בלאט 3 פון 5
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:36 pm
דורך סלינקי
לאמיר זיך צוריק גליטשען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=E2xgi8_RmEs[/youtube]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
פונעם קליפ קוקט אויס ס'גייט זיין בעסערע עקספיריענס ווי 'ליפא עקספיריענס'...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:28 pm
דורך גנדי
פונעם קליפ זעהט אויס ער וויל אפשר מאכן א פלעי?
די קליפ מאכט איך זאל נישט וועלן גיין.
קודם כל זיין ראש ישיבה זאגט איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געטוהן.
פארוואס זאל ער זיך לערנען אויף מיין "בארד" (זאל ער נוצען די אייגענע בארד, עס איז לענגער פון מיינס)
נאך א נקודה, אלע אויף די קליפ זענען פארנומען צו זאגן ווי חשוב זייער תלמיד ליפא איז, און ער איז ממש א תלמיד המחכים את רבו. בלא.. בלא.. בלא...
פארוואס רעדן זיי נישט ווי אינטערסאנט עס וועט זיין און פארוואס איך זאל האבן חשק זיך צו מתגבר זיין אויף מיין עצלות, פארמאכן ק"ש, כאפן די טרעין קיין בראדוויי?
בד"וו, האט איר באמערקט עס שטייט מער נישט "שירה", עס שטייט "ליפא'ס קאור"?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
די גוים זאגן ס'נישט פאר אונז גוים.. די יודען זאגן ס'נישט פאר אונז יודען.. איז פארוועמען דען ווארטן דארט די טשערס אינעם אוידיענס?.. יענע טשערס וואס האבן זיך אמאל געווארעמט יידישיסטישע קונצלער און יידישקעס.. א שטייגער זייער מאדע איז נאך עני טיים געווען רעביש און צניעות'דיגער ווי אונזער חצי שפחה חצי פענסי..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:42 pm
דורך גנדי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די גוים זאגן ס'נישט פאר אונז גוים.. די יודען זאגן ס'נישט פאר אונז יודען.. איז פארוועמען דען ווארטן דארט די טשערס אינעם אוידיענס?.. יענע טשערס וואס האבן זיך אמאל געווארעמט יידישיסטישע קונצלער און יידישקעס.. א שטייגער זייער מאדע איז נאך עני טיים געווען רעביש און צניעות'דיגער ווי אונזער חצי שפחה חצי פענסי..
איז דאס אן יידישע טיאטער? נישט געוואוסט.
מיין יצר הרע און יצר טוב הייבן נאכאמאל זיך אן צו קריגן...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:47 pm
דורך סאשי פיש
שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:53 pm
דורך מנשה לוסטיג
יא יא.. בראדוועי איז אמאל געווען א יידישע פלאטפארמע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:30 pm
דורך מ גפני
ליפא איז מחזיר עטרה ליושנה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
קוני למל האט מען געשפילט אין ברודוויי בימים ההם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
סאשי פיש האט געשריבן:שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!
מ'האט זיי געסטראשעט אז אויב זיי קומען גייט מען זיי באגיסן מיט סושי פיש , נו פארוואס זאלן זיי קומען
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:14 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואויל איז דעם וואס קען זיך אפשאקלען פון די אלע פאליטישע חשבונות, און מאכן ביזנעס אויף די אייגענע פיקל, און מ'קען עהם נישט זאגן גיי נישט דא גיי נישט דארט, ס'נישט פאר דיין טובה..
האסטע געהערט א מעשה, שירה טאר נישט דאס, ווייל יענער וועט קרייען, יענער מעג נישט יענס ווייל א צווייטער וועט שפייען.. יא דאס איז די בילד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
גנדי האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:די גוים זאגן ס'נישט פאר אונז גוים.. די יודען זאגן ס'נישט פאר אונז יודען.. איז פארוועמען דען ווארטן דארט די טשערס אינעם אוידיענס?.. יענע טשערס וואס האבן זיך אמאל געווארעמט יידישיסטישע קונצלער און יידישקעס.. א שטייגער זייער מאדע איז נאך עני טיים געווען רעביש און צניעות'דיגער ווי אונזער חצי שפחה חצי פענסי..
איז דאס אן יידישע טיאטער? נישט געוואוסט.
מיין יצר הרע און יצר טוב הייבן נאכאמאל זיך אן צו קריגן...
דו טו די עצה פון יארמער רב שליט"א. שיק זיי ביידע ארויס אין קאך. זאללן זיי זיך קריגן דארט. און דו דריי זיך אויס אויפ'ן צווייטן זייט און שלאף ווייטער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:02 pm
דורך שושן פורים
סאשי פיש האט געשריבן:שירה האט באקומען שרעקליכע דרוק אז זיי זאלען נישט גיין, און ווי פארשטענדליך האט טעראר געווינען!
נאך א קייט אין די רינגעלע פון טעראר, געפירט דורך א הייפעלע טעראריסטען ליידיגייערס אזויגערופענע קנאים הויפקווארטירט אין עזה דאמעריקע הנקרא בלע"ז וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:07 pm
דורך sefish
I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:09 pm
דורך קאווע טרינקער
שירה איז ארויף אויף מיין שווארצע ליסט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'ווייס נישט עד היום הזה, וויאזוי מ'מאכט א ליסטע פון די סארט קאפעלעס, שירה המזמרים ידידים וכדומה, ס'דארף צוזיין א טאלאנט צו סתם א דזשאב?
קוים וואס זיי דראפן זיך ערגעץ אן, הייבן זיי זיך די קעפ ווי זיי וואלטן געזיצן ביים שאץ מיניסטער אין קאבינעט.
א כא''ר איז נישט מער ווי באגלייטער, זיי האבן נישט דעם דיפלאם פון עצמאות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:15 pm
דורך סאשי פיש
sefish האט געשריבן:I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies
בתחילה מאי קסבר? ולבסוף מאי קסבר?!
אז שירה האט אנגענומען די זשאב האבען זיי געוואלט גיין!
נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי, האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות וויבאלד זיי גייען צו ליפא׳ס קאנצערט מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!! האבען זיי זיך אונטערגעבראכן צו די שווערע דרוק/טעראר!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:22 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב אלץ געזאגט, און כ'זאג נאך אלץ. מיר וועלן נאך אלע זיצן צוריק אינעם אמאליגער יידישער טיאטער, זאל מען עס מאכן כשר למהדרין מיט א סיסטעם, איידער מיר וועלן עס ממילא אקטצעפטירן אין די נאנטע לויף פונעם עתיד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:37 pm
דורך sefish
סאשי פיש האט געשריבן:sefish האט געשריבן:I spoke to one of the guys from shira they had no pressure whatsoever it was their own decision. Pls don't spread lies
בתחילה מאי קסבר? ולבסוף מאי קסבר?!
אז שירה האט אנגענומען די זשאב האבען זיי געוואלט גיין!
נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי, האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות וויבאלד זיי גייען צו ליפא׳ס קאנצערט מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!! האבען זיי זיך אונטערגעבראכן צו די שווערע דרוק/טעראר!!
נאר וויבאלד עס איז געווארען א גאנצע שטינק נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין נייע סידי
אט אזוי, דא האסטו דעם ענטפער, ס'געווארן א שטינק האבן זיי ארויסגעבעקט. האט מען זיך גענומען אויף שירה׳ס ביינער מיטען ארומשיקען וואויס נאטס אויף וואטסעפפ, מיט דראונגען אז מען גייט זיי מער נישט נעמען אויף היימישע שמחות
דאס איז שקר וכזב.מיט נאך אסאך סטארעשירייען וואס איך געדענק שוין נישט!!
שקר קען מען נישט געדענקן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
שירה האט געזען די היץ אויפן גאס קעגן ליפא, האבן זיי זיך געוואלט אנטזאגן פון זינגן ביים קאנצערט. אבער לכבודו פון ליפא האבן זיי נישט געוואלט עהם ווייזן די ריקן, האבן זיי בכבוד 'ארויסגעבעקט'..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:01 am
דורך zurich
און ליפא פארשטייט זיי?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:04 am
דורך מנשה לוסטיג
נישטא קיין צייט צו פארשטיין, די פרומע פאליטיק פארנעמט נישט קיין פלאץ אין בראדוועי