את ממון חבירו כאילו נוטל את נפשו, און די חוצפה און אראגאנץ מיט וואס יענער באגייט זיך איז אין לתאר ואין לשאר.
און אז מ'רעדט שוין פיל איך פאר א חוב קדוש צו מפרסם זיין: אין וויליאמסבורג און בארא פארק דרייט זיך א בנשק'ל פון ארץ ישראל ער רופט זיך אפילו אן אדמו"ר, א מר נפש א צעבראכענע איד וועמען ס'איז אפילו א מצוה צו שטיצן, ודא עקא וואס זיין פרנסה באשטייט פון ארומגיין בארגן געלט ביי כולל יונגעלייט אבל שלא על מנת להחזיר.
ער דרייט זיך ביי די תיקונס און לקח'ס און פארציילט מעשיות און קלעבט זיך אן צו יונגעלייט, און מסיח לפו תומו בעט ער א הלואה, געווענליך פון ארום צוויי הונדערט דאלער, און ביי א א גוטן קרבן ביז טויזנט.
זיין סקעם ארבעט אז ער דארף דאס געלט צו ווייערן קיין ארץ ישראל צו זיין ווייב וואס איז אגב אמת, און דעם קומענדיגן זונטאג וועט ער אי"ה כאפן א שנאר אין ראדני וואו ער לייזט געווענליך א טויזנטער און ער וועט תיכף ומיד באצאלן.
איך קען צענדליגער יונגעלייט וואס האבן אים געבארגט און קיינמאל נישט צוריק געזען קיין פרוטה. פרובירן זאל מען נאר מאנען און ער ווערט ווילד ווי א צאפ אז ס'פארגייט דער אפעטיט. און אגב, ער גיט אויך זיין סעלפאן נומער און מקען אים רופן בחפץ לב.
ווער עס וויל אים געבן צדקה אדרבה ואדרבה, אבער קיין הלואה זאל מען אים בשום אין אופן נישט געבן ער איז א פראסטער גנב בטלית שכולו תכלת.
האטס רחמנות אויף ענקער ארעמע אויסגעהארעוועטע געלט, בארגן איז א גרויסע מצוה אבער נישט פאר קיין סטרעינזשערס און געוויס נישט פאר א נדבורנער אייניקל פון ארץ ישראל, וצדיקים חביב להם ממונם יותר מגופם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:12 am
דורך דער (פינטעל) איד
פאר דע איליטירעט פון צווישן אונז, פרעי אין דעם ארטיקל מיינט נישט דאווענען.


.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:06 pm
דורך יאיר
קודאס צו ר' שלום פאר'ן פובליצירן די מעשה למען ידעו דורותיכם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
wow wow!!
דאס איז פיינע נייעס!
לאמיר האפן אז דאס וועט העלפען צו כאפן די פארברעכער.
און זאל זיך יעדער אויסלערנען אז [tag]שלום_זכר[/tag] איז די ראנג מענטש זיך אנצופאנגען מיט.....

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאווע שטיבל איז אלעמאל אהעד פון די נייעס, אונז ווייסן אויך שלום'ס לעצטע נאמען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:23 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב זכר, לאמיר נאר האפן אז דער איתן לייענט דעם פארוועטס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:50 pm
דורך יין שרף
שלום_זכר האט געשריבן:עס איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיי האבן מחליט געווען צו לייגן דעם בילד פון דעם אנדערן קרבן, אין די צייט וואס מיין בילד איז פיל קלארער.

אויכמער א יוד... ר'גייט מיט א לינקס אויף רעכטס...

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
הכרת פניו ענתה אז ער איז מזרע היספאניע מגלות החל מספרד עד פורטו ריקו

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:35 pm
דורך פאטעטא טשיפס
איך דערמאן מיך אז נעבן ״מאונט סיני״ פלעגט זיך איינער א שווינדלער דרייען און שנארערן געלט פון דאס מענטשהייט. מסתמא דער זעלבער פארשוין. אין חסד שטיבל דארט אין שפיטאל הענגט א מודעה להזהיר בו כל נפש חי. :?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:39 am
דורך שעפטל
[tag]שלום_זכר[/tag] דו זאלסט בעסער שרייבן יעדע פאר טאג דא, מאך מיך נישט טראכטן אז יענער האט די לעצטע לאך ח"ו....

כ'ציטטטטטער!

I am also a victim

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 2:37 pm
דורך עסקן בדברים
It was three and a half years ago, and I’m not sure if it was the same person, but I assume it is. I remember him being maybe in his mid 40s-early 50s. I met him on a Friday afternoon at the ACE 42nd St. subway station in Manhattan. He spoke to me in (a not perfect) Yiddish with an accent. He said he had to stay at a hotel for Shabbos and he’s going back to Israel right after Shabbos. I said I have no money on me, so he managed to make me get off the train and take out $200.00 for him from an ATM. Then after I finished he convinced me to take out another $40 so he can get some food for Shabbos. He took my email address and phone number and promised to get in touch with me right after Shabbos to pay me back. He wrote this note on the two sides of the ATM receipt.
He also wrote down what he said was his mother’s name and number in Israel because she would help me with a personal issue we discussed (not that I was interested, but I thought it was nice of him).
After not hearing from him, calling the numbers, and even seeing that there was no such address either, I went to the police who told me they will not file a report because there’s nothing they could do about it. I was just scammed, or something like that.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:44 am
דורך רויטע וואנצעס
עסקן בדברים האט געשריבן:It was three and a half years ago, and I’m not sure if it was the same person, but I assume it is. I remember him being maybe in his mid 40s-early 50s. I met him on a Friday afternoon at the ACE 42nd St. subway station in Manhattan. He spoke to me in (a not perfect) Yiddish with an accent. He said he had to stay at a hotel for Shabbos and he’s going back to Israel right after Shabbos. I said I have no money on me, so he managed to make me get off the train and take out $200.00 for him from an ATM. Then after I finished he convinced me to take out another $40 so he can get some food for Shabbos. He took my email address and phone number and promised to get in touch with me right after Shabbos to pay me back. He wrote this note on the two sides of the ATM receipt.
He also wrote down what he said was his mother’s name and number in Israel because she would help me with a personal issue we discussed (not that I was interested, but I thought it was nice of him).
After not hearing from him, calling the numbers, and even seeing that there was no such address either, I went to the police who told me they will not file a report because there’s nothing they could do about it. I was just scammed, or something like that.


holy cow דער זעלבער חכם האט מיך בשווינדלט בערך 8 יאר צוריק מיט א גאר ענדליכע אדרעס. די מעשה האב איך אמאל באשריבן דא בייגעלייגט איז די metro card מיט די זעלבע האנטשריפט. (ס'האט אביסל פעינט אויף עס..) די נאמען ער האט מיר געגעבן איז ישראל קופרמן, רחוב הפלמח 83, ירושלים. 02-583-2279.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:55 pm
דורך שמן זית
מיט איין זאך בארואיג איך מיר, אז די אלע מענטשען וואס פאלן אריין מיט אים, זענען כאטשיק בלי ספק יוצא די מצווה פון גמ"ח, אפילו עס איז באמת נאר א שווינדל, וויבאלד זיי מיינען גוטס, איז עס א מצווה.

ודו"ק.