בלאט 3 פון 8
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:וואס איז דאס אז די מושג "אויפגעקלערט" אזוי אראפגעקוקט ביי טייל חסידים אזוי ווייט אז זיי נוצן עס שוין אלץ א כינוי של גנאי?? וואס דען איז דער מענטשליכער תפקיד אז נישט טראכטן און קלערן און קלערן טויזעטער מאל בעומק אין יעדער סוגיא, אזוי לאנג קלערן ביז מ'ווערט אויפגעקלערט. עס ווילט זיך דיר נעמען דעם גאנצען זעקל מוח און אריינטראסקען אין אשפה אריין און שפילן א לעבן פון 'נעתק משכל אמו לשכל אשתו'? טראכטן איז א "גוישע זאך"??
לעצם הדיון, דא איז אויך גילטיג די מאמר השותקים "די וואס ווייסן רעדן נישט און די וואס רעדן ווייסן נישט". (כאפט א שנעלע בליק אויף די חברי השטיבל וואס האבן גארנישט מגיב געווען, זייערע נעמען זעהט מען נאר בתחתית הדף)
א שוויצער האט געשריבן:זיי טוען גארנישט בעד טובת ה'אפגעפארענער דעפרעסטער יוגענטליכער, זיי טוען בלויז אויף צו פארזיכערן אז דער פעישען האט ניש קיין וועג צוריק און זאל נישט נתפעל ווערן פינעם רשעים מלאים חרטות
"what can be asserted without evidence can be dismissed without evidence"
!!!
DISMISSED
ביי אונז איז ''אויפגעקלערט'' אראפגעקוקט ווייל מיר זען ווי זיי אלע ענדיגן, זיי זענען אלע אויפגעקלערטע מיט איין אגענדע אנצוקומען צו איין ציל , ס'איז א קאוד ווארט. אויב זאל זיך מאכן אן אויפגעקלערטער וואס האט לאנג געטראכט און געקומען צום החלטה אז ער וויל זיין ווי צבי מאיר זילבערבערג וועט יענער זיין אראפגעקוקט ביי יענע אזוי געריפענע אויפגעקלערטע.
דא הט איר א אויפגעקלערטער וועם מיר קוקן זייער ארויף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RPLsmwEbEjk[/youtube]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
א שרעקליכע זאך זאגסטו, ס'הייסט אז אלע וואס נוצן די קאפ און טראכטן מיט די אייגענע שכל קומען אן צו א מסקנא אנדערש ווי דו, עפעס טויג נישט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בכלל נישט. קוק דעם יו טוב לינק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קוק דעם יו טוב לינק
ער זאגט דארט "בעולם, יש הרבה אנשים שמחפשים את האמת כל ימי חייהם, ולא מגיעים"...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:28 pm
דורך קעניינע הארע
כאטש איך האב זיך קיינמאל פערזענדליך נאכגעפרעגט אויף פוטסטעפס און איך שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת, ווייס איך פון די ארגאניזאציע שוין א לאנגע צייט. ווייסט איר פון ווי? פון דא אין היימישן קאווע שטיבל. דא האב איך אלס געזען אז זיי שטיצן אפגעפארענע אידן. איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי? נישט וואס איך ווייס. כ'האב נאר געהערט און געליינט דברי שבח אויף זיי פון די לינקע חברה. אויף איינמאל זענען זיי עפעס א גאר חשובע ארגאניזאציע וואס פייערט א צענטע יארטאג. עפעס איז נישט בסדר דא.
און דאס וואס כעלעמער און אנדערע אויפגעקלערטע שרייען אז מען דארף נוצען דעם קאפ איז טאקע ריכטיג אבער נאר ביז א גדר. מען דארף וויסן אז מען קען נישט אלעס פארשטיין אונזער שכל איז זייער באגרעניצט און די אייבישטערס השגות איז אומבאגרייפלעך און וועגן דעם דארפן מיר פאלגן אלעס וואס עס שטייט אין די תורה אן קיין חכמות אדער אויבער חכמדיגע אויסריידן, זיכער מעג מען טראכטן און עס איז גאר א מצוה צו טראכטן, וכמ"ש ודורשי ד' לא יחסרו כל טוב. אבער מען קען עס נוצן לטובה און אויך פארקערט ה"י, און מאנכע דא ווילן עס נוצן נישט לטובה און שטעלן אן א פנים פון א תם און פרעגן מיט.א תמימות צו אויפגעקלערטקייט איז עפעס א פראבלעם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:52 pm
דורך ונבנתה העיר
מיט דעם האט דער נייטרא'ער רב געטייטשט: אשה כי תזריע, אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר, וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיט דעם האט דער נייטרא'ער רב געטייטשט: אשה כי תזריע, אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר, וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה...
מ'דארף כאפן די עמקות פון דעם מיימאר....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:10 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה האסט מיר אויסגעשאסן...
דער ווערטל (ענליך) קומט פון דא (כ'האב עס שוין אמאל מעתיק געוועהן)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 87#p646587
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:16 pm
דורך איך אויך
מיין לייק איז אויך פארען אויספלאץ.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
"קעניינע הארע" האט געשריבן:און דאס וואס כעלעמער און אנדערע אויפגעקלערטע שרייען...
חלילה וחוזר, קיינער שרייט נישט, דברי חכמי כעלעם בנחת זרועו יקבץ טלאים,
אונזער שכל איז זייער באגרעניצט
אוקעי
עפעס איז נישט בסדר דא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:54 am
דורך ימי קדם
קעניינע הארע האט געשריבן:איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי?
איך ווייס צו זיי הייסן ביי דיר תורה'דיג, אבער יא עס איז דא, אזא איינער ווי הרב יעקב הורוויץ פון מאנסי, ועוד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:47 pm
דורך קאווע טרינקער
מיר ווארטען צו הערן וויאזוי דער מעמד איז אדורך, בעיקר די קבלות על העתיד.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:57 pm
דורך קאווע טרינקער
ימי קדם איז דאך יא גערעכט, שטיין זאגט דאך קלאר אז פוטסטעפט האט אים זייער שטארק געשטיפט יא צובליייבן אין די קאמיוניטי.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:36 pm
דורך יידל
ימי קדם האט געשריבן:קעניינע הארע האט געשריבן:איז צופעליג דא עפעס א תורה'דיגע אויטאריטעט וואס שטיצט זיי?
איך ווייס צו זיי הייסן ביי דיר תורה'דיג, אבער יא עס איז דא, אזא איינער ווי הרב יעקב הורוויץ פון מאנסי, ועוד.
תורה'דיגע אויטאריטעט (whatever that means) צו נישט, הרב יששכר כ"ץ פונעם קאמפעטישן Frum and Stuck האט אויף פעיסבוק אנגערופן פוטסטעפס' פעולות "עבודת הקודש".
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:46 pm
דורך לעיקוואד
כיידל ועוד, איך האב שוין ערגעצעוו דא צוגעברענגט בשם א חשוב'ע רב און משפיע הרוצה בעילום שמו אז עס איז א מצווה צו שטיצען פוטסטעפס.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
דער שמועס באלאנגט אין 'קונסט', אבער מענין לענין איז ווערד צו דערמאנען אז די הערליכע שטיקל artwork וואס הענגט אין background פון הינדי זאבעל איז פאקטיש מעשה ידי אומן פון פריידא וויזעל, ס'צוזאמגעשטעלט פון notes וואס זי האט זיך אנגעשריבן במשך די יארן שטודירן נאך אין קרית יואל
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:07 pm
דורך בעל הבית
ווער איז דער שרולי?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:58 pm
דורך איחוד פעלד
די וואס פאלען נעבעך ארויס זענען אויס צו ווערען אויסגעניצט דורך נידריגע עלעמענטען, היימישע מנוולים וואס לאקערען אויף די בחורים און מיידלעך זיי אויסצוניצען און דורך דעם לייגט מען זיי אין דער ערד אריין, און זיי ווערען נאך מער צובראכען ווי פריער, און קלערען נישט פין זיך סעטלען און זיין נארמאלע מענטשען, און פארשטייט זיך אידען לויט זייער הבנה און לימיטעישענס,
טאמער איינער גייט און פראבירט צו סעטלען די בחורים און מיידלעך, אז זיי זאלען וויסען זיי זענען א יש, א מענטש, וואס ווייל ער וויל צוריק פאטשען אויף דער סיסטעם וכו', מיינט עס נאך נישט אז ער-זי דארף גיין און זיך מדבק זיין מיט יעדעס מנוול וואס זאגט צו גאלדענע גליקען, און סעטעלט זיי אריין אין זייערע מדריגה צו עכ"פ זיין א מענטש, אזוי וועט ער לכה"פ קענען מאכען א ריינער החלטה וואס און ווען ער וויל טוהן און זיין, איז עס א גוטע זאך.
איך ווייס נישט אויב פוטסטעפס טוט דאס אדער נישט, אבער אויב טוהן זיי דאס, איז פשוט א שאד אז דאס ווערט געפירט דורך מענטשען וואס זענען נישט מער היימיש.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:57 am
דורך נצבד
דוד המלך שרייבט אין תהילים " וראה אם דרך עוצב בי ונחני בדרך עולם"
כזאג גארנישט, איך ברענג נאר א פסוק
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:06 pm
דורך איחוד פעלד
שלמה המלך זאגט אין שיר השירים, אם לא תדעו לך היפה בנשים, צאו לך "בעקבי".
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:28 pm
דורך סאשי פיש
אפאר בילדער פון די מעמד!!
עס רייסט די הארץ אויף די פאלטישאנע אייניקעל!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:09 pm
דורך גוטע פינטעלך
עס קוקט אויס ווי דער שרולי שטיין זינגט עפעם "אכסוף" די שאלה איז נאר וואס?
ווי אויך זעה איך אז (איך געדענק נישט פינקטעלך זיין נאמען) איז געווארען פון די יושבי אור.
סך הכל פון די גאנצע מעמד איז אז א איד בלייב א איד, די גמ' זאגט איינס פון די דריי סימנים פון א איד איז 'רחמנים', ישראל אעפ"י שחטא ישראל הוא, ווי מען זעט דארט אז עס בלייבט איינגעקריצט אין זיי דאס מדת הרחמנות פון העלפען פאר אנדערע.
עס איז צום האפען אז עס זאל זיין 'מצוה גוררת מצוה' און זיי זאלען רחמנות האבען אויף זיך אליינס, און זיך צוריקערן אל חיק אביהם שבשמים באמונה שלימה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:20 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס מעמד ווען מעמד, דאס בילד - וואס איז לכאורה נישט יושר'דיג ארויפגעשטעלט געווארן דא, איז - לויט די הונטעראויסקוק, פון בית קויפמאן, ראדני, ניו יארק.