בלאט 3 פון 22

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:06 pm
דורך דער (פינטעל) איד
:roll: :?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:25 pm
דורך יואליש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעה איך גוט? א מקור פאר א קאלירטע בעקיטשע!


דאס האמיר שוין פון עשיו'ס בגדי חמודות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:49 pm
דורך ראש הישיבה
טיטאניק האט געשריבן:וישק יעקב לרחל? ווי מעג מען?
מיר האט מען מחנך געווען אז LOVE איז געהעריג לא יזכר ולא יפקד
כ'מיין אז מען האט מיר אויך געלערנט אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, סא ווי געט מען זעך א עצה?

דערפאר קימט הפסוק השלישי, וואס איך האב פריער געשריבען אז די היינטגיע נטורא חארטע וועלען מחזיר בתשובה זיין אינזערע אבות ואמהות

עיין תניא פרק מ"ד אדער מ"ה. דארט איז ער מסביר די ענין על פי פנימיות הענינים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 4:57 pm
דורך העלא
קיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,

און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,

אלעס הייבט זיך אהן מיט די רשעים די חתנים מדריכים?????

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:02 pm
דורך ראש הישיבה
טיטאניק האט געשריבן:פארשאלטען זאל זיי זיין
זיי וואלטן געוואלט ארויסרייסן דעם "והתיר לנו... על ידי חופה וקידושין"
ניין, דו מעגסט נישט מאכען א לעבן מיט דיין ווייב! חלילה! מגלה נאר א טפח, חלילה נישט מער, גיב איר גארנישט, נעם נישט גארנישט, זיי א הארטע שטיק קלאץ אייזן, אויס בן אדם, אויס געפילען, אויב האסטו געפילען ביסטו א רשע, א מנובל,

וואס קומט ארויס פון דעם? דער יונגערמאן ווערט א מלמד, זיין תאווה וואס ער האט באקומען אלץ א "בן אדם" צושפילט זיך ווייל זיין ווייב מעג עם נישט געבן וואס ער דארף, און ווען א מענטש הונגערט, פאסט משבת לשבת, אזא איינער וועט אויך עסן פארשימעלטע פערדן פלייש אזוי ווי אונזערע זיידעס ביים קריג, מילא קומט ער צו צו דעם אז ער גייט עס מאכען מיט קליינע קינדער!
עס ווינדערט יעדעם פארוואס דאס געשעט, אבער ליידער זענען די דיינים די חתנים מדריכים שולידיג דערינען, צוימסט עם איין ווי משוגע, אוודאי פלאצט ער ווי א חיה רעה,
גיב עם וואס די תורה הייסט עם געבן, געב איר וואס די תורה הייסט איר געבן, זאלען זיי זיך אויסגעבען כדבעי, וועסטו זען אז די פראבלעמען פון מאלאסטעישאן וועט דראפען צו די ערד!

גיי צו די ווייבעל, זי אלץ בשר ודמ'טע דארף זי א זאך וואס הייסט "LOVE" און אויב דער מאן טאר דאס נישט געבן וועט זי עס איין טאג גיין נעמען ערגעץ ווי מען געבט עס יא!!!
דור עקש ופתלתול!!!!!!!
פרום איז ראשי תיבות, פיל רשעות ווייניג מצוות

לויפטץ מיר נישט אין מקוה, גיבט מיר נישט קיין צניעות דרשות און ניצט אביסעלע קאפ, זייט מיר נישט מער פרום פון די תורה הקדושה, און דאן וועלן מיר האבען אסאך אסאך אסאך א שענער דור, מער צופרידענע אידען, ווייניגער מחללי שבתות, און ווייניגער ממזרים.

דו רעדסט צו די זאך. אבער עס זעהט אויס אז דו ביזט עלטער ווי דרייסיג יאר.

ווייל לויט מיין אינפארמאציע, האט זיך די זאך אסאך געטוישט. ווען איך האב חתונה געהאט האט מען מדריך געוועהן מיט ככפאו שד, עס דארף זיין אזוי ווי אין מקוה אריין און גלייך ארויס. נאר משבת לשבת וכו'. פארשטייט זיך אז מען האט נישט אויסגעלערנט קיין מעקאניזים ווי אזוי מען בויט עס אויף. אזוי אויך האט מען נישט אויס געלערנט וויאזוי די פרוי איז מקבל פון דאם. דער עיקר איז אז נאך דח חתונה לערן גוט אדורך סימן ר"מ אין ראשית חכמה שער קדושה פרק י"ז, אויב מעגליך לערן ספר קדושה וצניעות.

היינט איז די זאך אנדערש. עס איז דא אסאך היימישע מדריכים וואס זענען מדריך יעדער חתן כפי תכונת נפשו. מען באגלייט אים עטליכע חדשים (און אסאך עטליכע יאהר) ביז מען זעהט אז די שטוב איז גוט און קראנט אוועק געשטעלט.

ווער איז יא די פראבלעם היינט? די מדריכות!

זיי שפילן נאך כאילו די נשים זענען הייליג. די אינגעלייט וואס ווילן זיך ענדזשויען, זענען נישט אויסגעוואקסן. זיי זענען שולדיג אין אסאך שלום בית. דאס איז א ענין וואס ביודעי ומכירי קאמרינן.

מען דארף געבן קרעדיט ווי עס קומט די מדריכים ב"ה האבן געמאכט אסאך פארשריט. יעצט דארפן די מדריכות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:03 pm
דורך טיטאניק
העלא האט געשריבן:קיינער האט מיר דא נישט אפגעוואנדן דערווייל,
עס הייבט זיך נישט אהן,
אונזערע זענען געגאנגען לאנגע קליידער,

און קיין יומען העיר שייטלעך זענען נישט געווען,

עס איז געווען דעמאלט "עכטע שיינע האר", מען האט עס נאר ציגעדעקט, אבער מען איז לכתחילה געגאנגען שיינע לאנגע לאקען, יא דיינע באבעס
האסט אראפ געגאלט אירע האר, א פרוי'ס טבע איז צי ליב האבען אירע האר, האט זי זיך געמאכט יומען שייטלעך, ועל זה צווח הגה"ק רבינו עובדי' יוסף אז עס איז על פי הלכה אסאר מער מהודר צי גיין מיט לאנגע אבער ציגעדעקטע האר, ווי אפילו איין טראפ אויפגעדעקטע שייטעל (די נאן סענץ פון פריזעט אדער שפיצעל האט ער אויך געמיינט)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:03 pm
דורך רואה ואינו נראה
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:05 pm
דורך למדן
ב"ה היינט זענען דא הייליגע יונגעלייט וואס געבן זיך א עצה אויף אנדערע אופנים און זענען זיך ממש מקריב אבי די פרויען זאלן גיין בצניעות

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 5:52 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:09 pm
דורך zurich
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:17 - 18 יאר, מיט סקורטס העכער די קניען, פינטעלע?
דו דערציילסט גאר גרויסע חידושים. וואס זאל איך טוהן אז אן אנאמינער ניק אויף קאווע שטיבעל טראגט נישט ביי מיר געניג א נאמנות אז איך זאל דאס גלייבן. חבל

גראדע האב איך אויך געזעהן אזא פיקטשער סא יש דברים בגוי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:22 pm
דורך שמעקעדיג
און איך אויכעט! נישט איינס, נאר אסאך בילדער! מען רעדט פון די פרומסטע משפחות!! די האלז מער אויסגעשניטן, די סקירט העכער די קניען... בעיני ראיתי!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:31 pm
דורך מ גפני
גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:38 pm
דורך חזקיהו המלך
די צעטליך פאר די אסיפה איז נישט געווען אינטערגעשריבען דורעך קיין שום נאמען !!!
סתם מוסדות החינוך פין מאנסי און סקווירא,
[center]* די וואס האבען עס ארגאניזירט האבען מורא געהאט צי שרייבען זייער נאמען*[/center]

ס'איז געשטאנען אז ס'גייט זיין א חינוך צאמקום, למעשה איז עס געווען וועגען טאליבאנישע צניעות וואס פינקליך האט דאס מיט חינוך ???!!!

ממש דירעקט אריינגע'נער'ט די ווייבלעך, ס'איז א סקראו דזשאב, זיי האבען זיך מסתם געפילט גוט אז מען גייט צי א חינוך דרשה, דערווייל האט מען זיי פארקויפט זויערע עסיג וועגען מוסלעמענישע צניעות אין אז רחל איז גאר געווען יאנטשי .... און קיוט איז גאר פריצות אין אז זיי הארגענען מענער אין די מאסען .....

אין זיי האבען נאך געהאט די חוצפה צי בעטען צען דולר איינטריט געלט .....
ס'דערמאנט די 25$ פראסעסינג טשארזש פאר די מוסדות אינטערנעט אפליקעישען פראסעסינג.....

[center]די גאנצע זאך שטינק פין סומאטוכע, מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך געוואר ווערען ווער ס'איז געשטאנען דערונטער, אין כ'גיי עס עקספאוזען דא אויף קאווע שטיבל[/center]

כ'האב א חשד ווער ס'שטייט אינטער דעם, כ'וויל נאך נישט שרייבען פאר א שטיקעל אויפארשונג,
ווער ס'קען העלפען צי אויספארשען ווער ס'איז געשטאנען אונטער די דאזיגע סומאטוכע איז תבוא עליו ברכה,
ווען כ'וועל האבען רוזולטאטען פין די אויספארשונג וועל איך עס אי"ה באריכטען,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 6:54 pm
דורך טיטאניק
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'האב א חשד ווער ס'שטייט אינטער דעם, כ'וויל נאך נישט שרייבען פאר א שטיקעל אויפארשונג,
ווער ס'קען העלפען צי אויספארשען ווער ס'איז געשטאנען אונטער די דאזיגע סומאטוכע איז תבוא עליו ברכה,

למאי נפקה מינה וועלעכר רשע מרושע בדמות פרומער שטייט דערינטער, איין נפקא מינה,
די חברה אט די "עקסנים" די רבנים מיט דיינים וואס גייען מיט די שווארץ ווייסע גלעזער תרתי משמע, אט די חברה זענען שילדיג אין אלע סיפורי חילול ה' כדוגמת לעזר טווערסקי וואס מיר האבען געהאט צי לעקען די לעצטע צייטען, נעם יעדע חילול ה' מעשה באזינדער, גיי אדארעך די פרטים, וועסטי זען,
אוי גייען זיי בראטען, אוי גייט מען זיי גרילען די רבנים, שטייען מיט א "פעסטע עקשנות" נישט חלילה וחס צי עפענען די אויגען און טוישען די ציגאנג, משנה זיין, מען זעט דאך אז די אלטע מהלך ברענגט צים תהום רבה,
אבער די זעלבע דרעקישע דרשות הערט מען איבער און איבער

מיין ווייב האט געהערט דע דרשה זי זאגט מיר אז די זעלבע נוסחאות האט מען שוין געזאגט אין סקול אין אירע צייטען, און נאך יעדע אזא דרשה האט זי געוואלט זיך גיין אנטיען דוקא ווי א שיקסע, טאקע ציליב די גערעדעכץ,

חברה מען מיז אנהייבען צי הייבען די קעפ און זיך נעמען פרעדיגען די נושא ברבים, עס איז נישט קיין תכלית אזוי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:00 pm
דורך טיטאניק
חזקיהו המלך האט געשריבן:די צעטליך פאר די אסיפה איז נישט געווען אינטערגעשריבען דורעך קיין שום נאמען !!!
סתם מוסדות החינוך פין מאנסי און סקווירא,
[center]* די וואס האבען עס ארגאניזירט האבען מורא געהאט צי שרייבען זייער נאמען*[/center]

ס'איז געשטאנען אז ס'גייט זיין א חינוך צאמקום, למעשה איז עס געווען וועגען טאליבאנישע צניעות וואס פינקליך האט דאס מיט חינוך ???!!!

ממש דירעקט אריינגע'נער'ט די ווייבלעך, ס'איז א סקראו דזשאב, זיי האבען זיך מסתם געפילט גוט אז מען גייט צי א חינוך דרשה, דערווייל האט מען זיי פארקויפט זויערע עסיג וועגען מוסלעמענישע צניעות אין אז רחל איז גאר געווען יאנטשי .... און קיוט איז גאר פריצות אין אז זיי הארגענען מענער אין די מאסען .....

אין זיי האבען נאך געהאט די חוצפה צי בעטען צען דולר איינטריט געלט .....
ס'דערמאנט די 25$ פראסעסינג טשארזש פאר די מוסדות אינטערנעט אפליקעישען פראסעסינג.....

[center]די גאנצע זאך שטינק פין סומאטוכע, מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך געוואר ווערען ווער ס'איז געשטאנען דערונטער, אין כ'גיי עס עקספאוזען דא אויף קאווע שטיבל[/center]

,

איך בין מיט דיר לכל אורך הדרך, דאס מיז מען אויסראטען דעם שורש פורה ראש ולענה, די חהרסים ומחריבים פון אינזערע דורות, נידערט מיט זיי!!! :evil: :evil: :evil:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:"די מאמע רחל איז געווען יאטשי"

(בראשית כ"ט י"ז)

וואס-פארא שוטה?! דעיס זענען די תוצאות פון וועלן זיין אויפגעקלערט, פרום און הייליג. מיילא זי רעדט שטותים והבלים. דער עולם האט דאך געצאלט געלט. מוז מען עפעס פארקויפן. אבער אזעלכע פערדישע מושגים און אבסורדן. "די מאמע רחל איז געוועין יאנטשי" :lol: :roll: :o :x :P :oops:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 7:54 pm
דורך נולד מאוחר
טיטאניק האט געשריבען
מיין ווייב האט געהערט דע דרשה זי זאגט מיר אז די זעלבע נוסחאות האט מען שוין געזאגט אין סקול אין אירע צייטען, און נאך יעדע אזא דרשה האט זי געוואלט זיך גיין אנטיען דוקא ווי א שיקסע, טאקע ציליב די גערעדעכץ,

נו דארף מען מחזק זיין די סארט דרשות, נישט האקן דערויף

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:16 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מ גפני האט געשריבן:גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

און אויך זייער האר איז געווען גאר אויפאלענד אויסגעזען. אפשר וועל איך קענען שאפן דאס בילד און ארויפלייגן אן דע פניםער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:22 pm
דורך המכריע
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:גם אני בחלומי... קוק אויף די בילדער פון דיינע עלטערן'ס אדער זיידע - באבע'ס (ווענד זיך וועלכע דור די ביסט) חתונה, א חוץ ביי די גאר פרומע איז מען געגאנגען לאנג, רוב טיפיקעל אונגארישע זענען געגאנגען קורץ

און אויך זייער האר איז געווען גאר אויפאלענד אויסגעזען. אפשר וועל איך קענען שאפן דאס בילד און ארויפלייגן אן דע פניםער.

יא יא איך ווייס וואס די מיינסט אבער עס איז נישט קיין שום ראיה זיי האבן נישט געהאט קיין מנהיגים פאר'ן קריג און אודאי נישט נאכ'ן קריג טא ווער עס איז נאך געגאנגן אנגעטוהן אידיש אפגעזעהן ווי שטארק אידיש איז שוין געווען א ערליכע צניעותדיגע אידענע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נישט געווען מנהיגים 40 יאר צוריק אין סאטמאר שולע?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:31 pm
דורך המכריע
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נישט געווען מנהיגים 40 יאר צוריק אין סאטמאר שולע?

נו אדרבה, זאג דו וועם די מיינסט, די רבי ז"ל? לויט ווי ער האט געקענט די דור און אירע פראבלעמען (האליקאוסט איבערלעבער) האט ער שטארק מחשיב געווען אז מען האלט זיך ביי אידישקייט סיי ווי אזוי, שפעטער האט די רבי אנגעהויבן צו פארשטארקערן די אלע ענינים
לפי עניית דעתי וואלט די רבי ז"ל געהאלטן היינט דרשות אז די פרויען זאלן זיך אנטון שייטליך לאנגע קורצע הומען סינטעטיק. פאר ווער עס ווייסט וואס עס גייט פאר מיט אייגענע האר למחצה לשליש ולרביע ביים היימישן עולם

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך הער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 8:34 pm
דורך המכריע
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך הער.

אז דו הערסט האלט מיר ערגעץ. הלואי זאלן די עומדים בראש מקהלות ישראל דאס הערן און איינזעהן מיט וואסערע סחורה מען האט דא היינט צו טוהן און וואס מען דארף יא/נישט פארלאנגן