צום אלעם ערשט וויל איך דא ברענגען א לשון פון ר' שמעון סופר און זיין הקדמה אויף חתם סופר אויף בראשית, וואס ער רירט אן [tag]יענקל[/tag]ס שאלה
הדרך הג' והוא הדרך היותר כבוש לרבים בין בהלכה בין באגדה הוא ''הדרוש'', וזה מה שמצינו לפעמים דרשות שהם נגד השכל בהשקפה ראשונה, למשל שמשה ופרעה יהיו חלוקים בפלוגתת הרמב''ם והראב''ד, דבר זה זר יחשב בעיני ההמון, אבל הענין הוא כך, כי הש''י האציל על כל אדם בין יהודי בין נכרי, רוח חכמה ותבונה לעשות משפט וצדקה בארץ ולהבדיל בין הטוב ובין הרע וגם השיגו בחכמתם ורוח בינתם לדעת התורה [!!!], וכבר אמרו חז''ל [במד''ר כ''א ב', ברכות נ''ח ע''א] כשם שאין פרצופיהן שוה כך אין דיעותיהן שוה, וכל איש ואיש מידותיו הטבעיים וחינוכו מנעוריו ודברים שונים אשר עברו וחלפו על ראשו הן לטוב והן למוטב מסבות שונות הן המה יועציו מתי סודו ולפיהן ישפוט, ואל המקום אשר הם שבים ללכת ימשכו גם את השכל עמם, וככה מצינו שהאחד יחייב לאמת מה שחברו מחליט לשקר, אף אם שניהם כאחד כוונתם להשיג האמת, וכזה ג''כ ענין הפלוגתא למשל הרמב''ם ברוח חכמתו ושכלו יחייב את ראובן לשלם, ועין שכלו של הראב''ד יזכהו, וא''כ איננו רחוק כי סברת הרמב''ם תהי' ג''כ סברת פרעה, ר''ל שגם הוא שפט כן לפי שכלו וחכמתו אשר העמיק והשכיל בה, וכזאת מצינו ג''כ בגמ' סנהדרין [י''ט ע''ב] דשאול ודוד איפלגו בהמקדש במלוה ופרוטה בסברת תנאים אחריהם, ושניהם כוונו לאמתה של תורה,
פון די ווערטער פון הרב סופר קען מען ארויסנעמען אסאך, קודם כל, בנוגע יענקל'ס שאלה, וואס פאר א חשיבות האט א פשעטל אז כאילו פרעה האט געהאלטען יש אם למקרא וכו', זאגט הרב סופר, אז דער גאנצער.סיבה פארוואס איינע פון די תנאים/אמוראים האבן געהאלטען יש אם למקרא וכדו', איז נישט ווייל זיי האבן געהערט עפעס א כרוז, אדער אז ברוח קדשם האבן זיי דאס משיג געווען, נאר זייער לאגישער פארשטאנד האט זיי געצויגען איינער צו דער ריכטונג פון יש אם למקרא, און איינער צו ריכטונג פון יש אם למסורת וכדו', און דער סיבה.פארוואס זייער לאגיק האט זיי געצויגען על איזשהו כיוון איז אויך נישט עפעס א מאטעפיזשער, נאר פשוט'ע נטיות פון זייערע תכונות הנפש וכדו', נא אויב אזוי פארוואס איז אויסגשלאסען אז פרעה אדער ווייסעכווער זאל נישט האבן אן ענדליכען תכונה צו רבי יוחנן אדער רבי יצחק נפחא, אז די זעסט א געוויסע אקט פון פרעה וכו', און דער פסיכו אונטערן אקט, ענדעלט און דעם פסיכו וואס ליגט אונטער די סברא פון יש אם למקרא וכו', קען זיין אז אזא פשעטל האט און זיך א געוויסע אמת.
און נאך זעט מען פון הרב סופר'ן, ער מאכט א סוף צו די אלע נאנסענס און דברי שטות והבל, אז כאילו די אלע ווערטער פון תנאים אמוראים ראשונים ואחרונים וכו' איז אלס געשריבען געווארן ברוח קדשם, ואין רשות רח''ל להרהר אחרי דבריהם, זאגט ער האק נישט און קאפ, די איינציגסטער תורדיגער ווערק, וואס קען באצייכענט ווערן אלס מיסטיש, איז תורה שבכתב אליין, [און דאס ווענדט זיך אויך וואס מען האלט אויב משה האט צוגעלייגט צו חמישה חומשי וכו' כמדומה אז און בבא בתרא אויב איך געדענק גוט דף ט''ו, איז דא א מחלוקה וואס משה האט צוגעלייגט, ועל מה שמחליטי שניתוסף ע''י משה, איז אויך נישט מער ווי א לאגיק ואכמ''ל] משא''כ תורה שבע''פ, די אלע דיעות און הלכות וכו' וכו' איז אלעס פארבונדען מיט די לאגיק פון די תנאים וכו',
און נאך זעט מען, אז א גוי קען צוקומען מדעת עצמו צו די זעלבע.מסקנות וואס דער תלמודישער קומט צו, דהיינו, מיר זענעם צוגעוואוינט אז וואס א גוי זאגט איז חזיר טריף און אלס וואס ער זאגט איז נאר מלא.טריפענע נגיעות, זאגט הרב סופר הייבט זיך נישט אן, ער צוקומען די זעלבע שטאפל פון ריינע דיעות פונקט ווי דער תנא וכו'
און נאך זעט מען, אז ריכטיג טוען די מחברי ספרים, געווענליך קומט עס פון תלמודישע פראפעסארען, וואס זענען מסביר און צונעמען דער תכונת הנפש פון א תנא, ראשון, און נעמען א חלק פון זיינע פסקים און שטעלן עס צוזאם מיט זייערע תכונות הנפש, און ער וויזט אויף, כגון אז שמאי איז געווען מער קפדן ובכן איז ער.מחמיר וכדו', איך געדענק נישט אויפן פלאץ די נעמען פון אזעלכע סארט ספרים, אפשר מידות לחקר ההלכה, און די בעק פון קובץ יסודות וחקירות מהודרה א', האט ער געהאט אזא גאנצע מדור ספעציעל פאר דעם, איך געדענק דעמאלטס האט מען געהאקט, ווי קען א מענטש אריינרעדן, און תנאים און אמוראים, וכו' אזעלכע דברי רוח והבל, זאגט הרב סופר, אשרי חלקם וכה לחי, דאס אמיתת התורה, תורה שבע''פ וואס עס געשריבען דורך שוכני בתי חומר, אפשר הייליגע בתי חומר, אבער פארט בתי חומר, איז געשריבען נישט מיט רוח הקודש, און אן קיינע כרוזים מיט חזיונות, אלעס האט אונטער זיך א פשוטער לאגישער פסיכו, וואס יעדער קען פארשטיין, והא ראי' אז דער גוי קען אויך צוקומען צו דעם מדעת עצמו, והשתא דאתינו להכי, און אויב תורה שבע''פ איז א חלק פון תורה, און עס איז דא א חיוב איר צו לערנען, איז במילא חל א חיוב צו דערגרונטעווען דער פסיכו און דער תכונות הנפש פון דער תנא ראשון וכו' ודו''ק כי קצרתי במקום שיש עוד להאריך הרבה, כהאב עס געשריבען און איילעניש, ווייל איך בין געווארן עקסיידעט ווען איינער שרייבט ממש וואס איך האלט שוין א לאנגע צייט