בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:42 pm
דורך טעפל
ממש נישט, איך בין געווען אין ארץ ישראל, אסאך מער ווי אייך, און געגאנגען אין אסאך מקוואות אין אסאך שטעט, נישט קיין זכר פון קיין קינדער..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:55 pm
דורך איציק
איך קען זיך נישט שפארן מיט אייך איבער ווער ס'געווען אין ארץ ישראל מער מאל, פשוט ווייל איך קען אייך נישט. אבער אזויפיל יא, ווען אימער איך בין געווען (ממש גאר לעצטענס אויך), און סיי אין וועלכע שטאט איך בין געגאנגען (נישט נאר ירושלים-בני ברק-מירון-צפת) זענען כמעט אלעמאל אנוועזנד געווען קינדער אין מקוה.
איך האב נישט געמאכט דעם חשבון און נישט גענומען די סטאטיסטיקס וואו קינדער גייען מער אין מקוה, אין אר"י אדער אין חו"ל, אבער צו זאגן אז "אין ארץ ישראל גייען שוין בכלל נישט קיין קינדער אין מקוה" איז פשוט פארקערט פון די מציאות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:33 pm
דורך טיטאניק
איציק: די אמת איז אז איך האב נישט ליב צו אטאקירען א ניק, נאך דערצי אזא געערטער ווי די, אבער היות ווען מען רעדט דא פון א נושא וואס איז גארנישט ווייניגער הארב פון די אינטערנעט סכנה, נאר אסאך א גרעסערע סכנה, כולה עלמא מודה, גיי איך דערפאר מיר נעמען די קוראש און די יא אטאקירען
בהמה, צו א בהמה רעדט מען בהמה שפראך

1. מאך מיר נישט פאר "א געערטער ניק" און נאכדעם אטאקיר מיר פערזענליך.
טאקע נישט שיין, סארי, האסט אבער זיך אבער צישטארק אנגענימען אויף די פראבלעמען, אבער סלח לנו

איציק: 2. איך האב נאר געזאגט אז "מקוה" איז נישט קיין נייע ערפינדונג, און אוודאי נישט קיין "היינטיגע פירצה" און "ערגער פון די אינטערנעט" אדער "די גרעסטע פירצה אין אונזער דור" כיד הדמיון הטובה עליך. לייען איבער מיין תגובה וועסטו זעהן וואס איך זאג.
איך האלט נאך אלץ אז די אינטערנעט האט נישט אזויפיל שאדען געמאכט אין עניני קדושה ווי די מקוואות האבען, איך רעד פון פאקטען וואס די מחנכים און עסקנים וואס געגעבן זיך אפ מיט ערנסטע פראבלעמען, שרייען אז אויב עפעס איז א פראבלעם וואס שעכט אפ - איז דאס די מקוואות!
אינטערנעט איז נישט די פלאץ דא אין דעם אכשול, אבער אז מען רעדט שוין, די עיקר "חורבן" פון אינטערנעט איז אז עס דעקט אויף די קארופציע פון אדמורים ורבנים, און גארנישט מער, ואין כאן המקום להאריך בזה


. אויב דו מיינסט אז אמאל פלעגן אלע גיין אין פעלד, האסטו אויך א טעות: א "בית הכבוד" מיט א שלאס איז שוין געווען אין ביהמ"ק: "ומדורה הייתה שם, ובית הכיסא של כבוד; וזה הוא כבודו--מצאו נעול, בידוע שיש שם אדם." אבער נישט איבעראל איז אזוי געווען.
איך זעה אז די קענסט טאקע פיין לערנען און פאר דיינע מקורות און ידיעות גיב איך דיר א מלא חפניים פון: :like , אבער דא האסטי זיך טועה געווען, חז"ל זאגען אז די סיבה פארוואס עס האט געהאט די נאמען "כבוד" ווייל עס איז געווען א "חידוש" וואס מען האט "נאר" געזעען אין ביהמ"ק אין נישט ערגעץ אנדערט, שאין כן ביי דעם המון עם ווי מען איז געגאנגען בצוותא חדא מיט כל הנערים
און אז די דערמאנסט נאכאמאל די ווארט "אמאל" זאג איך דיר, אז במזן הגמרא "אמאל" האבען אלע קינדער געוויסט פינקלעך "למה כלה נכנסת לחופה" און האבען געקענט אלע הלכות פון יורה דעה שוין פון קליינווייז אן! מילא גייען מיר מארגען דאס לערנען מיט די קינדער? ניין, ווייל די וועלט איז היינט אנדערשט, און וואס מען האט געקענט אמאל מיינט נישט אז מען קען היינט, די זעלבע איז מיט די מקוואות!


4. אוודאי דארף מען זעהן מתקן צו זיין אויב מ'זעהט אז ס'קומט ארויס א מכשול, אזוי ווי דער משנה פון סוכות וואס דו האסט גאר פאסיג ציטירט. און דאכצעך מיר, אז היינטיגע צייטן ביים אריינגאנג פון יעדע מקוה קענסטו זעהן א טאוול מיט'ן אויפשריפט: "קינדער טארן נישט קומען אן באגלייטונג פון די עלטערן." איז וואר?
ווער פאלגט דאס דען איין? ובכלל זייט ווען ברויך א קינד בכלל קימען אין מקווה???? אפילו מיט דער טאטע, צי וואס און פאר וואס? וואס איז די מטרה? אז ער זאל זיך אנזען כל דבר לא טוב? אפשר וועסטי מיטנעמען דיין זין אין בית הכסא יעדעס מאל די גייסט? מיט די טענה "וואס קען שוין געשען? יעדער גייט דאך..." א מין גערעכעדץ, ווען דיין ווייב וועט איין טאג מיטנעמען דיין טאכטערל מיט די טענה אז עס וועט איר זיין גרינגער דאס צי דערהייבען ווען זי וועט חתונה האבען, איז דאס דען א טענה, איז דאס דברים של טעם אדער דברים של גרף של רעי?

5. קומסט מיט א געוואלדיגער אויפטוה אז צו גיין אין מקוה שבת אינדערפרי איז יצא שכרו בהפסדו צוליב די אומריינקייט פון די וואסער. א וואזשנער חידוש! אינטערסאנט אז ס'איז קיין איין פוסק דאס נישט איינגעפאלן עד היום הזה! ...
שוין גענפערט אינעם פריעדיגער תשובה

6. אז מ'טאר אין מקוה נישט רעדן און אז מ'דארף זיין אפגעהיטן נישט צוצוקומען לידי הרהור, דאס ביזטו 100% גערעכט. ס'איז א מילתא דפשיטא און איז ליידער צווישן די עבירות שאדם דש בעקביו. אבער דאס פרעגט נאכנישט אפ דעם גאנצן ענין פון גיין אין מקוה. ווילסט פארבעסערן? מאכן פריוואטע מקוואות? זייער שיין! אבער דערפאר מוזטו שוין מבטל זיין און פארמיאוס'ן דעם גאנצן ענין צוזאמען מיט אלע מקוה גייערס?
איך האב נישט אוועק געמאכט קיין מקוואת! חליליה וחס! איך האב נאר געזאגט אז כהיום הזה זענען די פובליק מקוואות זייער זייער א גרויסער חורבן און א שרעקליכער מכשול, איז כהיום לדעתי טאר מען נישט גיין, און גראדע נישט נאר איך האלט אזוי, אסאך רבנים און דיינים וואס איך האב זיי פארגעלייטג מיינע טענות האבען מסכים געוען צי מיר, אבער די שמיס האט זיך געפינישט "איך וויל נישט זיין דער ערשטער ארויס צי קימען מיט דעם, איך הייס נישט און וויל נישט היייסן ראזענבערג"...

7. אונזערע זיידעס זענען נישט געגאנגען אין מקוה מיט 100 יאר צוריק? איך קען נישט אייער יחוס, אבער ר' איד: Speak for yourself. מיינע זיידעס זענען אויסדרוקליך יא געגאנגען אין מקוה, און טאקע יעדן טאג. זיי האבן אויך נישט געדארפט ברעכן אייז אין די שטאטישע מקוה (חוץ פון אין אויסנאם פעלער).
לאו דוקא, פרעג דיר נאך, די תלמידי בעל שם זענען געווען יחידים אין דעם, רוב מקוואות פלעגען זיין פארשפארט סתם אזוי

8. פון דיין קריטיק פארשטיי איך אז דו נעמסט אן פאר א פשיטא אז מיין פאזיציע אויף די טעמע איז פארקערט פון דיינ'ס. דהיינו: איך האלט אז מ'דארף יא שיקן די קינדער אין מקוה, the more the merrier. ולא היא. גראדע האלט איך אז ניין. אבער וואס איך פסק'ן פאר זיך פסק'ן איך נישט פאר יענעם. איך באטראכט זיך נישט אלס פוסק.
במקום שאין איש, ווערט פון א טיטאניק אויך א פיש! :lol:

9. לסיום, היינט איז א מקוה פונקט ווי אמאל, אויך א מקום טהרה וקדושה. איי, מ'זעהט דאך אז נידריגע יונגען גייען אויך אין מקוה און זיי האבן אוודאי נישט אינזין קיין קדושה וטהרה? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל: ........ ופושעים יכשלו בם.
דאס איז געזאגט געווארען ווילאנג עס איז 50% אויף 50% אבער ווען שכרו יצא בהפסדו, ווען קינדער ווען נפגע בנפשם ובגופם טאג טעגליך, על זה לא אמרו אז עס איז דא 2 וועגען, אין אזא פאל האבען חז"ל מתקן געווען "תקנות", ועל זה אני צווח!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה(?): נאכדעים וואס דו האסט געברענגט די דריי בילדער פון א מקווה? איז ביי מיר שוין גאר קיין ספק נישט אז דאס איז דריי פארשידענע פלעצער, און ס'איז נישט זיכער אז איינס אדער אלע דריי זענען גאר נישט קיין מקווה טהרה, נאר א "סאונא" אדער "דזשאקוזי". דער "טאטע", אדער עדאלט וועלכער האלט דאס קינד האט אן א רינג/וועדדינג בענד, וואס איז זיכער א חציצה. אויב מ'גייט לשם טהרה. :?: :oops: :o :roll: :?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 3:36 pm
דורך שרייבער
טעפל האט געשריבן:ממש נישט, איך בין געווען אין ארץ ישראל, אסאך מער ווי אייך, און געגאנגען אין אסאך מקוואות אין אסאך שטעט, נישט קיין זכר פון קיין קינדער..

איך בין געווען אין סאטמאר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און ס'גייען די זעלבע צאל קינדער ווי דא אין אמעריקא בערך
די אמת איז, פריוואטע מקואות גייט מען נישט אזוי שנעל עפענען, א מקוה אויפצוהאלטן קאסט א געוואלד, אבער ס'איז דא א עצה, וכן אני נוהג, מ'גייט פרי, ווען דו האסט ס"ה נאך 2 3 שכנים מיט דיר, און ס'איז שטיל ס'איז רואיג און ריין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 7:50 pm
דורך דעת תורה
וואס האט מקוה ערב שבת מיט יונגעלייט אדער בחורים? מען גייט אין מקוה ערב שבת לכבוד שבת, קינדער איז דא דער זעלבער ענין, בפשטות.

וואסערע חורבן איז דיר ארויסגעקומען פון גיין אין מקוה אלס קינד? מען קען מיינען יעדער ווערט נפגע. מסכים, עס איז דא א געוויסער פראצענט מאלעסטערס און מאלעסטירטע, און א מקוה איז מער אויסגעשטעלט עס זאל געשען ברויך עס זיין מיט מער השגחה. איר שיינט צו זיין אביסל אבסעסט אויב נישט קראנק מיט דעם ענין, כך הוא ברייתו של עולם און עס ברויך נישט שטערן פאר קיינעם. ווען דו גייסט אריין אין בור האסטו א תאוה צו געבן א שטופ א קליין קינד ער זאל ארויסגיין און דורכדעם באפרידיגסטו דיינע יצרים? טאמער יא, גיי דו נישט אין מקוה. ברויך דאך נישט דער גאנצער ציבור ליידן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. דער עיקר נקודה איז אז ס'דארף זיין עפעס אן השגחה, נישט אז ס'זאל זיין הפקר. אבער דער עצם ענין פון קינדער גיין אין מקוה איז נישט קיין פעילער. פארשטייצעך. אז א יעדער טאטע און מאמע דארפן פארשטיין ביי וועלכע עידזש צו לאזן די קינדער גיין אין מקוה . :| .

א שיינע קליפ פון חיים שאולזאן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:43 am
דורך טיטאניק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:23 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2013/12/blog-post_6442.html

ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק און קליפ. מיין פילטער בלאקט אפ רוב פון חיים שאולזאנ'ס בלאג. ווער איז דער בעל דרשן. אזאלכע דרשות זאגט ער? איך בין נייגעריג צו הערן זיין שבת תשובה דרשה. 8-) :roll: :D :oops: (קוילערט פאר געלעכטער) :lol: :lol:

טראמאטייזט ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:11 pm
דורך גאנצל
shem-tov האט געשריבן:דאס לאזן גיין קליינע קינדער אין מקוה איז א גרויליקייט שאין כמוהו בעולם. וואס האבן די קינדער דארטן פארלוירן. סאיז קלאר אז די קינדער ווערן דארט טראמאטייזט.

איך ווייס נישט וועגן אנדערע קינדער דו קוקסט מיר זיכער אויס אז דו ביזט געווארן טראמאטייזט.... :D

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:49 pm
דורך למדן
אידאס נישט דער ראה"ק צו וואטעווער (פארגעסן אז דאס איז דער מאוסט ענויאינג ווארט פונ'ם יאר) פון דעם שטיבל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:07 pm
דורך ירמי'
ממרום שלח אש האט געשריבן:סדא א סברה אז אויב מהייבט אן קליינערהייט, דעמאלס ביי די צייט וואס עס איז שוין עכט נוגע איז עס שוין דדמין עלן כקאקי חיוורא.
אבער אויב די ערשטע מאל איז ווען מען איז שוין א "טין" ווען די הארמאנען זענען אויף אווערדרייוו...

היות סדא סברות לכאן ולכאן איז יעדער בארעכטיגט צו טון מיט "זיינע" קינדער ווי "ער" פארשטייט.

וועגען דעם טאקע מאך איך זיכער די קינדער זאלן קוקען אויף די נשים פון קליינוואז אן, און אויך גיב איך זיי עדאלט אינטערנעט אן א פילטער שטייטזיך ווייל סדא א סברא ווען מען הייבט אן קליינערהייווערט מען צוגעוואינט און יס שאדט נישט ווען מען ווערט א טין...

סארא שטותים.