בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 3:41 am
דורך איש עברי
דאס דערמאנט וואס דער בעל התכלת פון ראדזין האט געענטפערט פארוואס ער נעמט נישט מיט קיין גבאי אויף זיינע נסיעות ארום די וועלט, האט ער געזאגט אז ווען ער פארט אין א נייע לאנד לערנט ער זיך אויס די שפראך אין צוויי וואכן, און ס'וועט אויסקומען אז ער וועט דארפן זיין די גבאי'ס גבאי וויבאלד יענער וועט זיך נישט קיין עצה געבן

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 7:27 pm
דורך דולה ומשקה
הוספה:
הרב גאלד, קראלע רב פון בארא פארק

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:51 pm
דורך געוואלדיג
אשוואר רבי
נאפקא רבי
:lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
איך געדענק אמאל צו זעהן דעם בארדיטשובער פון מאנסי ביים רעדל, אם זכרוני אינו מטעני.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:45 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'דא אסאך רביס וואס דרייווען זיי דרייווען די חסידים אין בארד אריין

Re: אדמורי"ם בעלי עגלה

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סאסאווער רבי פון לאנדאן הרב שמחה רובין זצ''ל.
ער פלעגט צומאל קלינגען מיין טאטע און מיט זיין שווערע שטימע געזאגט 'אן אלטע מענטש איז געשטארבען. ביטע קום מיט מיר אין מיין קאר שלעפען זיין מעיבעל איידער מ'ווארפט עס ארויס. איך האב אן ארעמאן וואס דארף עס'. און אזוי איז ער אליינס געגאנגען מיט זיין קאר און א צווייטע יונגערמאן שלעפען פאר אן ארעמאן.
יהי זכרו בריך

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 12:35 am
דורך מיימון
הרב חנוך העניך מייזליש אב''ד טאלטשאווא בקרית יואל

הרב הערשל טויב אב''ד בעהוץ בק''י

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 8:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די גרויסע פראבלעמען אין די היינטיגע צייטען רבנים וואס דרייווען. אוי עס איז ממש געפערליך.

וועמען גייט עס אן?

אויב עס איז אן עוולה צו דרייווען דאן מעגסטו אויך נישט דרייווען. און אויב נישט פארוואס זאל ער נישט מעג'ן?

ביי משיח שטייט אז ער וועט זיין "עני רוכב על חמור" נישט זיצען אין די בעק סיט פון א עסקעלעיד מיט לייטס ענד סיירינס

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:00 am
דורך צדיק נסתר
הרב אלעזר ליבערמאן אב"ד בעסערמין 54 סט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 5:57 pm
דורך דולה ומשקה
געקומען די צייט צו צולייגען צו דעם רשימה קדישה די דריי סטאודשעס... אוי אנטשולדיג, כ'בעט מחילה...
שלשה שתיארו לעצמם לכינוי השם 'בלאזוב/ריביטשיש.

ר' שלמה טויסיג דער אנפירער פון דעם אלטן בעלעד'ער בית מדרש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 6:14 pm
דורך ליפא
וואס איך קען נישט פארשטיין איז וויאזוי קומט צו כ''ק הגה''ק השרף רבי ישראל מ'בעלעד שליט''א אזא ברודער ווי דער שלמה בעל עגלה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 7:22 pm
דורך petergrifin
דולה ומשקה האט געשריבן:געקומען די צייט צו צולייגען צו דעם רשימה קדישה די דריי סטאודשעס... אוי אנטשולדיג, כ'בעט מחילה...
שלשה שתיארו לעצמם לכינוי השם 'בלאזוב/ריביטשיש.

ר' שלמה טויסיג דער אנפירער פון דעם אלטן בעלעד'ער בית מדרש.



ישראל ביהעיװ!!!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:54 pm
דורך שבת אחים
מיימון האט געשריבן:הרב חנוך העניך מייזליש אב''ד טאלטשאווא בקרית יואל

הרב הערשל טויב אב''ד בעהוץ בק''י


זייט ווען דרייוועט ר׳ הערשל טויב א קאר? איך פלעג אים דרייווען יארן צוריק דעמאלסט האט ער נאך נישט געהאט קיין לייסענס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:40 am
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס איז איינס פון די גרויסע פראבלעמען אין די היינטיגע צייטען רבנים וואס דרייווען. אוי עס איז ממש געפערליך.

וועמען גייט עס אן?

אויב עס איז אן עוולה צו דרייווען דאן מעגסטו אויך נישט דרייווען. און אויב נישט פארוואס זאל ער נישט מעג'ן?

ביי משיח שטייט אז ער וועט זיין "עני רוכב על חמור" נישט זיצען אין די בעק סיט פון א עסקעלעיד מיט לייטס ענד סיירינס

באמערקונג: דער רעבע שליט"ע, וועלכער האט זיך לעצטנס איינגעהאנדלט די נייע ..."עסקעלעיד" זיצט נישט אין די בעק. ער האט א ק'פעידע צו זיצן אין פראנט נעבן דעם בעל עגלה... :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:40 pm
דורך Kool man
דולה ומקשה, האסט פארגעסן אויסצורעכענען כ"ק אדמו"ר מבעלעד -52,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:16 pm
דורך הירשל ציג
גלאגובער רבי פאר די נשיאות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:22 pm
דורך medic
דאכט מיר זיך אז איינער פון די אלטע דעעשע רביס פלעגט דרייוון

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:32 am
דורך berlbalaguleh
הירשל ציג האט געשריבן:גלאגובער רבי פאר די נשיאות

הירשל ציג: אפלו בשעת די נשיאות קהילתנו הקדושה, דרייווט נאך אלץ דער הייליגער שרף מ'גלאגוב שליטא"או"א. אדרבה. איך האב געהאט די זכיה צו ווערן געבלאקט דורכ'ן הייליגן רעבי'ן כמה פעמים... :lol: