בלאט 3 פון 7
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:24 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:25 pm
דורך דריידל
הערטס אויף פארצימעסען דעם אשכול ווייל אז נישט גיי איך אויסזאגן די מנהל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:37 pm
דורך Kool man
בארא פארקער האט געשריבן:ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס
ווען הרב טויבער אדער הרב הורוויץ מאכען חתונה פארפארט מען נישט? איך הער, האו אבאוט ווען הרב הלברשטאם מאכט חתונה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:42 pm
דורך בארא פארקער
Kool man האט געשריבן:בארא פארקער האט געשריבן:ווען באבוב (רבצ) האט דארט געהאט חתונות פון אייניקלעך ביי הרב טויבער האט מען נישט פארמאכט דע גאס
אבער דא ווילן הרב אונגער'ס מענטשן ווייזען אז זיי האבן אויך אייניקלעך פון מהר"ש ממילא וועלן זיי דייקא יא פארשפארן די גאס
ווען הרב טויבער אדער הרב הורוויץ מאכען חתונה פארפארט מען נישט? איך הער, האו אבאוט ווען הרב הלברשטאם מאכט חתונה?
גוט געזאגט. ווען הרב טויבער מאכט חתונה פארשפארט מען נישט. הורוויץ נאט נאך נישט קיין אייניקלעך דעיר יארגאנג אבער מסתמא גייט זיין די זעלבע, הלברשטאם וועט מסתמא זיין אין pier 12 פארשפארט מען ווייטער נישט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:54 pm
דורך Kool man
איך פערסענעלי האב נישט קיין פראבלעם ווען עני רבי פארמאכט א גאס, זאל זיין באבוב, באבוב, מונקאטש, סקאליע אדער סערדעהעלי, אין אמעריקא זעמיר צוגעוואוינט דערצו, פאר יעדע שטות ווערען פארמאכט גאנצע גאסען און הייוועיס, ווען איינער מאכט קאנסטראקשען און ס'קומט א דעליווערי, פארמאכט מען די גאס, ווען ס'קומט א קרעין, איז עס א גאנצען טאג פארמאכט, ווען מ'שניידט די גראז אויפען הייוועי, פארמאכט מען איין אדער צוויי לעינס, ווען ס'איז דא קאנסטראקשען אויף איין מייל אין איין לעין, פארמאכט מען צוויי לעינס פאר פינעף מייל, דאס איז פארט פון אונזער דריעמלענד אמעריקע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:00 pm
דורך טעפל
כאילו אין א צווייטע לאנד איז נישט אזוי, אין ארץ ישראל פארשפארט מען ווען ס'פעלהט דארט אויס (נישט נאר ביי א הפגנה)וכן לאנטוורפן בחתונתם וכו', אמריקא איז ניט אנדערש!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:59 pm
דורך שמעקעדיג
די ראשי ועסקני פאפא מוטשען זיך צו פארשטיין וואס איר ווילט פון זיי
וואס האט דען באבוב מיט זיי
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:47 pm
דורך מאטי
אין די היינטיגע עפאכע איז קלאר אז מ'מוז פארשפארן די גאס ביי א רעבישע חתונה.
אמאהל אויב מ'האט אריינגעגעבן א באשרייבונג אין די היימישע צייטונגען און ס'איז געשטאנען: "גאסן זענען פארשלאסן געווארן צוליב די שמחה אנשאפענדיג א ריזן פארקער פון אויטאס געשטראטנדעט". וואלט מען דאס אנגענומען אנע פראגעס.
אבער היינט אין די וואטסעפפ עפאכע.. וואלט דער ממונה ארויסגעקומען זיין סמארט-פאון און געזאגט: "אנטשולדיגטס, אבער איך זע נישט קיין איין וויץ אויף אייער חשבון אויף מיינע גרופעס וועגן די פארשפארטע גאס, איך קען דאס נישט אריינלייגן".
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:00 pm
דורך מח-החושב
איך זעה נישט קיינעם - קיין איינציגער - זיך באקלאגן אויף דעם וואס סאטמאר (מהר"י) האט היינט פארשפארט בעדפארד עוועניו לכבוד די חתונה פון רבינ'ס אן אייניקל.
גוט, מען האט אפגעשפארט נאר א פאר שעה, אבער אפגעשפארט איז אפגעשפארט און עס איז געווען בעדפארד עוועניו אין צענטער, אין די צייט וואס מען וואלט געקענט מאכן די חופה אויף ראדני, ראס אדער אין נעווי יארד.
זאל מיר קיינער נישט זאגן אז עס הערשט נישט קיין ראסיזם קעגן פאפא .
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:05 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:די ראשי ועסקני פאפא מוטשען זיך צו פארשטיין וואס איר ווילט פון זיי
וואס האט דען באבוב מיט זיי
באבוב (ביידע, שוין באבוב פלעין און באבוב [45]) איז דער צייט זייער פונקטליך דער חופה אויב איז עס אויפן גאס, שטעלט דאס איינס צוויי ווי א פאזעל, 15 מינוט נאך די חופה איז שוין נישט דא קיין זכר. פונעם אויפשטעלן ביזן צונעמען איז א קארגע 2 שעה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:22 am
דורך אויליגער
מח-החושב האט געשריבן:איך זעה נישט קיינעם - קיין איינציגער - זיך באקלאגן אויף דעם וואס סאטמאר (מהר"י) האט היינט פארשפארט בעדפארד עוועניו לכבוד די חתונה פון רבינ'ס אן אייניקל.
גוט, מען האט אפגעשפארט נאר א פאר שעה, אבער אפגעשפארט איז אפגעשפארט און עס איז געווען בעדפארד עוועניו אין צענטער, אין די צייט וואס מען וואלט געקענט מאכן די חופה אויף ראדני, ראס אדער אין נעווי יארד.
זאל מיר קיינער נישט זאגן אז עס הערשט נישט קיין ראסיזם קעגן פאפא .
סאטמאר מאכט די צווייטע חופה און דריי יאר און פארשפארט נאר פאר אפאר שעה
פאפא מאכט חתונה דריי מאל א יאר און סאיז פארשפארט 6 שעה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:12 am
דורך פלעין יודיש
סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען
פאפא פאר אפאר הונדערט
that's the whole difference
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:53 pm
דורך מח-החושב
תירוצים איז דא גענוג. אבער די קשיא בלייבט די זעלבע, פאר א פאר טויזנט מענטשן קען מען נישט מאכן א חופה אויף ראדני אדער ראס סטריט (וואס איז סייווי געווען אפגעשפארט)?
מיך גייט עס פערזענליך נישט אן, אדרבה, איך האלט אז ווען א רבישע הויף מאכט א שמחה מעג מען זיי פארגינען אביסל פראפאגאנדע און די גוטע (מעגליך שוואנצאנישע) פילינג אז מען מאכט א ריזיגע חופה און די גאנצע שטאט פריידט זיך מיט מיט אונזער שמחה.
אבער חילוקים פון סאטמאר ביז פאפא איז נישט דא. אויב סאטמאר מעג טשאזן בעדפארד איבער ראדני אדער ראס, מעג פאפא טשאזן בעדפארד איבער פען סטריט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:34 pm
דורך signout
פלעין יודיש האט געשריבן:סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען
פאפא פאר אפאר הונדערט
that's the whole difference
איך מיין אז דאס מאל איז געווען פארקערט, מער ווי די סקווער בלאק פין בערי קליין איז מען נישט געשטאנען די גאנצע אפשפארען האט נישט קיין שום פשט, די קינץ פין אפשפארען איז שוין לאנג אוט אויף סטייל אפילו א ספינקער אין קרעטשניפער קענען שוין אויך
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 6:11 pm
דורך שת.אדמזאהן
פלעין יודיש האט געשריבן:סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען
פאפא פאר אפאר הונדערט
that's the whole difference
פאפא, נו, זיי ווילן זיין גרויס, און מיינען נעבעך אז אזוי ווערט מען גרויס.
אבער סאטמאר זענען דאך די נארמאלע! זיי זענען באמת גרויס! זיי טוהן נישט די נארישע אקטיוויטען ווי די ארונים (למשל "יסודי התורה"
) זייער רבי האט פיינט די משוגעת'ן, וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס איז מען אזוי מצער דעם רבי'ן, און תושבי וויליאמסבורג וואס וואוינען אין די געגענט??
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:24 pm
דורך I'm back
פלעין יודיש האט געשריבן:סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען
פאפא פאר אפאר הונדערט
that's the whole difference
פאפא איז א חסידות.
סאטמאר איז א פארטיי (עכ'פ צד רז'ל)
און אגב, איז די חתונה געווען אין וויליאמסבורג, אדער נאר די חופה?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:37 pm
דורך ברוך שאמר
I'm back האט געשריבן:פלעין יודיש האט געשריבן:סאטמאר מאכט חתונה פאר אפאר טויזענט מענטשען
פאפא פאר אפאר הונדערט
that's the whole difference
פאפא איז א חסידות.
סאטמאר איז א פארטיי (עכ'פ צד רז'ל)
און אגב, איז די חתונה געווען אין וויליאמסבורג, אדער נאר די חופה?
ניין פאפע איז א homemade חסידות!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:41 pm
דורך I'm back
הו קעירס האום מעיד אדער נישט?
היינט זענען זיי א חסידות, און דערצו גאנץ א שיינע.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 11:31 pm
דורך דריידל
איך האב גראדע יא געוואלט ארויסברענגען די ווייגעשריי פון טויזענטער תושבי וויליאמסבורג וואס זענען אפעקטירט געווארן פון די בעדפארד עוועניו אפשפארונג אבער כ'האב מיך צוריק געהאלטן ווייל כ'האב געקלערט אז ס'וועט ווערן פארקראכן צו א שמועס איבער די סאטמארע פאליטיק.
ובזה יצאתי ידי חובתי, ולא יאמרו מדשתקי וכו'
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 11:58 pm
דורך ישראל קאפקע
@ר' בערל, אונגארישע זענען נישט ווייניגער קלוג, זיי זענען ווייניגער כיטרע ווי די פאלאקן, און די ליטוואקן (די אמאליגע, אין דער אלטער היים) האלטן די פוילישע די זעלבע נארנים ווי די פאלאקן האלטן די אונגארישע, (די היינטיגע מאדערנעזירטע 'ליטוואקן' וואס רעדן נישט קיין מאמע לשון זענען נאך די ווייניגסטע כיטרע) די גאנצע מיטאס פון 'כעלמער חכמים' איז א ליטווישע ערפינדונג, וואו די קעגנזייט פון די כעלמער זענען געווען זיי די ליטוועקעס, אזוי אז אלע כעלעמער געשיכטעס היסטאריש האבן גערעדט פון א ליטוואק (דער קלוגער) פרעגט א כעלמער (דער פאלאק, דער טיפש), אדער א ליטוואק איז אנגעקומען אין כעלם, (די ליטוואקס האבן בכלל פון קיין אונגארישע נישט געוואוסט צו זאגן),
אבער כיטרע מיינט לאו דווקא קלוג, די אונגארישע זענען אוניווערסאל בעסער אין ביזנעס, האבן א בעסערע פארשטאנד אין אנפירן און פארוואלטן אויף פארצווייגטע אפערעס, די ארעמע פאלאקן, און די נאכמער ארעמע ליטווישע, האבן אנשטאט ארבייטן און מאכן פרנסה געהאט אלע צייט אין דער וועלט אויסצושארפן זייער כיטרעשאפט און שפעטן און זיך ארומפליקן איינער דעם צווייטן,