בלאט 3 פון 9

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:30 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה,
הגע לעצמך ווי nuts די ווערסט פאר די חסידות משוגעת, אין זאג די מיר אויב סאיז א נארמאלע זאך
ליבאוויטשע רבי איז נאך געווען אזוי גרויס אין זיינע חסידים ווערן נישט אזוי צידרייט ווען זיי הערן איינער רעדט אויף זייער רבין ווי די ווערסט ווען איינער רעדט אויף דיינעם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:09 pm
דורך געפילטע פיש
וואס ווערט עטס אזוי אויפגעהייטערט פון מנשה? ער פרעגט א פשוטע שאלה, צו עם סאונד די מימרא צו זיין self contradictory, צו אייך נישט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין זייער רואיג, און כ'פרעג א ווילדע קשיא.. סקווערע רבי איז עפעס נישט סאטמארע רב, פארוואס? אזוי ''גלייבסטו''.. נו? אפשר ביסטו א שוטה פארן גלייבן אין סאטמארע רב ככל היוצא מפיו קודש, אדער צאנזער רב, איין חילוק פאר ווער ס'גלייבט גלייבט, און ווער ס'האקט, קען מען האקן אויף יעדן, ווער איז דער נביא אמת?
איך לעולם גלייב אין אלע צדיקים וואס איז אנגענומען ביי אונז, דאגעגן אין סאטמאר איז אנגענומען 'נאר' איין מימרא רוב זענען נישט.. און ווער יא אויך אזוי אזוי.. חוץ? סאטמארע רב.. וואס איז? וואס עפעס? ווי זעסטו דארט בעסער געזאגט וואס זעסטו נישט?? ביים סאטמארע רב האט מען נישט געזען קיין סתירות? ס'איז סתם א קולט, א שיגעון מרחם אזוי האט מען אויפגעצויגן דעם וואקס טאפ, פוי פוי און ווער ס'זאגט אנדערש בכל קצוי תבל איז פוי שייגעץ טמא פושעי
ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלע זענען צדיקים ועמך כולם צדיקים, אבער פאשענען פאשעט מען נישט פון זיבן טייכן, מ'זייגט נישט פון פינעף קיען, מ'נעמט דעם דרך וואס מ'האט מקבל געווען, דאס איז אוטענטיש, און דאס האלט מען, און נהרי נהרי ופשטיה, אבער יענער איז פוי? איז קיינמאל ביי אונז נישט געווען א ווארט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:50 pm
דורך איחוד פעלד
דעת תורה האט געשריבן:בימיו פונעם צאנזער רב האט מען געזאגט אז מען זעהט נישט מיט וואס דער חוזה האט געקענט זיין גרעסער פון אים, נאר מען גלייבט דאך וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז דער חוזה איז געווען גרעסער.


זיי פלעגען זאגען אזוי, מען דארף גלייבען אז דער רר"א איז געוועהן גרעסער פין צאנזער רב, כאטש מען ווייסט נישט מיט וואס.

לכאורה איז דאס פין די נייע אני מאמין'ס טאקע, ווייל אין דער תורה איז נישטא קיין חיוב צו גלייבען גרעסער אדער קלענער נאר אויף משה רבינו, ווייל דער תורה אליין זאגט ולא קם נביא עוד וכו'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:52 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין זייער רואיג, און כ'פרעג א ווילדע קשיא.. סקווערע רבי איז עפעס נישט סאטמארע רב, פארוואס? אזוי ''גלייבסטו''.. נו? אפשר ביסטו א שוטה פארן גלייבן אין סאטמארע רב ככל היוצא מפיו קודש, אדער צאנזער רב, איין חילוק פאר ווער ס'גלייבט גלייבט, און ווער ס'האקט, קען מען האקן אויף יעדן, ווער איז דער נביא אמת?
איך לעולם גלייב אין אלע צדיקים וואס איז אנגענומען ביי אונז, דאגעגן אין סאטמאר איז אנגענומען 'נאר' איין מימרא רוב זענען נישט.. און ווער יא אויך אזוי אזוי.. חוץ? סאטמארע רב.. וואס איז? וואס עפעס? ווי זעסטו דארט בעסער געזאגט וואס זעסטו נישט?? ביים סאטמארע רב האט מען נישט געזען קיין סתירות? ס'איז סתם א קולט, א שיגעון מרחם אזוי האט מען אויפגעצויגן דעם וואקס טאפ, פוי פוי און ווער ס'זאגט אנדערש בכל קצוי תבל איז פוי שייגעץ טמא פושעי
ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלע זענען צדיקים ועמך כולם צדיקים, אבער פאשענען פאשעט מען נישט פון זיבן טייכן, מ'זייגט נישט פון פינעף קיען, מ'נעמט דעם דרך וואס מ'האט מקבל געווען, דאס איז אוטענטיש, און דאס האלט מען, און נהרי נהרי ופשטיה, אבער יענער איז פוי? איז קיינמאל ביי אונז נישט געווען א ווארט




מנשה, די פיסקעוויסט אזוי, זעהט אויס דער קויל האט געטראפען, דער סקווירא איז לכאורה שוין דורי דורות עמי הארץ און רשעים וואס רודפען כלל ישראל, בארואיגט אייך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:52 pm
דורך פיטומי מילי
מנשה
I don't care what anybody saids about you I know your are good

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:54 pm
דורך מנשה לוסטיג
בכלל איז צאנזער רב געווען א רב אין שטאט, און מ'רעדט דא פון מנהיגי הדור, נישט פון שטאטס רבנים

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 2:52 pm
דורך berlbalaguleh
גד החוזה האט געשריבן:דערווייל איז נאר דער מנהיג למחצה לשיש ולרביע, אבער פאר דער קומענדיגע דור וועט ער זיין דער "ריכטיגע מנהיג ישראל".

דער עיקר איז אז ער האט ב"ה א שיינעם פעלץ מאנטל. :lol: :x :P :oops:

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:19 pm
דורך איחוד פעלד
מען מאכט זיך נאריש דא, מען איז דן ווער איז גרעסער דברי חיים אדער סקווירא רבי, ווען מען האט שוין ערגעץ אנדרעש מברר געוועהן אז סקווירא רבי קען זיך פארמעסטען מיט משה רבינו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 4:52 pm
דורך היימישער ליטוואק
מנשה,
איך האב זייער ליב דיינע תגובות, אע"פ וואס איך בין מחולק מיט רוב פון זיי...
למען חסד ושלום, ביטע שרייבט לכה"פ 10 מעלות מיט וואס דער סקווערא רבי שליט"א איז באשאנקן. איך בעט נישט עפעס אויסטערלישע מעלות, נאר פשוט מעלות וועלכע אן אבדזשעקטיוו מענטש וועט מודה זיין אז האבנדיג די מעלה לייגט אים אריין אין א העכרע סטאטוס.
למשל, קענען פסק'ן, קענען נשים נזיקין על בוריין צו זיין א ראש ישיבה, האבן אן אויסגרעכנטע דרך אין עבודת ה' (דהיינו נישט סתם נאכזאגן פון ספרים נאר טאקע א סטעפ-ביי-סטעפ צוגאנג), דאס זעלבע אין עבודת המידות (כנ"ל). עד כאן המשל.
למען הכבוד, וועל איך אנהייבן מיט וואס איך ווייס.
1) האט גרויסע ידיעות אין מעדיצינישע סוגיות און העלפט דארום אסאך מענטשן.
2)
3)

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז איר מאכט א טעות, [אדער מאכט איר דווקא דעם טעות במכוון], איך בין נישט דא אויסן צו זאגן וועגן סקווער, איך האב געפרעגט וועגן צאנזער רב, און כדי מיר צו ענטפערן ווען מ'האט נישט וואס, נעמט מען דעם סקווערן רבין און מ'ניצט עהם זיך ארויסצדרייען פון ענטפערן.
איך בין נישט יעצט דא צו אויסרעכענען מעלות זיינע, און אוודאי נישט אלץ חסיד, קומט נישט צו אפשאצן א רבי, אין סאטמאר וכדומה שאצט מען דעם רבין אפ, אין די רוסישע חסידויות האט מען נישט געזאגט מבינות אויפן רבין, מ'האט געוואלט געפעלן דעם רבין נישט דער רבי זאל געפעלן דעם חסיד. כנראה ווייסט איר בכלל נישט די אונטערשייד פון א רבי צו א רב, און א דעת תורה צו דעת בעל הבית
לויט א שאץ קאפ, שאצט מען כמות, און אמאל איכות אין וועלטליכע ענינים, אין רוחניות איז דאס שאץ מעסטל אין הימל, און ווער ס'שיסט א סטעיטמענט דארף עס קענען דעקן, און ווער ס'האט נישט קיין ענטפער איז נישט מחויב צו פירקלען במקום א תשובה נכונה

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:30 pm
דורך קאווע ברוטער
זייענדיג א גאר נייער חבר דא אין קאווע שטיבל שפאצירענדיג ארום שטיבל צי שטיבל בין איך געבליבן דא שטיין. איך שטיי אין איך שטוין איז דאס אמת וואס איך זעי דא
מנשה, are you for real ?
דו דארפסט נאך א הסבר, דו ערווארסט נאך בכלל א הסבר כאילו דאס איז פאראלעל נאר מדארף ארויסברענגען די חילוק, אז די פארשטייסט נישט אליין איז א שאד דיר מסביר זיין
אגב אין גאליציע האט מען די רביס גערופען רב

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:57 pm
דורך ברוך שאמר
פיטומי מילי האט געשריבן:ווייסטו וואס פאטעטא קוגל אדרבה זאג מיר א מנהיג וואס איז באמת אן ערליכן איד אין א צדיק היינטיגע צייטן איך זיך אזא איינעם

איך האב פאר דיר א עצה גיי אריין אין עני באזעצענע ב"המ אין קיק ווער עס זיצט אין די בעק (נישט אויבן אן )דער איז א ערליכע איד אין ער קאן נאך זייו א צדיק נישט קיין פעיקער ;) טינק עבאט דעט

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:01 pm
דורך סאו וואט
מנשה, האסט צודרייט און פארפארען דער גאנצע אשכול.
ווער איז גרעסער צאנז'ער רב צו דוד'ל מניו סקווער?
זענט עטס משוגע? אזוי ביליג? גייטס עטס פירען א ויכוח מיט מנשה כאילו ער רעד עפעס דברים של טעם?
בכלל ליינט איר נישט זייער געבעלס צייטונג, בשמו יכונה בחצר הקודש?
ווען מ'רעד פון צאנז'ער רב, וואס איז זיין שפיץ מעלה פון אלע מעלות פונעם דברי חיים, זאגט ר' דוד'ל הנ"ל:
אז ער איז געוועהן דער שווער פון רבי מאטילי הארענסטייפלער.....
בעק טו סקווער יון.... נעבעך א רחמנות. זייער רבי דארף העלפ.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 9:07 pm
דורך איינגעמיירעט
אונז האמיר נאך דא איין אמת׳ע חסיד און יעדער רייסט עם אראף, רבותי לאמיר אלע encorougin מנשה, אז נישט העט טאקע נשתכח ווערען דעם דרך.
יא און סקווער האט מען געלערענט אז צאנזער רב איז נישט געווען פון די תלמידי בעל שם, און סאיז נאך דא יודען בדורינו וואס פארמאכען זיך די קאפ און מח און קויפען אפ אלעס וואס מפארקויפט זיי, די וועלט איז נאר געשמאקער הערענדיג אזעלכע אינטראסאנטע פאנטאזיעס,לאמיר צוהערן מיט אינטרעסע וואס נאך פיטערט מען דעם עולם דארט, איך בין זעכיר אז מנשה פארציילט נאכנישט די ריכטיגע סודות פונעם חדר, (סקען גאר זיין אז משה רבינו איז אוכט נישט געווען קיין חסיד, און אפשר די אבות אוכט נישט, סקען זיין אז די אלע שבעה רועים וועלען זיצען לע״ל און אויסהערן דעם צדיק׳ס צוגאר הרב אהרן מענדי׳ס דברי תורה) לוטס דעם חסיד אויסרעדן איך וויל הערן די סודות פון חדר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 10:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
ברוך שאמר האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:ווייסטו וואס פאטעטא קוגל אדרבה זאג מיר א מנהיג וואס איז באמת אן ערליכן איד אין א צדיק היינטיגע צייטן איך זיך אזא איינעם

איך האב פאר דיר א עצה גיי אריין אין עני באזעצענע ב"המ אין קיק ווער עס זיצט אין די בעק (נישט אויבן אן )דער איז א ערליכע איד אין ער קאן נאך זייו א צדיק נישט קיין פעיקער ;) טינק עבאט דעט

גראדע זאגסטו א פינטל, אז דער וואס זיצט אין די בעק קען אויך זיין אזוי חשוב ווי א רבי, ווי למשל ר' שלמה'לע קארליבאך, וואס איז כידוע נישט געזעצן אויבן אן אין זיין טאטנס שול וואס ער האט איבערגענומען אין מאנטהעטן.
און שלמה'לע איז נאך עני טיים געווען אזא אויפטוער ווי די הונדערטע מפגינים אין מאנהעטן אין נאמען פון 'דע שיטע'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:38 am
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בכלל איז צאנזער רב געווען א רב אין שטאט, און מ'רעדט דא פון מנהיגי הדור, נישט פון שטאטס רבנים

מנשה אמת ביסט גערעכט, דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט נישט געהאט קיין ניק אויף קאווע שטיבל, מילא איז מעיקר הדין אויסגעהאלטען עם אראפ צי רייסען דעם צאנזער רב ווייל ער איז נישט קיין ניק דא, נאר ניקס מעג מען נישט
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך רייס דיר נישט אראפ דא פארען שרייבען אזעלכע עקעלהאפטיגע רייד, ווייל די ביסט א ניק

למעשה, אויף דיין שפראך, אויב סקווערער רבי איז נאר רב (?) אויף א קליינע שיכון, און אויב איינער טראכט אנדערשט פון עם איז ער שוין חייב שריפה בחיים, וואס זאל מען טיען צו איינער וואס "רעדט און שרייבט" ברבים דברים כאלו אויף דער שר התורה "א רב אין א שטאט" כלשונך הגלל, וואס דארף מען טיען צו אזא איינער?
מען וואלט ווען געדארפט ברענגען די שאלה צו דער סקווערער ראב"ד אין מאנטראיל עפשער וועט ער וויסען

איין זאך מנשה, איך האב נאך אמאל געהאלטען פון דיר, אבער "אמאל", מילא ביסט א סקווערער חסיד, נו, עס זענען דא דארט אויך קליגע מענשטען וואס זענען נעבעך אריינגעפאלען, אבער אויף אזא "חכמה" האב איך מיר נישט געראכטען, אז א יוד פון איבער די 30 זאל שרייבען דאס אויפן הייליגער צאנזער רב זי"ע, איך האב נישט קיין דאקטער פאר דיר

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:40 am
דורך טיטאניק
אלץ א הוספה,
אויב איינער האט אמאל נישט פארשטאנען פארוואס רוב עולם גלייכט נישט "סקווער", האט ער יעצט באקימען די תשובה פון מנשה'ס ווערטער
איבעריג יעדעס ווארט............................................

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:44 am
דורך דער (פינטעל) איד
אסאך האבן טאקע שפעקולירט שוין אז מנשה איז א סיקרעט אגענט צו באשמוצן סקווער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:19 am
דורך דעת תורה
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בכלל איז צאנזער רב געווען א רב אין שטאט, און מ'רעדט דא פון מנהיגי הדור, נישט פון שטאטס רבנים


אז דו זאגסט עפעס א חילוק צווישן רוסישע רבי'ס וואס פון די רגע מען האט אים אויפגענומען - צומאל אלס דריי פיר יעריג קינד - האבן די חסידים געוואלט געפעלן פאר אים, און די פארשטייסט נאך ברוחב בינתך אז דאס איז טאקע א ריכטיגע מסתבר'דיגי שכל'דיגע וועג פון חסידות, לאפוקי פון די אונגארישע באטשי'ס וואס מיט זייערע שוואכע השגות אין חסידות פרובירן זיי צו זען צי דער רבי פארקויפט עפעס תורה אדער סחורה, שוין מילא איך וועל זיך נישט גיין קריגן אויף דעם ווייל דאס איז טאקע נישט קיין ניו סקווירא חידוש, עס קומט נאך פון דורות צוריק פונדערהיים (און נפק"מ לדידן אז מען הערט נאכזאגן פון א גרויסן צדיק און רבי פון יענע געגנטער ברויך מען מברר זיין יעדע עקסטער צי ער איז געווען א צדיק נסתר צי אויך בנגלה האבן מענטשן געוויסט דערפון). נניח. (הגם אז סקווירא כידוע באשטייט פון אונגארישע באטשי'ס).

אבער דו הייבסט אן צו רעדן פון מנהיגים בפועל, אויף דעם זעמיר דאך שוין יא מבינים, סאו אז דו קומסט זאגן אז צאנזער רב איז נישט געווען קיין מנהיג נאר א שטאט'ס רב, זע איך דאך אז דו רעדסט מסתמא פון א צווייטן, נישט פונעם דברי חיים. (נישט אז מנהיג / נישט מנהיג איז עפעס מוסיף אדער גורע כי הוא זה פון א צדיק'ס פערזענליכקייט).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:25 am
דורך מנשה לוסטיג
רבותי ווער ס'ווערט אויפגעהיצט פון מיינע תגובות פריי איך מיך זייער.. אבער ווער ס'וויל באמת שמועסן און אויסקלארן א ענין על בוריה, וואס דאס איז מיין ציל, איז פולי וועלקום

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:50 am
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:רבותי ווער ס'ווערט אויפגעהיצט פון מיינע תגובות פריי איך מיך זייער.. אבער ווער ס'וויל באמת שמועסן און אויסקלארן א ענין על בוריה, וואס דאס איז מיין ציל, איז פולי וועלקום

מנשה, איך וואלט ווען אנגענימען דיין ביטע, אבער "אמאל", פאר די האסט געשריבען די תגובה האב איך מער געהאלטען פון דיר

נ"ב יעצט פארשטיי איך פארוואס רוב ניקס דא ווילען בלייבען בעילום ניק, ווייל אויב טרינקט מען זיך אן און מען שרייבט אזא סארט תגובה, זאל כאטש נישט די גאנצע וועלט אראפ קיקען אויף עם וועגען איין תגובה.....
ששלא תתבזה כדרך שנתבזה מנשה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 1:56 am
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:
פיטומי מילי האט געשריבן:ווייסטו וואס פאטעטא קוגל אדרבה זאג מיר א מנהיג וואס איז באמת אן ערליכן איד אין א צדיק היינטיגע צייטן איך זיך אזא איינעם

איך האב פאר דיר א עצה גיי אריין אין עני באזעצענע ב"המ אין קיק ווער עס זיצט אין די בעק (נישט אויבן אן )דער איז א ערליכע איד אין ער קאן נאך זייו א צדיק נישט קיין פעיקער ;) טינק עבאט דעט

גראדע זאגסטו א פינטל, אז דער וואס זיצט אין די בעק קען אויך זיין אזוי חשוב ווי א רבי, ווי למשל ר' שלמה'לע קארליבאך, וואס איז כידוע נישט געזעצן אויבן אן אין זיין טאטנס שול וואס ער האט איבערגענומען אין מאנטהעטן.
און שלמה'לע איז נאך עני טיים געווען אזא אויפטוער ווי די הונדערטע מפגינים אין מאנהעטן אין נאמען פון 'דע שיטע'

יא, עני טיים
זיי טיען נערישקייטען, זיי זענען מחלל שם שמים
און שלמה'לע האט נאך אזויפיל מחלל געווען שם שמים, און געטין נערישקייטען, נאך אזויפיל ווי זיי און אפשר אסאך אסאך מער :lol: