בלאט 3 פון 5

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:14 am
דורך איציק
לעולם וואלט איך געקויפט יעדע סי.די. וואס ציהט מיין אינטערעסע (און אזעלכע זענען פארהאן גאנץ ווייניג היינטיגע טעג...)
אבער, און דאס איז א גרויסע אבער, איך קען זיך נישט ערלויבן די טייערע פרייזן פאר א סי.די. איך הער אז מ.ב.ד. האט זיין "כולם אהובים" אלבום נישט פארקויפט אין ארץ ישראל דורך גל-פז און געווענליכע דיסטריביוטינג סיסטעם, נאר אין די גרויסע סופערמארקעט טשעין-סטאר'ס אין ארץ ישראל פאר האלב פרייז, דאכצעך א 25 שקל.
לויט די היינטיגע פרייז, איז דאס בערך 7.5 דאלער, און איך גלייב אז מ.ב.ד. האט גארנישט דערלייגט אויף יענע אלבום.
אז ר' מנשה וועט לאזן פארקויפן זיין אלבום אויף דעם סיסטעם אדער פאר אזא פרייז...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:51 am
דורך טעפל
איציק זאגט דברים של טעם, מאך עס אביסל ביליגער און מ'וועט זעהן עס צו קויפן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
מיין סידי גייט קאסטן 12 דאלער, לא פחות ולא יותר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:40 pm
דורך shem-tov
א טיפיקל לוסטיג תגובה.

איך
. איך. איך. איך. מיך. מיך. מיך. מיך מיך מיך. מיין. מיין. מיין. וחוזר חלילה

א טיפיקל לוסטיג פארשטעלטער ניק.

מנשה לוסטיג. מנשה לוסטיג. מנשה לוסטיג. וחוזר חלילה

אנשולדיגט אבער אויב די ווערסט געטשעפעט מעק איך עס אויס. סאיז נאר א דשאוק

נעכטן האב איך געלאכט פון דיין רימאוט ווידיאו קליפ. שכח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:22 pm
דורך zurich
מנשה'ס ענטפער: ווען די הינט בילט איז א סימן די שטיין איז געלונגען...........

מנשה דזאסט קידדינג!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:26 pm
דורך zurich
מנשה לוסטיג האט געשריבן:מיין סידי גייט קאסטן 12 דאלער, לא פחות ולא יותר

און מעגייט עס קאפיען "לא פחות ולא יותר" ;)

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
מ'האלט אויף א דרך.. די סידי גייט צום דרוק אין געציילטע טעג

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:00 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גוט. קען איך שוין אנגרייטן דעם קאפי מאשין :פראבלעם

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:06 pm
דורך דולה ומשקה
מנשה ווייסטו דען נישט אז דאס גייט ווערן נאכגעמאכט?
די ווארטסט טאקע צו הערען אז איינער זאל דיר זאגען אין פנים אריין אז ער וועט דאס קאפיען ווי איידער צו קויפן?
פאר מיר אבער בלייבט נאר איבער דיר צו ווינטשן הצלחה רבה.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך ווארט נאך אז די דעקל זאל פארטיג ווערן און מ'גייט צום דרוק

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:21 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

אויב דו האסט א סעלושען קענסטו עס פארקויפן פאר מיליאנען פאר די מוזיק אינדוסטרי, וואס דרייסטו א קאפ אז דו האסט א סעלושען?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:43 pm
דורך מנשה לוסטיג
וויפיל שטיק זאל איך מאכן, 500, 1000,

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:24 pm
דורך סלינקי
וויפיל די ווי דיס האסטו פארקויפט? וויפיל ביכער האסטו פארקויפט? בערך אזויפיל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:45 pm
דורך zurich
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס מיינסטו, איך בין טאקע משוגע? איך האף אז מ'גייט עס קויפן און אז נישט, האב איך אויך א סעלושען.

אויב דו האסט א סעלושען קענסטו עס פארקויפן פאר מיליאנען פאר די מוזיק אינדוסטרי, וואס דרייסטו א קאפ אז דו האסט א סעלושען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:50 pm
דורך וחלופיהן
סלינקי, אזויפיל ביכער ווי עס זענען געבליבן לשמירה אזויפיל די ווי דיס זאלן זיין למכירה

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב שוין מער נישט קיין ביכער גראדע, איך קלער איבערצודרוקן יעצט נאך, אבער די DVD האב איך נישט געמאכט, נאר MRM האט עס געמאכט, ווייס איך נישט וויפיל ס'געגאנגען.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:07 pm
דורך ברוך בערל
עס גייט זיין א סידי וואס מען גייט קענען איבערהערן ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין נישט קיין יודע עתידות, איך ווייס נישט וואס גייט זיין..

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:35 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה דו ברענגסט כסדר לינקס צו פעיסבוך ווי איך און אסאך אנדערע קענען נישט צוקומען,
עס וואלט געווען כדאי זאלסט אראפברענגען א קיצור וואס דער לינק איז

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך ווייס נישט ווי נאך מ'קען עס זען, דארט האב איך עס געזען, און עס רעדט דארט שלומי דאסקאל און נאך, וועגן די שווערע געפילן פון קאפיען טעיפס, און די מעוות לא יוכל לתקון.