בלאט 3 פון 7
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מ'זאגט אז זייערע היימישע עסן איז פון גן עדן אליינס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:04 am
דורך I'm back
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מ'זאגט אז זייערע היימישע עסן איז פון גן עדן אליינס
אויב דאס איז גן עדן, ציטער איך פון די גהנום
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:09 pm
דורך שטילע אינגערמאן
רבותי. סע קומט שבת, איך זוך א גוטע טעיק-אוט אין ב"פ, גוטע עסען און ריינע סטאר איז בעיקור וואס איך וויל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
מייזנערס. ניו יוטרעקט צווישן 54-55.
דעלי פלוס. 18 צווישן 58-57
מיעל מארט פארט העמיליטאן קאר. 46.
ס'דא אסאך אבער דיע האבן א היימישע טעם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:21 pm
דורך אפטעמיסט
שטילע אינגערמאן האט געשריבן: גוטע עסען און ריינע סטאר איז בעיקור וואס איך וויל
גיי קיין שומר שבת. די עסן איז גוט און דער פלאץ איז ציכטיג ריין
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מייזנערס. ניו יוטרעקט צווישן 54-55.
דעלי פלוס. 18 צווישן 58-57
מיעל מארט פארט העמיליטאן קאר. 46.
ס'דא אסאך אבער דיע האבן א היימישע טעם.
וואס פארשטייסטו? דיין אוטערשריפט זאגט אז די האסט ליב קאצקע ציקור. לאל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:48 pm
דורך קרעקער
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:46 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מיין ווייב פיהלט נישט גוט די טעג, ממילא קומט אלע עסען סטרעיט פונם שוויגער אין דירעקט צום גארביזש (@גד החוזה בארואיג דיך),
בלית ברירה פאהר איך קיין סאפ עקספרעס איך נעם זייערע מעניו, ווי הייב איך אן? איין סענדוויטש הייסט בעק סיט דרייווער (סיריעס) די צווייטע הייסט פט'העמילטאן, איי מין קאמאן, כ'האב פיינט א בעק סיט דרייווער אין כ'האב אויך פיינט פט'העמילטאן.
הונגריג ווי א בער רוף איך אן מיין חבר, העלא? וואס איז גוט אין סאב? נע, גיי צו ביג'פליישיגס, איך שלעף מיך ארויס גיי צום קאר פאהר אראף ביי זעכצען ביז איך טרעף פארקינג, פיינעלי איך קום אריין, דא איז נישטא קיין מעניו אלץ שטייט אויף געשריבען אויפן וואנט, אויפן וואנט זעה איך א סנדוויטש מיטן נאמען 'געוואלדיג', איך רוף ווידער אן מיין באקאנטע פרעסער אבער ער הייבט נישט אויף, רוף איך אן א צווייטע, וואס איז גוט דא? נע גיי צו שניצי באר. עד כאן
פליז עי געוואלדיג טו סטעי, אין רבותי ס'איז געלונגען, מלא טעם, אזוי גוט אז כ'האב באשטעלע א צווייטע
אי''ה מארגען דארף איך נאכאמאל ארויס גיין עסען, האט איינער אין געדאנק א פיינע סענדוויטש?
לאמיר צוען די אשכול אויף פיינע פרעס געשעפטען וגו'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:02 pm
דורך קאווע טרינקער
עמו אנכי בצרה, איך פארשטיי אויך נישט צו קיין מעניוס...
גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:09 pm
דורך איך אויך
פליז! סאב עקפרעס וואלט איך נישט געשענקט פאר קיין כלב ,נישט בחינם טוישט זיך דארט דער מענעדשער יעדע שני וחמישי. דריי גאסן אראפציר איז דא ווי. איי. פי. ,לדעתי האבן זיי זיך גאנץ אסאך פארבעסערט און זענען נישט שלעכט.
איין געשעפט וואס איך וואלט הילכיג רעקאמאנדירט איז דיפס ביי 13 און 53 ,איך בין לעצטענס דארט געווען אפאר מאל און יעדעס מאל געווען זייער צופרידן. מאך נאר זיכער דו ווערסט סארווירט פונעם ערל ,ער איז א היימישער פון ש'אוהעלי און געבט אונגארישע געשמאקע פארציעס ,דער אנדערע אידל איז נאר געווען ביזי אז ער באקומט צו ווייניג טיפס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:10 pm
דורך נהורא נפישא
העי [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] פארוואס ביזטו טאקע אזא שטילער, האסט דאך א געשמאקן סענס אוו הומער ?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:11 pm
דורך שטילע אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.
ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
subexpress איז נישט 3 גאסן פון VIP,
Sub איז ביי 13 52-53.ווארשיינדליך רעדט [tag]איך אויך[/tag] פון substatinal. אויף 13 ביי 40. די עסן איז טאקע דארט שוואך. אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.
סאטמאר זאלי איז גוט אבער אויליג. ס'איז אויך היבש טייער.
Big Fleshigs איז גוט אויף א טאג צוויי, וועסט שטארבן אויב זי עסט עס פאר מער ווי 3 טאג, ס'איז פעטע פעסט פוד. די בעל בית האלטס זיך פאר א לץ, סא פארגעס נישט צוכאפן א שמועס מיט אים.
דיפס איז טאקע א פיין געשעפט ווי [tag]איך אויך[/tag] זאגט, אבער מיט די טשועלנט ביטע אביסל ווייניגער אויל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
subexpress איז נישט 15 52-53
sub איז ביי 13
איך ווייס ס'איז געווען א טאיפאו
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:49 pm
דורך שר האופים
גרויסע פראבלעם אבער גיי לערן א גוי ברטנורא. נאכדערצו א דעליווערימענטש אדעג באקסעס קלעבער. איך מיין וואס ?!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:58 pm
דורך אפטעמיסט
איך ווייס נישט וויאזוי די עולם שעהמט זיך נישט אראפצורייסן סאב עקפרעסס. זייער שווארמא לאפא איז עפעס אוט אוף דיס ווארלד. ווען איך בין אין ב"פ, נישט קיין נפק"מ צי כ'בין יא הונגעריג צי נישט, מאך איך זיכער אריינצוגיין דארט, און כ'באשטעל א לאפא אנגעפילט מיט געבראטענע שווארמא, שאר ירקות און זיסע רוטב'ס.
אוי מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ואשכונה בסאב עקפרעס ואפרוס שווארמא כבן דורסאי בימיו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'הערשט א שטיקל צומישעניש:
subexprees מיט substatinal זענען צוויי באזונדער געשעפטן.
subexprees
5219 13th Ave
איז על פי רוב זייער א געשמאקע סטאר ווי [tag]אפטעמיסט[/tag] האט אראפגעלייגט מיט'ן פילן שמאלטץ. (הגם פון די טייערסטע אין שטאט)
substatinal
4011 13th Ave
איז לכאורה וואס [tag]איך אויך[/tag] האט געמיינט. די עסן איז נישט שלעכט, ס'איז פשוט מער אויפן מיטל מזרח'ן שניט ווי איידער די אונגערישן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:12 pm
דורך איך אויך
גערעכט טעיתי טעיתי און כ'האב געמיינט סאבסעשענעל וואס סערווירט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באגלייט מיט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] סערוויס.
סאב עקספרעס האט אויך שוין געהאט פארשידענע צייטן און כהיום יום זענען זיי גאנץ גוט מיט ברייטע פארציעס. עס איז מיר געפאלן די איידיע פון א ביפער וואס לאזט דיך וויסן דיין ארדער איז רעדי ,וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס די טשייניז סטעף יאגט אפ 11 אזייגער ,כ'מיין א שיינע פראצעט פון זיינע ארדערס זענען פאר טשייניז פוד און ער שיסט זיך אליינס אין די פיס.
לגבי ביג פליישיגס (ווער געדענקט ווען ער האט נאך געהייסן מק'פליישיגס און זיין ד"ת מיט מק'דאנעלדס?) ער האלט זיך טאקע פאר א לץ אבער דאכט זיך קיינער קומט נישט אהין צו הערן זיינע אפגעוועטשטע דשאקס. איך גיי בשיטה נישט אריין און א געשעפט וואס פירט זיך ווי א חזיר ,כ'מיין אז איך צאל עם $15.99 פאר א סענדוויטש מעג עס אריינרעכענן א פיקל נישט אז איך דארף צוצאלען 50 צענט פאר א אפגעוועטשטע פיקל פון 2 וואכן צוריק. אויך זיין שאכטל קאלסלאו דארף מען א מייקראסקופ צו זעהן.
נשר בין איך טאקע געווען זייער סורפרייזט צו זעהן ער האט צוגעשפארט ,דער גוי דארט האט אלעמאל שיין סערווירט און פאר א צוגענוגליכע פרייז.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:20 pm
דורך געפילטע פיש
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:. גיי אריין אין סאטמאר בוטשער, ווייז וואס דו דארפסט, און עס.
ביידע סאטמערע בוטשערס האבן טעיק אוטס
וועלעכע רעדסטו וועגען? וואס האסטו ליב געהאט דארט? איך וויל קויפן עפעס וואס קאווע טרינקער האט טועם געווען אין זאגט אז ס'איז פיין. נישט סתם אין די וועלט אריין
כ'ווייס נישט צו וועלכע קאווע טרונקער איז געגאנגען, אבער די בוטשער אויף ניו יוטרעכט און פופציג, כ'ווייס נישט אויב ס'זענען ארונים אדער זלוינים, אבער די עסן איז געשמאק, נארהאפטיג, און אמאל ווען מ'קומט נישט אן אינדערהיים צו מאכן א סאפער און מ'איז נישט אין די מוד פון ארויסגיין עסן, פאקט מען זיך איין אין סאטמארע בוטשער און ס'עסט ווי ביים מאמען אין קיך. ביים דריי און פופציגער בוטשער בין איך קיינמאל נישט געווען, קאן זיין זיי טויגן אויך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:23 pm
דורך איך אויך
אקעגן איבער סאב עקספרעס איז דא די אלעמען באקאנטע דעלי 52. דער איז ממש א מוסטער ווי אזוי מען קען נעמען א סוקסעספולע ביזנעס מיט לאוילע קאסטעמערס און עס בידיים באגראבן. אין די לעצטערע יארן האט זיך שוין געטוישט מעניוס ,בעלי בתים ,און סטעף מער מאל ווי איך קען האלטן חשבון און עס ווערט נאר ערגער.
דער בחור וואס שטייט דארט ביים רעדשיסטער און נעמט די ארדערס פלאפלענדיג אויף זיין טעלעפאן פארפעלט קיינמאל נישט מיר אויפצורעגן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:26 pm
דורך גנדי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'איז שוין אין יענע געגענט טשעק אוט נשר, די עסן איז געוואלדיג און די פרייזן זענען כמעשה.
נשר איז נאך אפען? דוכט זיך עס איז שוין פארשלאסען.
קען איינער קאנפירמען?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:28 pm
דורך קאווע טרינקער
נשר איז פארמאכט.
זייער עסן איז קיינמאל נישט געווען לטעמי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
גוטע עסן, שנעלע סערוויס, ריין ווי ערב פסח, און נישט פעט אדער אויל'יג? איר האט מסתמא קיינמאל נישט געהערט פון דעם. ס'איז ביים עק פון בארא פארק אריינגעסענדווישט צווישן צוויי Yossi סטאר לעבן די 18עווניו פארק. ס'איז כדי די טריפ! א מחיה! שמה? DELI PLUS.