בלאט 3 פון 5

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:35 pm
דורך סאו וואט
נא, הייב אן שטעלען, מיר ווארטן בכליון עינים.
ס'שטייט געברענג כמדומני פון צאנז'ער רב זצ"ל (פארוואס נישט, אלעס וואס דארף א מקור, לייגט מען ארויף אויף זיין נאמען) אז אויף א רעבעצין איז נישטא הרהורים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
Admin האט געשריבן:בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.


דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה

יישר כח פאר זיין פארזיכטיג. אבער כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא מענער רעבעצינס אויכעט. :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:38 pm
דורך געפילטע פיש
כתר מלכות האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.
לייענעדיג דא ווי אזוי חכמים ונבונים ווערן ווילד פאר אפאר שווארץ און ווייסע בילדער פון נשים צדקניות מעלמא דקשוט, זעה איך אז ס׳איז יש דברים בגו.
די תירוץ אז ממיינט בלויז די היסטארישקייט דערפון איז זייער א שוואכע, זינט די שטיבעל צייכנט זיך נישט אויס מיט היסטארישע בילדער פונעם בעל האשת חבר.
#דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי.


חברה, מ'האט אונז געפאקט ביי די מעשה!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:44 pm
דורך איחוד פעלד
יאפ

דער צדיק תמים איז גערעכט, פין וועלען שרייבען וועגען מאלעסטירער, וויל מען זעהן בילדער פין פארצייטישער רעביצינס...

הדא הוא דכתיב עבירה גוררת...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:48 pm
דורך כתר מלכות
@ געפילטע, זיי נישט אזוי קאמפלעקסט. די נאר זאל ארויסגיין פון מקוה, (געפילטע:) איך בין נישט קיין נאר....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:53 pm
דורך גד החוזה
עטס האטס ענק נישט וואס מתוכח צו זיין, שיק א אישי צו די גבאים ואחראים, אין לאמיר זעהן וואס זיי האלטן.
נאר שווארץ אויף ווייס נישט קאלירטע אדער פאקערט אדער נישט קיין נפקא מינה.

איך האב געהאט ארויף געשטעלט א בילד ווי איינער פוצט זיין נאז, יענער וואס האט דאס אראפ גענומען זאל מוחל זיין און רעאגירן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:53 pm
דורך פיטומי מילי
אלעמען,

איך וואלט א קיש געגיבן אויפן שטערן אלעמען דא אינעם שטיבל ווי זיס ברענגט יעדערער ארויס די משוגעתן וואס ווערט ערגער אין ערגער כהאב זייער אסאך ציצולייגן אבער איך זעה יעדער האט ארויס פינקטליך די ביטערע מצב.
איין זאך נאר!
אז מוועט נישטערן אין אלטע antiques מגילות אין כתבי קודש וועט עטץ באמערקן נישט סתם art נאר וואס מוואלט היינט גערופען porn

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 3:51 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געוויזן דעם אשכול פאר מיין זיידן היינט.
ער עקשנ'ט זיך אז מ'זאל נאר מעגן לייגן בילדער פון פאר'ן ערשטן וועלט קריג!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:01 pm
דורך ונבנתה העיר
כתר מלכות האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.

אזוי האסטו אמאל געהערט? מיסיס בעק בשם וואקסמאן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
נא.. די הרהורים זענען שוין קשין מעבירה, לייג שנעל די בילדער. כאכאכא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:36 pm
דורך כתר מלכות
ונבנתה העיר האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.

אזוי האסטו אמאל געהערט? מיסיס בעק בשם וואקסמאן?


צדיק׳ל זאג מיר וואס דריקט דיר ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:00 pm
דורך ונבנתה העיר
נעם עס נישט צום הארצן, איך האב אמאל געלייענט אז נאכ'ן טויט ווערט מען אויך נישט פטור דערפון...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:25 pm
דורך נצור לשונך מרע
גד החוזה האט געשריבן:איך האב געהאט ארויף געשטעלט א בילד ווי איינער פוצט זיין נאז, יענער וואס האט דאס אראפ גענומען זאל מוחל זיין און רעאגירן.

ביטע. פארגלייך נישט א היינטיג בחור וואס פוצט זיין נאז, צו פארצייטישע נשים,
די הנהלה האט ערהאלטן עטליכע באריכטן אויף דעם בילד פונ'ם בחור, און באשלאסען עס אראפצונעמען.
בילדער וואס פארשעמען פריוואטע מענטשן זענען נישט ערלויבט לויט די תקנות המקום.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:38 pm
דורך מאיר הערש
פידלער האט געשריבן:אפאר חדשים צוריק ווען איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל און מיך באקענט מיט אירע פארשריפטן, האב איך אויסגעפונען אז איינע פון די תקנות איז אז די ניקס טארן נישט זיין נעמען פון פרויען. יעדער איז וועלקאם צו שרייבן, אבער די ניקס מיזן זיין אדער ניוטראל אדער מענעריש. איך מיז זאגן אז איך בין געווען גאר impressed פון די תקנה. איך געדענק נאך די אלטע בלאגס ווי חסידים פלעגן זיך צוזאם קומען, און ווי אפט זאכליכע שמועסן פלעגן זיך פארוואנדלען צו איין שטיק נארישקייט, אין טייל ווייל די genders פלעגן זיך אדער אריינפארן אדער flirten. אוודאי זענען נישט אלע שמועסן צוגעקומען צו די סארט נארישקייט, אבער gender איז זיכער געווען אן issue אין דערנידערן די קוואליטעט פון גענוג און נאך שמועסן. דערפאר האב איך געפילט אז נישט ערלויבן פרויערישע נעמען קען שטארק העלפן צו די objectivity און intellectual honesty אין די שמועסן דא.

גאנץ אנדערש אבער האלט איך פון די תקנה פון פארווישן פרויען'ס פנימער.

ווי פאסט פאר קאווע שטיבל וואס געבט דער איינדרוק אז מען האנדלט דא מיט חרידישע אידן צו ערלויבן אפיציעל זיך דורכשמועסן מיט פרעמדע פרויען? אז איך ווייס נישט (אז זיי זענען פרויען ווייל זיי האבן נישט קיין פרויען נעמען) נו, ווייס איך נישט. וועגן דעם איז בכלל נישט אויסגעהאלטן אפילו צו האבן אוועטערס (avatars) פון בילדער פון א קאפ/האר פון א פרוי אפילו איר פנים איז אויסגעמעקט. א מאן דארף נישט קלערן אז ער שמועסט זיך דורך מיט א פרעמדע פרוי. און וואס איז אויב איינער פון די שרייבערס זענען נישט קיין גרויסע צדיקים/צדקניות און זיי שרייבן זיך פריוואט איינער מיט'ן צווייטן א דאנק קאווע שטיבל און דערנאך... מען טאר נישט קלערן....

וועגן דיין צווייטע טעמע וועגן אריינשטעלן בילדער פון פרויען. איז עס אויסגעהאלטן על פי הלכה פאר א מאן צו קוקן אויף א פרוי? איז עס אויסגעהאלטן פאר קאווע שטיבל צו האבן אזא בילד וואס טיטאניק האט אריינגעלייגט? אויב די תקנה דא אז יא, זאל מען מעלדן אפיציעל אז אין דער סייט קען מען זען בילדער פון ביידע, מענער מיט פרויען.

נאך אלעמען, קאווע שטיבל געבט דער איינדרוק אז מען רעדט פון היימישע אידן וואס ביי זיי געפונט זיך א קאווע שטיבל. פון די היימישע מענטשן וואס זענען בדרך כלל אפגעהיטענע אידן דארף מען נישט מכשל זיין מיט בילדער פון פרויען, זיך שרייבן מיט פרויען, רעדן וועגן פרויען, א.ד.ג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
מאיר הערש האט געשריבן:וועגן דעם איז בכלל נישט אויסגעהאלטן אפילו צו האבן אוועטערס (avatars) פון בילדער פון א קאפ/האר פון א פרוי אפילו איר פנים איז אויסגעמעקט.

איז [tag]קאווע טרינקער[/tag] אראונד?? מיר האבן דא א פסק הלכה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 9:23 pm
דורך פידלער
וי פאסט פאר קאווע שטיבל וואס געבט דער איינדרוק אז מען האנדלט דא מיט חרידישע אידן צו ערלויבן אפיציעל זיך דורכשמועסן מיט פרעמדע פרויען? אז איך ווייס נישט (אז זיי זענען פרויען ווייל זיי האבן נישט קיין פרויען נעמען) נו, ווייס איך נישט.

[tag]מאיר הערש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט דא. ערקלער ביטע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:03 pm
דורך טיטאניק
מאיר הערש האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:

(avatars) פון בילדער פון א קאפ/האר פון א פרוי אפילו איר פנים איז אויסגעמעקט. א מאן דארף נישט קלערן אז ער שמועסט זיך דורך מיט א פרעמדע פרוי. און וואס איז אויב איינער פון די שרייבערס זענען נישט קיין גרויסע צדיקים/צדקניות און זיי שרייבן זיך פריוואט איינער מיט'ן צווייטן א דאנק קאווע שטיבל און דערנאך... מען טאר נישט קלערן....

וועגן דיין צווייטע טעמע וועגן אריינשטעלן בילדער פון פרויען. איז עס אויסגעהאלטן על פי הלכה פאר א מאן צו קוקן אויף א פרוי? איז עס אויסגעהאלטן פאר קאווע שטיבל צו האבן אזא בילד וואס טיטאניק האט אריינגעלייגט? אויב די תקנה דא אז יא, זאל מען מעלדן אפיציעל אז אין דער סייט קען מען זען בילדער פון ביידע, מענער מיט פרויען.

איך האב געלערנט אין ארץ ישראל אלץ בחור, אין ישיבה איז געווען א משגיח וואס ביי עם איז געווען "שובבים" א גאנץ יאר, ער האט בדמיונו הפרוע געזען יעדע בחור "מיט א אפענע זיפער", יעדע דרשה זיינער איז געפארען ארום די נושא פון קדושה, פוי פעך
האט מען געשמיסט אין ישיבה אז ווען דער משגיח וואלט ווען געווען א קאר וואלט ער געווען א "פאליס קאר" ווייל ער האט א בלויע לעמפל אויפעם דאך...
בעברית: אם הוא היה רכב, היה רכב של שוטר כי יש לו ראש כחול.............
ולך גם תהלה נספר, ר' מאיר הערש איר זענט דאכט זיך א קרוב משפחה צו יענעם, זעט אויס אז ביי ענק לויפט ריין ליכט בלויע בליט, אלעס איז ביי דיר בלוי, ווי די קיקסט זעסטי **** און נבלה, פוי פעך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:09 am
דורך דער (פינטעל) איד
מ'דארף עפענען א אשכול "צרות פון פרויען"
אסאך אירע טענה'ן גראדע אז ווי שענער דע צורה אלץ מער צרות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:30 am
דורך מאיר הערש
פידלער האט געשריבן:וי פאסט פאר קאווע שטיבל וואס געבט דער איינדרוק אז מען האנדלט דא מיט חרידישע אידן צו ערלויבן אפיציעל זיך דורכשמועסן מיט פרעמדע פרויען? אז איך ווייס נישט (אז זיי זענען פרויען ווייל זיי האבן נישט קיין פרויען נעמען) נו, ווייס איך נישט.

[tag]מאיר הערש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט דא. ערקלער ביטע.

איך ענטפער דיר און אויך טיטאניק. גאנץ פשוט "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם", א מצות לא תעשה אין אונזער תורה נישט ווייניגער ווערט ווי עסן חזירפלייש אדער גנב'ענע'ן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:26 am
דורך I'm back
ווי שטייט - ואחרי עיניכם זו הנשים?
אפשר מיינט עס אז אויב זעסטו א ספר וואס ציט אדער א גוטע מאכל?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:00 am
דורך אפטעמיסט
נישט נאר האט מען מורא פון צורות נשים, נאר ס'גייט אסאך טיפער. אין דעם פאלגענדע בילד זעהט מען אן עד וואס איז געוועהן געדריקט אין די חרדי'שע צייטונגען המבשר און המודיע.
(פאר די וואס פארשטייען נישט עברית: די אינטערשטע בילד איז דער ארגינעלע בילד וואס איז געדריקט געווארן אין המבשר, דער אויבערשטער בילד איז געדריקט געווארן אין המודיע, און זיי האבן געטוישט "מורים ומורות" (מלמדים און טיטשערס) צו "עובדי הוראה" (ווייל די ווארט 'טיטשער' איז שוין צי פראסט) און אראפגעשניטן אביסל פון דער אינגעל'ס בלורית).
ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען מתקן געוועהן א תענית ציבור אויף די טיפשות און צודרייטקייט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:20 am
דורך גד החוזה
אפטעמיסט האט געשריבן:נישט נאר האט מען מורא פון צורות נשים, נאר ס'גייט אסאך טיפער. אין דעם פאלגענדע בילד זעהט מען אן עד וואס איז געוועהן געדריקט אין די חרדי'שע צייטונגען המבשר און המודיע.
(פאר די וואס פארשטייען נישט עברית: די אינטערשטע בילד איז דער ארגינעלע בילד וואס איז געדריקט געווארן אין המבשר, דער אויבערשטער בילד איז געדריקט געווארן אין המודיע, און זיי האבן געטוישט "מורים ומורות" (מלמדים און טיטשערס) צו "עובדי הוראה" (ווייל די ווארט 'טיטשער' איז שוין צי פראסט) און אראפגעשניטן אביסל פון דער אינגעל'ס בלורית).
ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען מתקן געוועהן א תענית ציבור אויף די טיפשות און צודרייטקייט


ס'דערמאנט מיר פון דעם בילד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:39 am
דורך יאיר
גד, די בילד איז זייער זיס, אבער איך פארשטיי נישט די קעפל, וואס איז שלעכט מיט פארמאגן א בילדונג אז א רעליגיעזער מענטש טאר עס נישט טון?