בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:47 am
דורך יין שרף
...not at all, but I see you did... and got the point

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:18 am
דורך קינד_אן_קייט
רוב פאליסלייט קומען פון די ארימערע שיכטן אין פאלק און דארפן זיך ערנערן פון א מאגערן געהאלט.

די עיקר סיבה פארוואס זיי קלויבן אויס די פאליציי אלץ פאך איז כבוד און power, נישט געלט (אפשר אויך בענעפיט׳ס, אבער דאס איז מייסטענס לאחר זמן), און פארדעם זענען זיי עלול אויפ׳ן ערגסטן ווען מ׳רירט זיי אן דאס קרוין (זיי זענען אויך די וואס לייגן כסדר שטרויכלונגען פאר חברה הצלה וכדומה, ווייל ס׳טשעפעט זייער פרעסטידזש, והדברים ידועים).

דאס גרעסטע טעות וואס א מענטש קען מאכן איז זיך קעגנצושטעלן אדער רייצן, מ׳באצאלט דערויף טייער, זיי זענען אומשטאנד אויף רציחה ממש און מ׳שפילט זיך מיט׳ן לעבן!

עובדה: פאר 15 יאר צוריק האבן פאליציי לייט מערדערליך דערשאסן אן אומבאוואפענטער אומסטאבילער איד אין בארא פארק, גדעון באש ע״ה, ער האט נעבאך נישט גענומען די פילן יענעם טאג און ווען ער האט נישט געפאלגט די באפעלן פון די פיר (!) פאליסלייט האבן זיי אים קאלטבלוטיג בארעגנט מיט אן ערך פון 10-20 קוילן (!) און דערמארדערט.

ער איז נישט געווען שטארק מסוכן און זיי וואלטן זיך געקענט מיט אים אן עצה געבן מיט אביסל געדולד (אליין אדער דורך אראפ ברענגן א מומחה דערפאר), אנשטאט, האבן זיי זיך צוגעכאפט צום געלעגנהייט צו קענען שיסן און מארדן אונטער׳ן שלייער פון געזעץ. מ׳האט דעמאלט געמאכט דערפון א איבערקערעניש אבער ווי געווענליך זענען זיי ריינגעוואשן געווארן און פארבליבן אין אמט.

ס׳איז כדאי צו געדענקן ווען מ׳רעדט מיט א פאליציאנט אז ״החיים והמות ביד הלשון״, פשוטו כמשמעו, וחכמים הוזהרו בדבריכם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:57 pm
דורך petergrifin
מען דארף טאקע פאלגן א אפיצער אלס די געזעץ אבער מען מעג װיסען די אײגענע רעכטען װאס א יעדע
מענטש האט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:48 pm
דורך קעגן די נעט
Staten Island man dies after NYPD cop puts him in chokehold — SHOCKING VIDEO

Read more: http://www.nydailynews.com/new-york/sta ... z37mwdxMCJ

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:24 am
דורך שעפטל
עטס ווילטס וויסן וואס מיינט מערדער, קוקט דעם קליפ און ליינטס די מעשה...

בקיצור נמרץ... איסאה גארנער א 6 פיס און 4 אינטשיגע, אריבער 400 פונטיגער טאטע פון 6 קינדער און זיידע פון צוויי אייניקלעך, פון  וואס ליידט אויף אזסמא‏ האט -לויט זיין חבר וואס האט אפגעכאפט די ווידיא- אפגעטיילט דריי מענטשן אינמיטן א געשלעג, און נישט אנדענטעפעצירטע פאליציי האבן אריבער געוואקט, זעהנדיג אז עפעס איז פארגעגאנגן, און קענענדיג דעם טינקעלן פון בעפאר, נאכן אים ארעסטירן עטליכע מאל פארן פארקויפן ציגרעטליך, האבן אים ווידער געוואלט ארעסטירן, נאך אפאר מינוט זיך טענה'ן אז ער האט דא באמת גארנישט געטוהן, האבן די פאליציי אים נישט אפגעלאזט‏ און אים אנגעהויבן צו אטאקירן צו קענען ארעסטירן, למעשה האבן זיי אים דערשטיקט צום טויט צווישן די פינף וואס האבן זיך אויף אים ארויפגעווארפן און ער האט געכאפט א קלאפ אין קאפ ווען מ'האט אים אראפגעווארפן.

זיינע געשרייען "כ'קען נישט אטעמען! כ'קען נישט אטעמען!" זעקס מאל האט נישט געהאלפן און נישט דערהערט געווארן, ביז די פאליציי האבן באמערקט אז דאס קינד איז פארטיג! ער רירט זיך נישט..

פאראמעדיקס זענען גערופן געווארן, ער איז אפגעפירט געווארן צום ריטשמאנד יונעווערסעטי מעדיקעל סענטער און דארטן דערקלערט געווארן טויט.

די אינטערנעל אפפערס האט געעפענט אן אינוועסטיגעשאן.

יעצט קוקט דעם ווידיא און ליינט אביסל מער
Staten Island man dies after NYPD cop puts him in chokehold — SHOCKING VIDEO‏

---
ניין איך מעק עס נישט אויס, אפילו [tag]קעגן די נעט[/tag] האט עס געלייגט אינמיטן מיין טייפן.... ביי

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:28 am
דורך ישמעאל הכהן
דאס גייט נישט אדורכגיין גלאטיג. די פאליציי גייען פליען אויב נישט זיצן!

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:42 am
דורך אפטעמיסט
נעבעך. די הארץ רייסט

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:55 am
דורך שמעקעדיג
שרעקליך!! דאס איז אין אמעריקע?

ישמעאל, ביי גדעון באש הי"ד זענען דען פאליציי געפלויגן? איך בין גארנישט אזוי זיכער אז דא וועט יא. די פאליציי וועלן טענה'ן אז ער האט רעזיסטעד ארעסט און פארטיג... טיפיקל אמעריקע.

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:58 am
דורך ישראל קאפקע
אומגלויבליך!

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 1:07 am
דורך petergrifin
זאל על שארפטאן מאכען א רײאט אפשר אזוי װעלן די רוצחים האבן א משפט.

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 1:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
New York City Mayor Bill de Blasio (dih BLAH’-zee-oh) is promising a full investigation into the death of a man who appeared to have been put in a choke hold when police officers tried to arrest him.
The mayor said, “We have a responsibility to keep every New Yorker safe, and that includes when individuals are in custody of the NYPD.” “That is a responsibility that Police Commissioner Bratton and I take very seriously.”

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 1:41 pm
דורך תמים
א שרעק!! א זיסע גראבע שווארצע גוי, ענדיגט זיין לעבן פון איין מינוט אויפן צווייטן פאר פרובירן צי זיין וואויל און אפשטעלן א קריגעריי!! א פחד ווי מיר וואוינען!! איך הייב אהן צי פארשטיין די אנטי רעגירונג אנארכיסטן.
הי"ד !!

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 2:14 pm
דורך משבק
שרעקליך!! אפשר איז געקומען צייט צו טוישן די ר"ת פון CPR וואס סשטייט אויף יעדע פאליס קאר צו Cארופטירט Pאליס Rוצחים !!! אבער שמעקעדעיג איך מיין אז ביי גדעון באש האט די פאליציי געטענהט אז ער האט געפאכעט מיט א האמער ? http://observer.com/1999/09/police-quas ... esses-say/

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 5:29 pm
דורך אליצפן
אומגלויבליך איז נישט דאס ווארט.
שאקירנד איז נישט דאס ווארט.
הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט.
ס'איז פשוט נישט דא קיין ווערטער נאכן זעהן אזא ווידיא. אין מה להגיד. מיר וואוינען אין א לאנד וואו רוצחים אנגעטון אין שיינע מונדירן און בעדזשעס דרייען זיך פראנק און פריי אין די גאסן, און רודפ'ען, רצח'נען, פייניגן וועמען עס שמעקט זיי, פאר סיי וועלכע סיבה עס שמעקט זיי און זיי ווערן "קיינמאל נישט" ענד איי ריפיעט "קיינמאל נישט" געברענגט צו יוסטיץ. איך האב שוין געליינט און געוואטשט הונדערטער מעשיות און קליפס פון פאליציי ברוטאליטעט און הריגות, און עס איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז זיי ווערן ממש קיינמאל נישט באשטראפט.
און אפילו אין דער one in a million פאל וואס דער קעיס גייט יא צו א דזשורי, ווערן זיי אדער ריינגעוואשן, אדער באקומען זיי עפעס א ליצנות'דיגע אורטייל פון 4-5 יאר תפיסה, און נאך צוויי יאר זענען זיי ארויס.
איך האף גאר שטארק אז אין דעם פאל וועט זיך ארויסשטעלן אנדערש. ערשטנס, ווייל אונזער מעיאר דיבלאזיא איז א שטארקע ליבעראל וואס געווענליך נעמען זיי זיך אן פאר די נרדף, און נישט די פאליציי. און אויך ווייל אין דעם פאל איז דא קלארע ווידאו וואס צייגט אז דער קרבן הי"ד האט ממש גארנישט געטון, און די פאליציי זענען די וואס האבן אנגעהויבן מיט די מעשה רציחה אוט אף די בלו.
ימים ידברו, אבל אם מה שקרה בכל מקרה כזו בעבר, יקרה גם כאן, שום דבר לא יקרה לשוטרים הרוצחים הארורים במקרה זה.

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 6:38 pm
דורך שמעקעדיג
תמים האט געשריבן:א שרעק!! א זיסע גראבע שווארצע גוי
הי"ד !!

דאס שוין א מדריגה אין............. וד"ל. :P :)

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 7:02 pm
דורך אליצפן
בכלל דער גאנצע וועג וויאזוי זיי האנדלען אזא מעשה איז קארופטירט און אפגעפרעגט עד לב השמים. אינעם נייעס ארטיקעל אליינס שטייט אז internal affairs עפענט אן אינוועסטיגעישאן, דער DA's office עפענט אן אינוועסטיגעישאן, ועוד ועוד אינוועסטיגעישאנס. פרעג איך אייך איז דען דא וואס צו אויספארשן דא? מען זעהט דאך אויפן ווידאו קליפ און קלאר אז דא איז פארגעקומען א קאלטבלוטיגע מארד לעיני השמש! ס'נישט משנה קיין כי הוא זה וואס ער האט געטון פארדעם, ער איז געשטאנען אויף איין פלאץ, קיינעם נישט געטשעפעט, און די פאליציי האבן אים אטאקירט און גע'רצח'ט. האט איינער א הוה אמינא אז ווען אזא קליפ שווימט ארויף פון א ציווילע פארשוין וואלט ער נישט ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ? וואספארא מין קאפ פארדרייעניש איז דאס עפענען "אינוועסטיגעישאנס"?? שומו שמים! ארעסטירט די מערדערישע פאליציאנטן אויפן פלאץ! אבער שוין!

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 7:23 pm
דורך פליקער
ליידער איז עס פיל ערגער אליצפן, דא איז כאטש דמו נדרש, ווייל די השגחה האט געפירט אז עס איז געוועין א קאמערע וואס האט אפגעכאפט די מעשה רצח, וויפיל בליט ווערט פארגאסן און קיינער ווערט ניטאמאל געוואויר, עס זענען דא צעינליגע הינדערטער מעשה'ס וואס מענטשען ווערן געפייניגט ג'רצח'ט און ג'טיקעט'ד פאר גארנישט און פאר נישט, נאר ווייל דער פאליציי איז אלע מאל גערעכט, אנטיל פראווען אדער ווייז, א ווארט קעיגן א ווארט, ווען א פאליס האט מיך אפגעשטעלט פיר יאר ציריק מיר געגעיבן א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאן בשעת איך האב געהאט א ריזיגע העד פאן, האט מיר גארנישט געהאלפן, רבותי ווידיא אין די קארן, פארשעימען דעי בלוי קאהד אוו שקרנים.

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 7:36 pm
דורך משבק
אינטערסאנט אז אויפן ווידיאו זעט אויס ווי אפילו נאכן זיך שטיקן פרובירן זיי אים ניטאמאל צו געבן די נויטיגע הילף?

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 8:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער מעיאר האט אפגעשטיפט זיין וואקאציע טריפ קיין איטאליע וואס ער האט היינט געדארפט אנהויבן. אלעס וועגן די געשיכטע. די צוויי פאליציי זענען אוו די סטריטס דערווייל

נשלח: מוצ"ש יולי 19, 2014 5:49 pm
דורך לאליפאפ
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דער מעיאר האט אפגעשטיפט זיין וואקאציע טריפ קיין איטאליע וואס ער האט היינט געדארפט אנהויבן. אלעס וועגן די געשיכטע. די צוויי פאליציי זענען אוו די סטריטס דערווייל

דערווייל?

נשלח: מוצ"ש יולי 19, 2014 11:33 pm
דורך לאליפאפ
דער הרוג'ס ווייב פאלט צאם ביי א דעמאנסטראציע היינט!
VIDEO: Wife of man who died during NYPD arrest collapses in grief at rally: http://t.co/kV3Uh8j1np

אכזרוית פון איזראעלי פאליציי

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:23 am
דורך משבק
א איזריעלי איז מוחה אקעגן די אקופאציע און כאפט ביטערליכע קלעפ https://www.youtube.com/watch?v=Z--ZxkfjcVU

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:45 am
דורך ישראל קאפקע
ער איז אן אמעריקאנער בירגער א איד, (כאטש ער קוקט נישט אויס צו זיין צוגעוואוינט צו טראגן א קאפל)
אוודאי וועט אמעריקע נישט זאגן קיין ווארט,
?Israel shares our values! Don't you think