בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:55 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: ווי א יעדער ווייסט. און ספעציעל מיינע גאר גוטע "פריינט" דער בעל ריח הניחוח און זיין קאלעגע דער "מנהל". וכל שום וחניכא דאית להו. וואספארא גרויסער "פארעהרער" איך בין פון "דער איד" וסייעתו. נאר דא האט זיך ישיבה ווירלד געדראפעט אויף די גראדע ווענט. ס'הייסט סאטמאר און דער איד זענען באגאנגען די "גרויסע" און אומפארגעבליכע עוולה. א ביזיון התורה גאר...! זיי האבן באשריבן די לווי' פון הגאון ר"ג עדלשטיין אויפ'ן צווייטן פעידזש. און נישט ארויסגעקומען מיט גרויסע, רויטע קידוש לבנה אותיות אויפ'ן גאנצן ערשטן פעידזש. אזוי ווי דער יתד נאמן האט פארלאנגט.
אין וועלכן סעיף אין שו"ע שטייט אז דער גדול הדור ביי די ישיבה'שע וועלט איז אויך פאררעכנט פאר'ן גדול ומנהיג הדור אין סאטמאר אדער אין סיי וועלכע אנדערע קהילה?!
מיט דעם האסטו א פוינט
דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
בעל אחריות האט געשריבן:זיידי, מיט דיין פוינט בין איך מסכים, אבער נישט מיט דיין צושטעל, ווי איינער האט שוין ארויסגעברענגט רב אדלשטיין איז נישט נאר געווען די גדול פון איין קהילה, ער איז געווען פון די גדולי הדור, און ער איז נישט די קיין צושטעל צו רבי ישראל חיים מנשה,
בעל אחריות: דו ביסט גערעכט. איך קען נישט טראכטן פון איינעם בדור הזה וואס איז צו פארגלייכן אין גדלות בתורה ובצידקות צו הרה"ג ר'"ג עדלשטיין. ס'איז ליידער נישטא. נאר מיין נקודה איז עפעס אנדערש. א גדול בישראל, ווי גרויס ער זאלל נאר זיין. אויב געהערט ער נישט דירעקט צו מיין גרופ, וועל איך (ליין דער איד) און ליינערס נישט סעלעברעיטן אויף דעם זעלבן לעוול ווי די מענטשן פון די אייגענע גרופ.
איך וועל פרובירן צו זיין וואס מ'רופט אין ענגליש "דעוויל'ס עדוואקעיט" . קוקן פון די שטאנדפונקט פון די "אנדערע". זיי האבן דאך נישט געשריבן (ח"ו) קיין דברי בזיון וזילזול. זיי האב נאר נישט אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר א גדול בישראל. מילא. דאס איז נישט דער איינציגסטער און הארבסטער חטא פון אזא בלעטל ווי "דער איד".
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:07 pm
דורך מר. קלונימוס
נוח האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:24 pm
דורך מר. קלונימוס
איך קלעטער נישט אויף ווענט.. איך זאג נאר פארוואס דער יתד דארט האט נישט געקענט איגנארן ר'יט פטירה. פארוואס דער איד האט דא נישט געלייגט אויפן פראנט פעידזש ווייס איך נישט פונקטליך אבער מיט פאליטיק האט עס נישט צו טון והא ראי הרב אלישיב מיט הגרח''ק האבן יא באקומען פראנט זייטן. לכאורה האט עס מיט דעם אז אדלשטיין איז נישט געווען באקאנט דא ביים אמעריקאנער היימישער עולם
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:25 pm
דורך וואלווי
אינטערסאנט באמת צו פארשטיין על מה יצא הקצף, אויב די קרומער גייט קרום איז עס דאך גראד...
צייטונגען ווערן נאר געגרינדעט פאר אגענדע. פון די פרומסטע ביז די פרייסטע. שטופן אמת'דיגע כבוד שמים איז אויך אן אגענדע. קיינער אין די פרעס איז נישט דא כדי מהנה זיין אנדערע יודען מיט נייעס. צייטונגען זענען דא צו מאכן געלט פון עדס אדער שטופן אגענדעס. ס'איז איינע פון די צוויי אדער ביידע גאר. המודיע, המבשר, הפלס, יתד, מחנה החרדי, בלאט, איד, דזשואיש פרעס, קינדליין, השמיעיני את קולך וכו' שטיצן אלע אגענדעס, אפילו אויב ס'איז ריין לשם שמים, דאך שרייבט ער וואס "ער" וויל "דו" זאלסט הערן אדער נישט הערן.
אזוי ווי
@ודברת בם דערמאנט, יכה יוסי את יוסי, וינוחו בשלום על משכבם...
נכתב בצדו ובצדו ממש. ווען חברה דא ניט פיק'ן אייוועלט שרייבעריי האט עס אויך אזא פנים. וואס דען זענען מיר דא? מיר שטופן אלע א פלאטפארמע. מיר אלע האבן זאכן וואס מיר שרייבן דוקא יא אדער דוקא נישט. מיר זענען נישטא פאר נייעס per se, מיר זענען דא צו טראגן א מעסעדזש. מיר באריכטן נישט אלעס וואס אייוועלט שרייבט, און זיי לאזן אויס טאפיקס וואס מיר פילעווען אין.
Re: די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 4:05 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מר. קלונימוס האט געשריבן:נוח האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.
יא? ווען הגר"מ פיינשטיין זצ"ל איז נפטר געווארן איז עס געווען אויפן פראנט פעידזש?? כ'פרעג נאר, נישט אז כ'געדענק קלאר אז נישט.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 7:37 pm
דורך מר. קלונימוס
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:נוח האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.
ס'איז אר''י ''נייעס''. וואלט הרב אדלשטיין זצל געוואוינט אין ברוקלין וואלט עס אויך געווען פראנט פעידזש אינעם איד.
יא? ווען הגר"מ פיינשטיין זצ"ל איז נפטר געווארן איז עס געווען אויפן פראנט פעידזש?? כ'פרעג נאר, נישט אז כ'געדענק קלאר אז נישט.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
IMG-20230606-WA0187.jpg