כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ויהי בימים ההם, פאר א קנאפע הונדרעט און צוואנציג יאר מיט א שמייס צוריק איז נאך דער אינטערנעט נישט געווען אזוי נפוץ ביים היימישען ציבור אווי היינט צוטאגס בעו"ה. אין יענע יארן זענען זיי געווען די 'קובצים' 'ירחונים' און 'רבעונים' וכל שום ובצל וואס האבן פארטרעטן דאס וואס קאווע שטיבל ואחותה וצרתה איז היינט פאר אונז יושבי חושך ואור. איז זיך דעמאלס פארלאפן א פרשה, א שערוריה אזוי צוזאגן, וואס האט אריינגעשלעפט מאמרים, מחאות, קונטרסים, תשובות, פאשקעווילן, חרמות, און וואס נישט, פונקט ווי אין די שפעטערע ת"ש יארן.
אנגעהויבן דער שטורעם האט זיך עס מיט א קורצע מאמר אינעם "הצפירה" פון
כ"ח כסלו תרנ"ב אונטערן נאמען "מאי חנוכה" פונעם עורך ראשי דער גרויסער גאון און ידען
רבי חיים זעליג סלאנימסקי וואו ער קומט אויף מיט א חידוש אינעם סוגיא פונעם 'פך השמן', ובכן אז אפילו נניח ס'איז אמת אז עפעס א מעשה האט פאסירט מיט א קריגל אויל, איז בכלל נישט משמע אז דער מדובר איז פון א 'נס'. ער איז מדייק פון לשון הרמב"ם ביי חנוכה ווען ער איז מעתיק די מעשה פונעם פך השמן, לאזט ער ארויס די ווערטער "ונעשו בו נס", ער פארארבעט זיך אויס א מהלך אז די כוהנים האבן זיך ארומגעזען מיט איין קריגל אויל, און פרישע סחורה קומט הערשט אן אין אכט טאג ארום, און היינט אנצינדן און דערנאך גיין שלאפן פאר די קומענדיגע זיבן טעג וועט שטארק אראפקלאפן די מאראל ביים ענטיוזיסטישע מאסן וואס די הדלקת המנורה אינעם פריש פארכאפטן בית המקדש מיט א גרויס טריאומפ לפרסומי ניסא האט געדינט פאר זיי אלץ א שטיק חיות, א תרועת נצחון. זענען זיי געפאלן אויף אן המצאה, מ'האט צוטיילט דאס אויל אויף אכט טיילן און יעדן טאג האט מען אנגעצינדן איין חלק, געברענט האט ער טאקע נאר אנפאנג נאכט 'עד שתכלה רגל מן השוק' ווילאנג מענטשען קענען אין אכט נעמען, און דערנאך, ווען דער עולם איז זיך געגאנגן שלאפן, האט זיך עס נאטורליך פארלאשן. און מיט דעם פארשטייט מען פארואס אין 'מקבים', 'פולאוויס', 'על הניסים', 'הנרות הללו', וכו' וכו' ווערט בכלל נישט דערמאנט פון אזא נס. (און ווי ער שרייבט
שפעטער,
"מה שבאמת ע"פ הדין, המאמין בנס השמן שהוא העקרי בנס חנוכה, הוא מעיד עדות שקר בעצמו, להיותו מאמין בלבו בנס גדול למעלה מן הטבע, ובפיו יאמר על הנסים ויודה לה' על נס אחר קטן בטבעו, והוא נצחון החשמונאים ! האין זה כמעיד עדות שקר בעצמו ? !)
אין א שפעטערע
הצפירה קומט אן א מאמר מיטן נאמען 'נס מנסיון' פון "צבי פערלא" מיט נאך א באמבע, דאס מאל בשם הגאון רבי יהודה בכרך (בעל נימוקי הגרי"ב), אז אין די אלטע גירסא אין במה מדליקין איז אויך נישט געשטאנען "ונעשה בו נס" נאר "ועשו בו נסיון", און אז פשט גייט ווי סלאנימסקי, עיי"ש. אינעם זעלבן הצפירה, און אויך אין די נומער פון
א טאג פריער דרוקט ער דארט בריוו וואס גוטע פריינד האבן אים מייעץ געווען נישט מער צו שרייבן אזעלעכע חידושים פאר די פשוטי המון עם, און זיין תגובה לדבריהם.
איך דארף אייך נישט פארציילן וואס פאר א צונאמי האט דא אויסגעשאסן. ס'האט זיך אנגעהויבן שיטען ברויזען בריווען הין און צוריק, (הצפירה נומ'
7,
11 (וואו דער כותב המכתב פארציילט ר' חיים זעליג'ן מיט שמחה אז דער גאון רבי דוד פון נאווארדיק אין זיין ספר גליא מסכת (
או"ח סימן ו') שרייבט אויך ווי אים. למעשה לא דובים ולא יער. אדרבה, דער נאווארדיקער איז מאריך בדרוש מסביר צו זיין די וויכטיגקייט פונעם נס השמן, אז אן דעם וואלט מען בכלל נישט געקענט מאכן קיין יום טוב אויפן חלק הנס פון נצחון המלחמה ווייל זיי וואלטן נישט געקענט וויסן מה יולד יום, אפשר צומארגנס וועלן די אנדערע זייט זיך גובר זיין און צוריקדרייען די מצב. איז פאדרעם געקומען די נס השמן צו ווייזן די יידן באותו הדור אז שכינה שורה בישראל און זיי האבן נישט וואס צו זארגן, עיי"ש. דער מהר"ל אין
חידושי אגדות זאגט אויך אן ענדליכן געדאנק אז באמת איז דער עיקר פון חנוכה פאר די נצחון המלחמה קעגן די יוונים, נישט פאר די נס השמן. מ'מאכט נישט קיין יום טוב פארן קענען מקיים זיין א מצוה זאגט ער, הודאה והלל מאכט מען נאר פארן הצלה, און פארדעם טאקע דערמאנט נישט דער בעל הניסים דער גאנצער נס השמן בכלל. נאר די נס השמן האט אויסגעפעלט אז ס'זאל זיין א קלארע הוכחה אז די נצחון הצלחמה איז אויך געווען פון השי"ת, און נישט נאטורליך מכוחם וגבורתם פון די חשמונאים),
13,
20, און
28). אין א קורצע
אנטווארט צו א חסיד וואס האט אים באווארפן מיט טענות זאגט אים חז"ס הער, דו ביסט א חסיד, איך בין פונקט אזא חסיד ווי דיר. נאר דו ביסט א חסיד פון דיין רבי'ן און איך פונעם רמב"ם. א צייט שפעטער
פארציילט חז"ס אז אין ירושלים האט דער "ראש הרבנים" (רבי שמואל סאלאנט ז"ל) געבעטן מ'זאל אים ברענגן אלע הצפירה'ס אהין און צוריק און נאכן מעיין זיין האט ער געגעבן גערעכט פאר רחז"ס (אינעם ערשטען מהדורה האב איך געשריבן אז דאס וואס רבי יעקב ליפשיץ שרייבט איבער דעם "תמים הרחוק מכל תחבולות הספרות" וואס האט על פי עצתו אריינגעשטעלט א מודעה אין המליץ אז ער ציהט צוריק פון זיין שטיצע פאר חז"ס, אז דאס מיינט ער רבי שמואל סאלאנט. למעשה איז עס א טעות. רבי שמואל האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן, ווי עס
שרייבט זיין סעקרעטאר ר' חיים מיכל מיכלין. נאר נאך גרויס דרוק פון אסאך בריוון האט זיך נאר ארויסגעדרייט אז ער האט נישט קיין צייט און ער מישט זיך נישט אריין 'לא לשבט ולא לחסד'. און אז די אנדערע רבנים און ירושלים זענען אויך געבליבן אין דער זייט. די מעשה מיטן אנאנס אין
המליץ איז מיט רבי יהודה מעשיל הכהן צירקעל, רב אין באריסאוו. דאס איז געווען בתגובה צו זיינס א בריוו וואס אלכסנדרוב (זעה שפעטער) האט אריינגעשטעלט אין 'דברי שמואל' לטובתו, און מחמת גרויס דרוק האט ער זיך געמוזט אפשאקלן פון דעם).
אינעם (competition)
המליץ איז מען אוודאי אויך נישט געבליבן זיצן אויף בליי, אויפן front page זענען זיי ארויס מיט א מעכטיגע קול מחאה אויף דאס וואס חז"ס מיט זיין שיטה טשעפעט די יידישע 'רגש', און איר אמונה אין ניסים וואס גיבט איר די אזוי וויכטיגע שטארקייט און האפענונג. וואס וועט דען שאדן פארן יידישען פאלק, פרעגן זיי, דאס גלייבן אין דעם נס, חוץ די לעצטע פאר קאפיקעס וואס זיי געבן אוועק צו קויפן חנוכה ליכט?. פארוואס זאל מען אפשוואכן די אמונה, און די 'עדן והעונג אשר ישבע את היהודי בהדליקו את הנרות, ואת יראת הכבוד לעמם ורגש אמונים לאלהיהם אשר אשר יביאו הנרות בלב הילדים, עד כי בארצות המערב קבעו את לילי החנוכה לחג לילדים להפיח בלבם רוח היהדות'!! (אסאך פון די מבקרים פון חז"ס ברענגן עפעס ארויס ווי כאילו אויב איז ער ווען גערעכט האט נישט קיין שום פשט מער מקיים זיין די הייליגע מצוה פון הדלקת נר חנוכה. נאך מער
שרייבט איינער אז ער האט געזעהן א בריוו פון די ווילנא אומגעגענט ווי איינער רעדט זיך אפ דאס הארץ אז דאס יאר זענען אסאך נישט געקומען פורים צו די מגילה ליינען, מיט די טענה אז אויב איז חנוכה נישט געשעהן קיין נס, איז זיכער נישט פורים. עפעס וואס איז כמובן מאליו לא עלתה על לבו פון חז"ס בכלל. דאס שטיקל רמב"ם אויף וואס ער בויעט זיין בנין איז דאך אין הל' חנוכה, צוזאמען מיט די הלכות פון הדלקת נרות חנוכה. און לדברי חז"ס איז זיכער די יום טוב נתקן געווארן אויף א נס. נאר נישט די נס פון ריבוי השמן). בעיקר דרייען זיי אן אין 'המליץ' אז חז"ס האט מיט זיין מאמר אנגעמאכט א שרעקריכע חילול השם ווען עס איז באריכטעט געווארען דערוועגן אין די גוי'שע פרעסע אז ווי כאילו חז"ס איז מצדד צו די שיטות פון Stepan Iakovlevich Diminsky אין זיין אנטיסעמיטישע בוך קעגן די יידן און דער תלמוד. זיי גייען אזוי ווייטער און באשולדיגן באמת סאך מער די קנאים, וואס אנשטאט ערלעדיגן די מעשה בשתיקה דורכן מעורר זיין רבי חיים זעליג'ן איבער זיין טעות, האבן זיי אנגעדרייט א שטורעם מיט פאשקווילן בראש כל חוצות פארלאנגדיג נישט ווייניגער ווי א "חרם" אויפן 'הצפירה'. און דאס האט צוגעברענגט אז די שונאי ישראל זאלן האבן שטאף אויפן יידישן פאלק. זיי פארציילן דארט אויך אז חז"ס האט פאר'מסר'ט פאר די אינסטאנצען טייל פון די רודפים. איינס פון די שטארקע טענות אויף די קנאים איז דאס אז די פולישע צייטונג וואס האט באריכטעט איבער די שערוריה האט בתוך הדברים מבזה געווען דעם באקאנטן משומד
דר. דניאל חוואלזאהן, א ייד וואס טראץ זיין שמד האט זיך עד יום מותו איבערגעגעבן במסירת נפש פאר זיינע ברידער, ובפרט פאר די פרומע ליטווישע און די חסידים.
די וויכוחים ציווישן 'הצפירה' און 'המליץ' האבן זיך אנגעהאלטן היבש לאנג לדוגמא,
דא און
דא פון
הגאון רבי יהושע העשיל מרגליות זצ"ל אב"ד ווישנאווע זיך אנצונעמען פאר חז"ס. ער פירט אויס "סוף דבר, דברי חז"ס חיים הם למוצאיהם".
דא און
דא וואו רבי אייזיק ליב סטוליאר, רב אין קוזניצא ענטפערט אים אפ). אין איין אזא
מאמר טענה'ט יעקב רייפמאנן אז באמת איז יא געשטאנען די נס השמן אין ספר החשמונאים, נאר די מעתיקים האבן עס שפעטער משמיט געווען.
דער מאדנער גאון
רבי שמואל אלכסנדרוב פון בוברויסק איז לעומת זה ארויס זיך אנצונעמען לטובת חז"ס מיט א קונטרס
אגדת פך השמן און איז שטארק פארשריגן געווארן דורך זיינע חברים מיט גאנצע חיבורים, ציווישן זיי
דרך אמונה פון ר' יהודה ליפשיץ (א ברודער פון ר' יעקב ליפשיץ, דער בעל "זכרון יעקב"),
אמונת חכמים פון ר' דוב בער יהודה ליב גינזבורג בשליחות פון זיין רבי'ן הגה"ק ר' שלמה זלמן פון קאפוסט. (די חסידי חב"ד האבן געלאזט דרוקן צוויי טויזענט שטיק דערפון און
ארומגעשיקט בחינם פאר די 'הצפירה' ליינער. אויף וואס אלכסנדרוב האט אפגעשלאגן מיט א קונטרס 'דברי שמואל),
נס חנוכה פון ר' ברוך ברויזמאן,
נס פך השמן ח"א און
ח"ב פון רבי אייזיק ליב סטוליאר הנ"ל. ער האט זיך קודם אנגענומען פארן כבוד פון רבי שמואל, הגם נישט אויף זיין שיטה. אבער נאך גרויס אויפברויז פון די פרומערע און חסידים בפרט האט ער
פארלייקענט זיין פריערדיגע שטיצע און גע'טענה'ט אז רבי שמואל האט פארדרייט זיינע ווערטער און עס געדרוקט אן זיין רשות. די טעראר אויף אלכסנדרוב, און אויף יעדם וואס האט זיך נאר דערוואגט צו זאגן א גוט ווארט אויף אים אדער אויף חז"ס איז געווען איבער די כוחות. מ'האט זיי געשיקט פאשקווילן מיט בילדער ווי זיי זענען אנגעטוהן אין גלח'ישע קליידער און געסטראשעט אז דאס גייט מען ארומשיקן בכל תפוצות ישראל (עיין
כאן, עמ' 23). דריי יאר שפעטער אין
תלפיות (בארדיטשוב, תרנ"ה. חלק 'פליטת סופרים') האט רבי שמואל געמוזט זיך אביסל צוריקציען און רעדט זיך דארט אויס זיין נשמה וואס פאר א רדיפות ער ליידט זיך צוזאם וועגן זיין מאמר. א יאר דעראויף
שרייבט ער שוין "ות"ל אשר שקלתי למטרפסי בהאי עלמא וכבר הודתי בפומבי על עוני זה. והנני אומר עוד הפעם כי הנני מתחרט חרטה גמורה על הבטויים הקשים הנוגעים בגוף קבלת פך השמן הנמצאים בספרי אפ"ה, ודעתי ככל שלומי אמוני ישראל בזה".
א פאר יאר דעראויף האט זיך דער בעל
חידושי בר נחמני, רב (אדער מו"ץ) אין וויטעפסק, אינעם "הפלס" אויך באנומען מיט א לענגערע מאמר (
ח"א און
ח"ב) אויך מיטן נאמן "מאי חנוכה" שטארק אפצושטויסן חז"ס'נס השערה און ותשקוט הארץ מאה שנה...
בלעטערנדיג אהין און צוריק זעה איך אז דער עיקר שטארקע הוחכות וואס חז"ס האט אריינגעהויבן קעגן זיך איז געווען פארן לאזן הערן אז אפילו דער רמב"ם מיטן מחבר און רמ"א זענען מודה אז 'נס לא קרה לנו'. אבער חוץ מזה, לגבי דער עצם טענה איבערן אמיתות הסיפור פון די אנדערע מקורות קומט ער זייער שטארק ארויס ואין להם באמת מענה נכונה, והבוחר יבחר, או יברח.