בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:02 pm
דורך a1b2
אז זר קומט בין איך אין
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 4:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
נאך לענגערע פארהאנדלונגען, אהין און צוריק, האט די ועד השטיבל געשטימט אויף די פאלגענדע רעזולוציע.
תקנות המסיבה:
1. די וואס זענען רעגיסטריטע "נודניקעס" וועלן זיצן אויבנאן.
2. אינגעלייט זאלן קומען מיט די ווייבער, מ'האט ספעציעל צוגעגרייט א "מאחורי הפרגוד".
3. בחורים זענען ערלויבט צו קומען, אבער נאר צו טוען די וועלעי פארקינג.
3. ניקים וואס האבן לכה"פ 200 "הודעות" וועלן קענען אריין גיין מאחורי הפרגוד.
4. מ'בעט די וואס קענען אריין גיין מאחורי הפרגוד, זאלן אלץ גדרי הצניעות נישט "לייקן" קיין פרעמדע נשים.
5. יעדער ווער געבעטן צו "רעדאגירן געהעריג" נישט מיט הוללות.
6. ווער ס'וויל זיך "אישי'ן" מיט א צווייטן, זאל עס טוען אין בית כסא, נישט ברבים.
אונזער "אויסקוק פון פאראויס" איז אז ס'וועט זיין א מסיבה צום געדענקן, און אסאך "אפט-געפרעגטע פראגעס" וועלן פארענטפערט ווערן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 4:42 pm
דורך אפטעמיסט
מ'רעדט אויף טויזענט, די עולם תשעה קבין'ט זיך ווי כאילו די פרויען האבן פרייוויליג אויפגעגעבן זייער בעלות דערויף, אבער פארשטייט זיך אזא צוזאמקום העט קיינמאל נישט פאסירן. [tag]רויטע וואנצעס[/tag] קען פעינטן זיינע וואנצעס ווייס און [tag]ראשעקאל[/tag] קען קאלירן זיין בארד רויט, [tag]שמעקעדיג[/tag] קען טרינקען טיי און [tag]קאווע טרינקער[/tag] קען זיך פארשטעלן ווי א מאן, אבער קומען וועט איין חכם ווי [tag]קופערניקוס[/tag] צי [tag]הוגה[/tag] און וועט יעדעם אידענטיפיצירן.
אפשר זאל מען מאכן א מלווה מלכה אנליין א שטייגער ווי RCCS. דאס קען מעגליך ארבעטן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:02 pm
דורך zurich
אפטעמיסט האט געשריבן:מ'רעדט אויף טויזענט, די עולם תשעה קבין'ט זיך ווי כאילו די פרויען האבן פרייוויליג אויפגעגעבן זייער בעלות דערויף, אבער פארשטייט זיך אזא צוזאמקום העט קיינמאל נישט פאסירן. [tag]רויטע וואנצעס[/tag] קען פעינטן זיינע וואנצעס ווייס און [tag]ראשעקאל[/tag] קען קאלירן זיין בארד רויט, [tag]שמעקעדיג[/tag] קען טרינקען טיי און [tag]קאווע טרינקער[/tag] קען זיך פארשטעלן ווי א מאן, אבער קומען וועט איין חכם ווי [tag]קופערניקוס[/tag] צי [tag]הוגה[/tag] און וועט יעדעם אידענטיפיצירן.
אפשר זאל מען מאכן א מלווה מלכה אנליין א שטייגער ווי RCCS. דאס קען מעגליך ארבעטן.
וואס עפעס קען זיך עס נישט אויסארבעטען נאר איי וועלט קען ?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:59 am
דורך איך אויך
מצידי קען עס זיין דינסטאג אויך עס מוז נישט זיין קיין מוצ"ש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:07 am
דורך אפטעמיסט
דינסטאג? כנראה ביסטו נישט פארהייראט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:39 am
דורך איך אויך
מ'רעדט דאך אז עס וועט זיין פאר קאפלס און עס וועט אפילו זיין צוגעשטעלט א מאחורי סעקשן פאר ווער עס דארף עס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:40 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז נאך פאראן 2 חדשים ביזן גרויסארטיגן יארצייט.
דערווייל קען מען נאך תשובה טון, כאפט אריין אין די שובבי"ם טעג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב א ערענסטע געדאנק.
לעצטעס יאהר האט די הנהלה ארויסגעשטעלט א ספעשל אוואטאר לכבוד די בערטדעי. מ'דארף מאכן א פארמעסט ביי יעדער וואס קען אביסעל גרעפיק'ס פאר א גוטע איידיע פאר די צווייטע בערטדעי
א גוטע געדאנק. עפן אן אשכול פאר דעם, איים אין. ביטע לייג ארויף די לעצט-יעריגע איך האב נאך געהאלטן פאר די לידה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:41 pm
דורך שמעקעדיג
דא האט איר דעם מעמד אדיר וואס איז געווען געפלאנט אויף לעצטע יאר - די ערשטע יארטאג - און צוליב טעכנישע סיבות ליידער בטל געווארן די לעצטע טאג.
viewtopic.php?f=4&t=2890