בלאט 3 פון 6

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:47 pm
דורך זר זהב
עלען מיר עס פרובירן

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:48 pm
דורך אוי טאטי
זר זהב האט געשריבן:ווער איז אויף בעדפארד פען ?

זייט אנפאנג ווינטער פארקויפט דארט עפעס א אינגערמאן טשולענט,
כ׳געדענק שוין נישט וויאזוי ער ריפט זיך סארי!

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:50 pm
דורך זר זהב
ער שטייט אויף די גאסן מיט א טאפ טשולענט אזוי ווי די אמאליגע פעדלער ?

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:00 pm
דורך אוי טאטי
יאפ! אנפאנג איז עס נאך געליגן אין די טראנק פין זיין אדעסי,
אבער יעצט האט ער שוין א טישל מיט סיינס און לעקטערס.

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:03 pm
דורך אוי טאטי
גראדע אדי פרעגסט מיך, האלטעך אז מען דארף אים מחזק זיין פאר דעים אליין אז ער האט גענימען די גאטס צו טין אזאנס אין וויליאמסבורג!!!

לערנטס ענק אפ!!!

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:05 pm
דורך chasid
ס'איז דא א טשולענט סערטש וועבסייט, כ'טרעף אבער נישט די לינק יעצט, כ'מיין ס'איז געווען אמאל אויף אייוועלט

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:27 pm
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:עפין א נייע אשכול פאר רעספיס פין טשאלענט

אפשר וואלט מען געדארפט עפענען א אשת חיל ווינקעל דא פאר די רעצעפטען. ;)

אוי טאטי האט געשריבן:יאפ! אנפאנג איז עס נאך געליגן אין די טראנק פין זיין אדעסי

א אדעסי איז נישט נכלל אין גזירת הפרעס טראק?

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:29 pm
דורך יידל
אוי טאטי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ווער איז אויף בעדפארד פען ?

זייט אנפאנג ווינטער פארקויפט דארט עפעס א אינגערמאן טשולענט,
כ׳געדענק שוין נישט וויאזוי ער ריפט זיך סארי!

ער רופט זיך "לוי'ס טשולענט און קישקע" און האט אויך א ברענטש אין פרענקל'ס.

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2012 10:01 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:אויב ווילסטע א ביסל א נאטורליכע זיסע טשולענט (נישט זיס זיס, נאר א זייטיגע שפור פון זיסקייט) דאן לייג אריין א סוויט פאטעיטא, ותמצא נחת!!

איך האב זיך דערמאנט א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ אז איך האב נישט געלייגט קיין סוויט פאטעיטא, איך האף אז קומענדיגע וואך וועל איך שוין געדענקן.

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:11 pm
דורך gehlungen
אוי טאטי האט געשריבן:לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

Can you please tell me what means Turkey Ends ?

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:30 pm
דורך אוי טאטי
gehlungen האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

Can you please tell me what means Turkey Ends ?


גיי אריין אין בוטשער און פרעג.

Re: ווער מאכט א גוטן טשאלענט אין ווילי?

נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:36 pm
דורך זר זהב
יעדע נאמען פלייש קען מען גוגל'ן און זעהן וואס ס'איז. אבער ווען דו גוגל'סט TURKEY ENDS וועסטע לייענען אז טערקיי האט אויפגעהערט זוכן פארלוירענע פון די ערדציטערניש... נו אריין אינעם נייעס אשכול.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 9:24 pm
דורך אורח
gehlungen האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

Can you please tell me what means Turkey Ends ?

טערקי ענדס ווערט אנגעריפען ביי אנדערע טערקי טעילס

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:03 pm
דורך gehlungen
אורח האט געשריבן:
gehlungen האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:לעצטענס האבעך געהערט פון א גרויסן טשולענט עקספערט (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) אז עס איז מוראדיג גוט אריינצולייגן אין די טשולענט ״טורקי ענדס״ עס געט צי זייער א גוטע טעם!
איך האב אים געפאלגט, און יא! ער איז גערעכט געווען!

Can you please tell me what means Turkey Ends ?

טערקי ענדס ווערט אנגעריפען ביי אנדערע טערקי טעילס

I still don't know what that is. Do they have Chicken Tails also ?????

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:06 pm
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:27 pm
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:קוק דא
http://www.youtube.com/watch?v=SWidCrBnF0I

I went in to a few stores in williamsburgh & every store told me "ITS NOT SOMETHING THEY SELL"

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 4:31 pm
דורך זר זהב
82 ליע, געבן זיך אליינס נעמען וויזוי זיי ווילן.

צו ווייסט איר אז נישט איבעראל רופט מען BONLESS FLONKEN , באונלעסס פלאנקען ? ס'האט מיט פלאנקען גארניקס איינגעלייגט!! אבער אין אסאך פון אינזערע בוטשערס האט מען עס אזא נאמען געגעבן. (אפשר צו קענען טשארדזשן מער ?)

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 5:23 pm
דורך יידל
און די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 4:26 am
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:און די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?

לגבי וועלכע פלייש פרעגסטע ?

"אוי טאטע" האט געזאגט אז אין 82 הייסט עס טוירקי ענדס

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:28 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:און די אנדערע סאטמער בוטשער, וועלכע נעמען נוצן זיי?

לגבי וועלכע פלייש פרעגסטע ?

"אוי טאטע" האט געזאגט אז אין 82 הייסט עס טוירקי ענדס

אין וויאזוי הייסט עס אין ראסס סטריט?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 12:44 pm
דורך זר זהב
כ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 1:54 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:כ'אב נישט קיין אנונג. אפשר "זאלי ענדס" ?

וואס האט טורקי/אינדיק מיט פאליטיק?

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 2:00 pm
דורך זר זהב
גארנישט, אבער פארוואס פרעגסטע פונקט וועגן ראסס סטריט ווען ס'דא נאך 15 בוטשערס אין ווילי ?