בלאט 3 פון 29

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 4:22 am
דורך [NAMELESS]
קול גדול האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די יידישע מקור פון דעם ליד?
www.youtube.com/watch?v=Pwd80XdZwXg
אויב האט עס בכלל א מקור.

אגב, א שיינע מעשה'לה די 'בלדה על הסוס', איר קענט עס זעהן לעבעדיג פארגעשטעלט דורך 'איש מצחיק היה'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:59 pm
דורך דָּוִד
רבי נחמן נחמן מאומן the popular song
comes from a Romanian song called numa numa (just google it) which apparently was inspired by someone who felt numa numa sounded like uman uman

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:20 pm
דורך דָּוִד
here's a hebrew version

אזהרה נשים!

http://www.youtube.com/watch?v=vAfPzUy8Gz0

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 4:43 am
דורך יואליש
קאמפאזיטאר און קאנדאקטאר גוסטאב מאהלער האט אמאל גענימען דעם באקאנטן פראנצויזישע לוליביי, וועלכע איז געשפילט אין א מעידשאר סקעיל, און האט דאס געטוישט צו א מיינאר און עס אריינגעבויט אלס די 3טע מאוומענט אין זיין סימפאניע 1. נאדיר. (פאר די גאנצע סימפאניע, און א פיל רייכערע רענדיציע, דריקט דא. דריטע מאוומענט הייבט זיך אן אויף 24:13)

נאכער איז געקומען מיין באליבטער יו"ט עהרליך אין "געבארגט" מאהלער'ס אויבענדערמאנטע דריטע מאוומענט און עס געניצט פאר זיין "אין בית המקדש," אויף זיין יידיש נחת קאסעטע.

_____

ווי מער כ'גריבעל אין מיין קונסט העלד, עהרליך, אלס מער ווער איך געוואר אז קאמפאזאציעס איז נישט געווען זיין שטארקייט. רוב,אויב נישט אלע, גיטע ניגונים זענען געבארגט פון קלאסישע און פאלקס ניגונים. ער האט נישט געמיינט צו פלאגיריזירן, און זיכער נישט געזיכט צו לייקענען זיינע מקורות, נאר פשוט אזוי ווי יונתן שווארץ נעמט פאפולערע ניגונים פאר זיינע גראמען, האט עהרליך געטוהן ס'זעלבע.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 4:52 am
דורך ידען
גוט מארגען יואליש. איך קעניש יעצט הערען ווייל לעבןן מיר שלאפט מען אבער שרייבען קענעך.

ערליך איז אליין געווען א קאמפאזער. אמת? נאר האט אויך גענומען, געבארגט פון אנדערע?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:10 am
דורך יואליש
אמת ער איז געווען א קאמפאזער. אבער די ניגונים וועלכע כ'פלעג פון זינען גיין ווער איך צוביסלעך געוואר זענען נישט זיינע. ערגעצוואו האב איך אמאל צוזאמגענומען א ליסטע פון אזוינע געבארגעטע ניגונים זיינע. דא אינעם אשכול בין איך געוואר געווארן נאך.

בנוסף צו די גראבע געבארגאכץ, זענען פארהאן ניגונים וועלכע מ'טרעפט די תנועות אין קלאסישע מוזיק, אבער לאו דוקא קלאר גע'גנב'ט. זיין זכרון איז זיכער געווען אומוויסענדערהייט א גנב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:50 am
דורך גדעון
די באקאנטע זינגען שאו glee האט געזינגען די חנוכה ניגון,
http://www.youtube.com/watch?v=XjniO0DEUUg

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:28 pm
דורך יואליש
Around 15 or 20 years ago, Hassidim used to dance the hora at weddings to
.The Lambada

(Beware, video features women; exercise discretion)

For music nerds: J-Lo sings a contemporary pop song (On The Floor) and borrows a tune from The Lambada.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:49 am
דורך טעפל
יואליש האט געשריבן:Around 15 or 20 years ago, Hassidim used to dance the hora at weddings to
.The Lambada

(Beware, video features women; exercise discretion)

For music nerds: J-Lo sings a contemporary pop song (On The Floor) and borrows a tune from The Lambada.

מ'פלעגט עס זינגען אויף ונהופך הוא.
בדרך אגב היינט איז דא פול מיט ניגונים וואס חברים געבען ארויס אויף זייערע חברים'ס חתונה מיט די לעצטע גויאשע ניגונים וואס 'סאיז דא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:34 pm
דורך משה געציל
וואו גליקליך איז ער... מ.ב.ד.
https://www.youtube.com/watch?v=I3JLQXvbApA
יישר כח ר׳ גלות איד פארן מיר עס צייגן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:50 am
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:וואו גליקליך איז ער... מ.ב.ד.
https://www.youtube.com/watch?v=I3JLQXvbApA

איך זע אז ס'האט גראדע א "אידישע" מקור, גענומען פון א "מכירת יוסף" מיוזיקאל, און די ניגון זינגט יוסף אין בית האסורים נאכן מעשה מיט אשת פוטיפר, ס'האט אויך רעפערענצן צום שואה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 4:53 am
דורך טעפל
ער זינגט דארט עפעס קינדער אוף איזראעל?! וואס איז דאס?
דרך אגב ס'איז נישט פון ר' יו"ט ערליך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 4:58 am
דורך טעפל
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטען עס נישט אויס.
אויך פון מרדכי בן דוד וואס כמדומני אז ער זינגט נאך ר' יו"ט ערליך.
http://www.youtube.com/watch?v=K-DKXuWuoYM

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:36 am
דורך יואליש
טעפל האט געשריבן:ער זינגט דארט עפעס קינדער אוף איזראעל?! וואס איז דאס?
דרך אגב ס'איז נישט פון ר' יו"ט ערליך?


עהרליך זינגט אן אנדערע ניגון "דער גליקליכער אמאל" אויף זיין "לוקסוס" רעקארד. טאקע פון די געציילטע טיפע ווערק צו וואס כ'האב נאכנישט געטראפן א פריערדיגע מקור. אבער מיין קאנפידענץ אין עהרליך'ס קאמפאזיטארישע אריגינעלקייט איז אזוי צוקלאפט, אז כ'שפיר אז ס'איז א פראגע פון צייט ביז מ'וועט דאס אויך אפירקראצן.

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:46 pm
דורך דָּוִד

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:08 am
דורך ונבנתה העיר
דָּוִד האט געשריבן:http://tzimukym.blogspot.com/2013/02/blog-post_4778.html

זיינע זיידעס האבן עס געזינגן ביי די ארבעט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-ILbUduwBkg[/youtube]

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 11:29 am
דורך יואליש
א ידיד מיינער וויל מיר זאגן אז די דאזיגע טראדיציאנאלע ניגון (בולבעס, אדער זונטאג בולבע) איז מעגליך די אינספיראציע פאר יו"ט עהרליך'ס "שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש."

וואס דענקט דער עולם?

אני מאמין - יו"ט עהרליך

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:39 pm
דורך יואליש
די מקור פארן אני מאמין פון יו"ט עהרליך, ווערט אויך נאכגעזינגן ביי אברהם פריעד אויף דאס ערשטע אידיש אוצרות.

דער גענעראל יו"ט עהרליך

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:45 pm
דורך יואליש
מקור פאר יו"ט עהרליך'ס "דער גענעראל." דא געזינגן דורך אברהם פריעד אויף אידיש אוצרות ב'.

(כ'זעה פראפ. דוד אסף האט עס געפאוסט אויף יוא-טוב, איז מעגליך אז מ'האט שוין דאס באהאנדעלט פריער מיט אסף'ס געפינסן.)

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:53 pm
דורך יאיר
יואליש האט געשריבן:מקור פאר יו"ט עהרליך'ס "דער גענעראל." דאגעזינגן דורך אברהם פריעד אויף אידיש אוצרות ב'.

(כ'זעה פראפ. דוד אסף האט עס געפאוסט אויף יוא-טוב, איז מעגליך אז מ'האט שוין דאס באהאנדעלט פריער מיט אסף'ס געפינסן.)

אויב עהרליך האט עס גענומען פון דא האט ער עס היבש געטוישט. זיינס איז פיל שענער.

דאוויד הארידאק - יו"ט עהרליך

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 6:56 pm
דורך יואליש
אלס א עהרליך אנהענגער, האב איך אלס געהאלטן אז זיין "דאוויד הארידאק" איז פון זיינע געלונגענסטע מוזיקאלישע קאמפאזיציאס. דאס ניגון איז א מציבה און געדענקמאל אויף זיין שטאט ווי עהרליך איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן (זיין פאטער איז געווען אין מיליטער). די ניגון שפילט אויף די חבלי משיח רעקארדירונג.

נאדיר פון ווי עהרליך האט גענימען דאס ערשטע פאל. ס'איז באגראבן אינעם ניגון דאס ערשטע מאל דא און נאכאמאל אינעם פולן פראכט פונעם סטרינג אפטיילונג דא.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 7:58 pm
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:מקור פאר יו"ט עהרליך'ס "דער גענעראל." דאגעזינגן דורך אברהם פריעד אויף אידיש אוצרות ב'.

(כ'זעה פראפ. דוד אסף האט עס געפאוסט אויף יוא-טוב, איז מעגליך אז מ'האט שוין דאס באהאנדעלט פריער מיט אסף'ס געפינסן.)

אויב עהרליך האט עס גענומען פון דא האט ער עס היבש געטוישט. זיינס איז פיל שענער.


נאדיר פיל שענער נאך פאר עהרליך


http://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQ ... ata_player

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 8:40 pm
דורך יאיר
יאפס, גערעכט. יואליש, פון וואו קראצטו אפיר די אלע סחורה?