בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 4:27 pm
דורך שרייבער
קודם כל, איך מעסט נישט קיין קדושים, ואין אתנו יודע עד מה אפילו נגוע בקצהו אין די קדושה פון די צוויי צדיקים

און יעצט פלעין פאקטן, קודם איז נישט געווען קיין שום חיוב מסירות נפש פאר די בארד, ממילא ווער ס'האט זיך נישט מוסר נפש געווען עליו אין לגרוע
צווייטנס, דער סאטמארע רבי איז טאקע געווען א לאנגע צייט פארדעקט די בארד, אבער ס'איז דא עטליכע מעשיות ווי ס'איז נישט געווען פארדעקט, און מ'האט אים אונטערגעזוכט און זיי האבן עס געלאזט
דריטנס, דער רבי דער ברך משה פלעגט כמה פעמים זאגן אז ער האט אמאל געפרעגט דעם פעטער ווי אזוי האט ער זיך געמעגט מוסר נפש זיין אויף די בארד, האט אים די רבי געזאגט, מ'האט מיר פערזענליך קיינמאל נישט געהייסן עס אראפנעמען, ווען מ'הייסט מיר ווען נעם איך עס אראפ, ד. ה. ס'איז געווען א גזירה, מ'האט געוואוסט די נאציס שניידן בערד, אבער ער האט נישט געטון קיין קום ועשה ווי לאנג מען האט אים נישט אליין געהייסן (אויך א היבש מסירות נפש ווייל די רשעים וואלטן געקענט שיסן אומגעהייסן אויך), און דאס איז טאקע א פלא פאר זיך אז מען האט אים נישט געהייסן אפילו זיי האבן אים געזען, און ס'איז דא וואס מקנא צו זיין (אויב די מעשה איז אמת)
[וכבר חרה אפם של אלו הנקראים תלמידי רבינו, על אמרת הברך משה הנ"ל, כי הם היו מרוצים לכתוב שרבינו היה מוכן שלא לנגוע בזקנו עד כדי מסי"נ ממש אפילו שמצווים אותו לקצוץ, ואכ"מ]

צוריק צום נושא, איך מאך נישט קיין חילוק בקדושתם, נאר פשוט געשריבן פאקטן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 4:33 pm
דורך דעת תורה
בענזשאמין, ביסט ראנג, קיינער האלט נישט בכלל פאר א עולה אפצושערן די בערד מכל וכל אין פירסט פלעיס ווי עס שטייט אין טור, עס איז נאר אז על פי קבלה / חסידות איז זייער שטארק דער ענין פון יא האבן א בארד, א דיקנא קדישא און קיינמאל נישט צורירן צו אפילו איין האר. ממילא איז זייער מסתבר פאר א הייליגער איד ממוצא החסידים ער זאל מקנא זיין א איד וואס האט זוכה געווען נישט צו דארפן אנרירן די בארד. פונקט ווי א יעדער איד איז מקנא א צווייטן איד וועלכער האט נישט געדארפט בעל כרחו לאונסו עסן טריפות אדער חמץ בפסח, כאטש אין הימל וועט דער איד באקומען שכר פארן מקיים זיין מצוות וחי בהם.

--
שרייבער האקט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:08 pm
דורך איך אויך
בשיטה האלט איך אז איינער וואס איז נישט אליינס געווען ביים קריג האט נישט וואס אריינצורעדן דערין (כולל ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח) ווייל וויפיל מען זאל נאר נישט ליינען און זיך מצייר זיין קענען מיר נישט פארשטיין דאס לעבן פון איין שעה אין א נאצישע קאנצענטראציע לאגער ומכ"ש א טאג/וואך/חודש/יאר ,עס איז למעלה מהשגת אנוש.

אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).

אדער וואס מיטרייזענדע אויפן קאסטנר באן שרייבן אז ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט כידוע ,האט דער רבי געלארמט אז מען האט זיי פארראטן און מען שיקט אונז אלע קיין אוישוויץ ,אנשטאט מחזק זיין די ציבראכענע אידן (לויט א עד נוכח האט דאס זייער דעמאלאזירט די אנווענזדנע).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:10 pm
דורך איך אויך
כתר'ל ,איך מיין זאלסט עפלייען פאר א דשאב ביי מערכת מושיען של ישראל זיי נויטיגן זיך אין אזעלכע גאונים ווי דיר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:21 pm
דורך היסטאריקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.



לא ראינו אינו ראי׳, אבי געשאסן

צוויי דערפון איז זיכער אמת,איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד
פון ווי נעמסטו אז עס איז נישט אמת, ווייל דיין שנאה מקלקלת השורה?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:53 pm
דורך דעת תורה
איך אויך האט געשריבן:בשיטה האלט איך אז איינער וואס איז נישט אליינס געווען ביים קריג האט נישט וואס אריינצורעדן דערין (כולל ר' אביגדור מיללער כבודו במקומו מונח) ווייל וויפיל מען זאל נאר נישט ליינען און זיך מצייר זיין קענען מיר נישט פארשטיין דאס לעבן פון איין שעה אין א נאצישע קאנצענטראציע לאגער ומכ"ש א טאג/וואך/חודש/יאר ,עס איז למעלה מהשגת אנוש.

אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).

אדער וואס מיטרייזענדע אויפן קאסטנר באן שרייבן אז ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט כידוע ,האט דער רבי געלארמט אז מען האט זיי פארראטן און מען שיקט אונז אלע קיין אוישוויץ ,אנשטאט מחזק זיין די ציבראכענע אידן (לויט א עד נוכח האט דאס זייער דעמאלאזירט די אנווענזדנע).


דערצייל ביטע דעם נאמען פון דעם בוך, און לייג ביי א קאפיע, כדי אלע זאלן זיך קענען איבערצייגן וויאזוי דו ביסט מסלף ומזייף פאר דיינע אינטערעסן נעבעך.

און דיין צווייטע מעשה איז דאך אזוי זיס, דער רבי האט ווען געברויכט מחזק זיין די אידן און זיי גרייטן צום לעצטן וועג, ווי איידער מעורר זיין מען זאל איינרייסן און מעורר רחמים זיין (און דאס איז חוץ מזה וואס פןן דארטן האט דער רבי איבערגעדרייט די וועלט און בפועל ממש ערלעדיגט דורך זיינע שליחים צו וויסן צו טאן פאר ר' חיים ראטה'ן איבער דעם באלדיגן געפאר.

ווען דו וואלסט ווען געווען א ניק וואס פארקויפט עפעס ממשות'דיג חוץ שרייען "חזיר'ל" אין יעדע דריטע תגובה, וואלט איך מלמד זכות געווען אויף דיר אז השנאה מקלקלת את השורה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:56 pm
דורך עוד מישהו
איך אויך האט געשריבן:אבער אז מען דיסקוסירט יא דעם רבין איז אפשר כדאי צו שרייבן זיין מנהג פון אויסגיסן די נעגל וואסער לעבן זיין בעט ווי די הלכה פארלאנגט. דער בלאק עלסטער פלעגט דערפאר באקומען מכות רצח פונעם קאפו און האט זיך געבעטען ער זאל אויפהערן אבער די מנהג איז אנגעגאנגן. (געליינט אין א ביכל פון א עד נוכח ,איך געדענק נישט אויפן רגע די נאמען).

איז דער בלאק עלסטער געווען א איד? איך קום נישט פירן קיין אגענדעס, אבער גורם זיין א צווייטער זאל כאפן מכות? ס'לייגט זיך מיר פשוט נישט אויפן שכל, אז סאטמערע רבי זאל גורם זיין אז א צווייטער זאל כאפן פעטש אונטער אזעלכע אומשטענדן?!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:01 pm
דורך היימישער
קאווע טרינקער האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:הרה״ק מבעלז זצ״ל האט געזאגט פאר רביה״ק מסאטמאר זצ״ל אז ער איז אים מקנא מיט צוויי זאכן,
איינס אז ער איז געבליבן מיט די בארד ביי די קריג,
צווייטענס די צדקה וואס גייט ארויס פון זיין ביהמ״ד

שקר.

איך האב הנאה ווי די קענסט גראד ציריק ענטפערן שקר, ווען די האט ניטאמאל פראבירט געוואר צו ווערן אויב עס איז אמת, און פון ווי ווייסטו אז די קענסט זאגען "שקר"
איך האב עס שוין געהערט פון אפאר יודען, נישט קיין ליידיג גייערס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:04 pm
דורך איך אויך
זיכער איז דער בלאק עלסטער געווען א איד ,אזוי איז געווען די סדר דארט עס איז געווען א גאנצע הירכיה (גוט געספעלט?) און די בלאק עלסטער איז אייביג געווען א איד ,דאס איז געווען נאך א מיטל פון די טייוולאנישע נאציס צו פייניגן די אידן דארך זייערע אייגענע ברידער. דער קאפו האט געקענט זיין א איד אדער א גוישער געפאנגנער.

צו מען גלייבט צו נישט דאס איז נישט מיין געשעפט ,דאס האב איך געליינט פון א עד נוכח און עס איז דא גענוג און נאך אסאך ערגערע מעשיות פון די קריג (אויך אין ווייבער שוהל..) אבער כאמור ווער זענען אונז שמויגערס אויף דן צו זיין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:16 pm
דורך עוד מישהו
הייסט עס אז מיט זיין פעולה פון אויסגוסן נעגל וואסער לעבן זיין בעט, אמת די הלכה פארלאנגט עס אבער די תורה פארלאנגט אויך נישט צו שטיין אויף א חבר'ס בלוט, ספעציעל אויב די קאפו וואס אויב איז ער געווען א גוי וואלט ער אים געקענט הרג'נען פאר דעם.
אין מיינע אויגן זענען עדים נוכחים, עדים זוממים אין די פאל.
שרייבן שרייבט מען היררכי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:21 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
כתר מלכות האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט געווען זיין שפראך. וואס האלט עטץ, בעצם האט ער אים מקנא געווען דערויף. לענ״ד איז דער תירוץ אז יא, פארוואס, ווייל עס גלייבט זיך אויף אזא קדוש אלוקי ווי בעלזא רב זי״ע אז ער זאל נישט וועלן אז מען זאל אים צורירען די דיוקנא קדישא, דעריבער איז אפילו ״מסתבר״ אז ער זאל אים דאס האבן געזאגט.
איי עס איז נישט געווען זיין שפראך, דאס זאגט נישט גארנישט, זינט איך גלייב נישט אז מענטשן וואס געדענקן זיין שפראך דרייען זיך דא אויפן פארום, איז דאך דאס נאר א מיינונג פון א יונגע בעלזא חסיד וואס מיינט אז דאס וועט חלילה מינערן די כבוד פון די הייליגע בעלזא רב.
אבער באמת איז די גאנצע טענה׳ריי איבריג, ווייל אפגעזהען צו ער האט דאס יא אדער נישט געזאגט, איז זיכער אז אזא קדוש אלוקי האט מקנא געווען א יוד וואס איז אריבער די מלחמה מיט א בארד.


ב''ה איך בין נישט קיין בעלזער חסיד איך האב מיט זיי גארנישט אבער לויט וואס איך לייען אויף איהם אין אנגעהערט אויף איהם איז מיר זעהר שווער צו גלייבן אזאנע זאכן

קיינער מיז נישט אנעמען מיין דיעה איך האב אבער רעכט צו זאגן מיין מיינונג וואס איך ווייס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:26 pm
דורך איך אויך
עוד מישהו האט געשריבן:הייסט עס אז מיט זיין פעולה פון אויסגוסן נעגל וואסער לעבן זיין בעט, אמת די הלכה פארלאנגט עס אבער די תורה פארלאנגט אויך נישט צו שטיין אויף א חבר'ס בלוט, ספעציעל אויב די קאפו וואס אויב איז ער געווען א גוי וואלט ער אים געקענט הרג'נען פאר דעם.
אין מיינע אויגן זענען עדים נוכחים, עדים זוממים אין די פאל.
שרייבן שרייבט מען היררכי'

פשיהא אזא גאונות ,כאילו עס זענען נישט דא מיליאנען אסאך ערגערע מעשות פון די קריג.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:14 am
דורך כתר מלכות
smartinof האט געשריבן:נא פיר אויס, און אויב האט ער אים נישט מקנא געווען איז ער נישט געווען קיין קדוש אלוקי, נמצא אז בין כך ובין כך זענען די פאנאטישע בעלזא חסידים און א פראבלעם...

איך פארשטיי נישט פארוואס דיר דאכט זיך אז איך קום דא מעסטן קדושה, און פאקט זענען ביידע געווען צדיקים וקדושים מלאכי מעלה. איך האב בסך הכל מגיב געווען אויף דאס וואס איינער האט געשריבען אז עס איז שקר דאס וואס מען זאגט אז בעלזא רב זי״ע האט געזאגט אז ער איז מקנא דעם סאטמאר רב זי"ע.
מיט די ידיעה הקודמות קענסטו איבערליינען מיין תגובה, ויונהר לך עינין אז איך בכלל נישט גרעדט איבער זייער קדושה.
אגב, ״פארנאטיש״ מיט ״בעלזא״ לעבן לעצטנס נישט אזוי אין גוטן נישט אז סאיז א פראבלעם, נאר אלס די פאקטישע מציאות.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:30 am
דורך כתר מלכות
@איך אויך פרוביר צו רעדן מיט רעספעקט כלפי אזא גאון וקדוש ווי סאטמאר רב זי״ע, ס׳וועט דיר נישט שאטן.
אפרעגן גיי איך דיר נישט, ווייל די ווערטער זענען דאמירן בעלמא, לייקענען די אויסערגעווענליכע אהבת ישראל - מיט מסירת נפש ממש - פון סאטמאר רב, איז אזוי ווי לייקענען די רייכטום פון בילגעטס להבדיל.

@ התם, וועלכע זאכן גלייבסטו נישט אויף הרה״ק מבעלזא זי״ע ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:59 am
דורך לשוא הכיתי
גד החוזה האט געשריבן:רבי אהרן רוקח מבעלזא

http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... wMode=HTML

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 9:04 pm
דורך עוד מישהו
איך אויך האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:הייסט עס אז מיט זיין פעולה פון אויסגוסן נעגל וואסער לעבן זיין בעט, אמת די הלכה פארלאנגט עס אבער די תורה פארלאנגט אויך נישט צו שטיין אויף א חבר'ס בלוט, ספעציעל אויב די קאפו וואס אויב איז ער געווען א גוי וואלט ער אים געקענט הרג'נען פאר דעם.
אין מיינע אויגן זענען עדים נוכחים, עדים זוממים אין די פאל.
שרייבן שרייבט מען היררכי'

פשיהא אזא גאונות ,כאילו עס זענען נישט דא מיליאנען אסאך ערגערע מעשות פון די קריג.

מה עניין שמיטה אצל הר סיני? איז דא ערגערע מעשות וואס האט דאס מיט דעם? אז דו קומסט דערציילן א מעשה פון א עד וואס איז דארט געווען, וואלט די מעשה געדארפט האבן פשט, זייער אסאך אידן האב איך געקענט און איך גלייב דו אויך, וואס אפילו זייענדיג דארט האבן זיי נישט פארלוירן דעם צלם אנוש און אלוקים, זיי האבן נישט געזוכט אז א צווייטע איד זאל ליידן וועגן זיי, עאכו"כ א רבי וואס איז געווען א מנהיג פון אידן.
איים ווערי סארי, אבער דיין מעשה איז געווען בערך אין די זעלבע צייט, ווען די מהר"ל מפראג איז געווען אין לאנדאן, צו זיכן די אבני החושן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 11:52 pm
דורך ידען
א פאר בילדער איז געוועהן פון אדמורי״ם בימי הזעם און נאך דעם איז געווארען א זעם וועגען אדמורי״ם..

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:10 am
דורך שמעקעדיג
די וואך אין דער בלאט איז געווען א בילד פון ווייצענער רב ז"ל גלייך נאך די מלחמה אן די בארד נעבעך.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 1:13 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:די וואך אין דער בלאט איז געווען א בילד פון ווייצענער רב ז"ל גלייך נאך די מלחמה אן די בארד נעבעך.

ביי וועלעכע אפטייולינג?

כאב נאך א פאר פון עס. די אנדערע האבעך שוין אוועק געווארפען

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:10 am
דורך איחוד פעלד
smartinof האט געשריבן:איך געב שוין קוויטלעך פאר יואל אשר לאבין און פאר משה דוד נידערמאן איך זע נישט פארוואס געבן קוויטלעך פאר נאך א יידישע עסקן...
העט מען ווען אים אזוי אראפגעמאלן ווי די לייגסט אים אראפ איי אים פאלי יוט יו, וואל זאל איך טון אז עס איז נישט אזוי, מיך איבעלט זייער ווען מען מאלט אראפ איינעם אויף טויזענט העכערע דרגות פון וואס ער איז באמת געווען, מיט אים פירסענאל האב איך טאקע נישט קיין בעיה,



ענדרישער גיב קוויטלעך פאר א כעסן וואס וויינט אויף זרע לבטלה.

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:52 pm
דורך גד החוזה
רבי שלמה חיים פרלוב הי"ד מבאליחאוו
אחיו של רבי אלטר ישראל שמעון פרלוב מנאוואמינסק

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
אינטער וואסערע אימשטענדען איז די בילד געכאפט געווארן?
איך זעה דאך פון דיין "הי"ד" אז ער איז אין די ענדע נעבעך געהרג'עט געווארען

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 2:14 pm
דורך גד החוזה
ער איז נעבעך אומגעקומען י"א תמוז תש"ג, ער איז געשאסען געווארען בשעת זאגן ווידוי בנחת ובקול רם, הי"ד.