בלאט 3 פון 4
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:18 pm
דורך צועקים וזועקים
הייליג האט געשריבן: ↑
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:18 pm
דורך חב''ד הויזן
הייליג האט געשריבן: ↑
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
האסט איר געבעטן און זי וויל נאך אלס נישט?
זי וויל נישט גיין דערמיט ווייל ס'איז אויסגעשטעלט פאר האר? דאן דזשאסט זיי איר מסביר אז ס'איז נישט אזוי. אויב וויל זי נישט ווייל די רבנים האבן עס גע'אסר'ט דאן זאג איר אז אין די גמרא שטייט 'איזה אשה כשירה העושה רצון בעלה' נישט 'העושה רצון רבנים'. די מאן איז די תורה אויטאריטעט אין שטוב ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תרי"ג מצוות.
Re: איז א
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:19 pm
דורך היימלינד
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 5:18 pm
זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
נאכדעם וועט זיין ברך עלינו אדער אפשר גאר ברכינו
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm
דורך הייליגע קוה
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות'דיג, אבער ס'זעהט אויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שעניעל, די בענדענעס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:59 pm
דורך וואלווי
הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:37 pm
דורך צומישט און צוחישט
הייליג האט געשריבן: ↑
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:03 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
וואלווי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:59 pm
הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 6:55 pm
איך זעה נישט פארוואס א בענדענע זאל נישט זיין צניעות׳דיג, אבער ס׳זעהטאויס לגמרי נישט צום דבר, אדער גיי א טורבאן אדער א שניעל, די בענדענע׳ס זעהען אויס ווי מען קלעבט ארויף א מערצעדעס לאוגאו אויף א טאיאוטע קעמרי.
אפשר איז צייט אריין טרעידן דיין קעמרי....
ווענדט זיך וואס מ'באקומט אנשטאט
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:14 pm
דורך הייליג
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑
דו שרייבסט אז זי וויל נישט גיין דערמיט אויפ'ן גאס, איז משמע אז אינדערהיים גייט זי יא מיט עס. סאוי וואס גייט דיר אהן וויזוי זי גייט אויפ'ן גאס... ס'גייט דיר אהן וויאזוי אנדערע קוקן איר אהן?
פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:16 pm
דורך הייליג
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑
הייליג האט געשריבן: ↑
פארוואס זאגסטו אז סנוד'ס איז מער אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר?
הייבט זיך נישט אן! די זעלבע ווי א בענדענע!
סתם ארויפגעלייגט א נאסע ליילעך, און טאקע פאר דעם וויל נישט מיין ווייב גיין אזוי אין גאס, איינער האט מיר א עצה? כ'חלש דערפאר.
זייטס גאר שטארק מתפלל ביי רפאנו...
פארוואס זאגן אבער די קול קורא'ס אז ס'אויסגעשטעלט צו לאזן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 8:55 pm
דורך צומישט און צוחישט
הייליג האט געשריבן: ↑
פאר אינדערהיים האב איך איר עס געקויפט און זי טוט עס אן, טאקע ווייל כ'האב איר עס געבעטן צו אנטוהן טוט זי מיר עס פאר א גאנצע טובה, און כ'האב הנאה דערפון, אבער אין גאס וויל זי נישט גיין דערמיט, טענה'נדיג אז ס'גע'אסר'ט און זי וויל נישט זיין קיין פורץ ברבים (מיט'ן אויסרייד אז זי שעמט זיך), כ'וויל אבער זי זאל יא גיין אזוי אין גאס, כ'וויל זיך שטאלצירן מיט איר,
דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:04 pm
דורך צוויי
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑
דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
געוואלט ענטפערן ממש די זעלבע, האסט מיר אויסגעכאפט
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:21 pm
דורך מילך טראק
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑
דו ביסט נישט גענוג צופרידן מיט איר, דארפסט א פרעמדנ'ס הסכמה?...
ועוד, אויב זי וויל נישט גיין דערמיט פארוואס צווינגסטו איר?
דו וואלסט געוואלט זי זאל איין טאג אהיימברענגען א הוט מיט וואס דו ביסט נישט קאמפארטעבל צו גיין, אבער זי האלט אז ס'מאכט דיר אויסזעהן בעסער?!...
ס'דא א וועג וויאזוי זאכן גייען צו, און מיט די ריכטיגע השתדלות און ליבשאפט וועט זי גרייט זיין צו טוהן פאר דיר וואס דו ווילסט, אבער גיי נישט בכפי'..
פאר מער הילף קענסטו אפשר קוקן אין די אשכול איבער מאן און ווייב וואס זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות.
א פרוי דארף גיין אנגעטוהן שיין אין גאס אויך פאר די מאן, ווען מענטשן זעהן אז זי איז שיין, ווערט זי באליבט פאר איר מאן, אין גאס דארף זי גייען מער צניעות'דיג ווי אינדערהיים אבער בכבוד'יגע און שיין.
אין א גוטע שלום בית, וועט א פרוי וועלן זיך געפעלן פאר די מאן, אזוי האט ג-ט באשאפן די וועלט, פארשטייט זיך אז צו פארלאנגען צו גיין זייער מאדנע, אדער אנדערש ווי די גאנצע משפחה, איז שווער פאר א פרוי, אבער א לבוש וואס יעדער גייט, און ס'האט נישט צוטוהן מיט משפחה, זעה איך נישט וואס איז ראנג צו בעטן.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:34 pm
דורך צומישט און צוחישט
מ'רעדט דאך האפענטליך נישט אז אהן דעם קוקט זי אויס מיאוס אז ער האט בושות פון איר, נאר ער קען באשטיין פאר עפעס א סיבה אז מענטשן זאלן איר זעהן מיט א שניעל.
'כדי לחבבה על בעלה' איז ווען ער הערט א גוט ווארט, א קאמפלימענט אויף זיין פרוי, וואס איז אבער די סיבה א מאן וויל זיך 'שטאלצירן' מיט זיין פרוי פאר אנדערע מענטשן?! ער ווערט סעטיספייד אויב יענער זעהט זיין ווייב אויף די וועג?...
ס'נישט קיין נפ"מ פארוואס זי איז אומבאקוועם, אויב איר איז עס נישט ניחא, שטופ נישט, בעטן מעג מען סתם אזוי אויך.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:45 pm
דורך מילך טראק
אויב ער קוקט איר אהן בעסער מיטן שניעל, דען טראכט ער אז זיין חבר האלט אויך אזוי, ניין ?
ער שרייבט ער האט געבעטן, אויב די פרוי פאלגט נישט, אדער זענען זיי נישט אויף די זעלבע בלאט, אדער איז קיין שלום בית נישטא, אבער איך פארשטיי זייער גוט אז די מאן וויל וויאוזי זיין פרוי זאל גיין אין גאס, מיר וואלט אויך זייער געבאדערט אז מיין ווייב גייט אפי' אין גאס מיט א טורבאן.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:54 pm
דורך הייליג
אבער פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'העעבט זיך נישט אן????
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:06 pm
דורך הייליג
האסטוך מיר נישט גענטפערט
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:55 pm
דורך אוהב ספרים
איך וויל פארשטיין וואס איז א בענדענע אנדערש ווי די טיכלעך וואס מען פלעגט גיין פאר 30 יאר צוריק, ואין פוצה ומצפצף
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:32 pm
דורך חס ושלום
הייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:06 pm
האסטוך מיר נישט גענטפערט
פארוואס לייגן די רבנים ארויף א נאסע ליילעך אויף די שניעל'ס אז מ'טאר עס נישט טראגן ווייל ס'אויסגעשטעלט אז מ'זאל זיך לאזן ווילן וואקסן די האר, ווען ס'הייבט זיך נישט אן????
ר' בערל האט שוין געענטפערט, אז מ'קען נישט זען דערמיט ווילאנג די האר איז, און וועגן דעם איז עס אויסגעשטעלט אז די וועלכע ווילן זיך לאזן וואקסן די האר קענען עס טוהן דערמיט ווייל קיינער וועט נישט באמערקן.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:39 pm
דורך הייליג
לגבי די טעם איז עס די זעלבע ווי א בענדענע
טא פארוואס פארפירט ען דירעקט וועגן א שיניעל?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:51 pm
דורך yesiknow
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:10 pm
דאס איז דאך א גזירה לגזירה. די איינציגע וואס וועט וויסן אויב די פרוי לאזט זיך וואקסן די האר איז די מקווה אידענע. אין די מערסטע פלעצער (אויסער אין געוויסע פארהייליגטע) גייט די מקוה אידענע נישט ארום "גאסיפ'ן" איבער ווער ס'לאזט זיך יא אדער נישט וואקסן די האר. אויך אינטרעסירט עס קיינעם נישט. אויסער אין געוויסע מקומות הקדושים.וואו די מ. אידענע פארציילט פאר איהר חבר'טע און איהר חבר'טע פארציילט פאר איהר מאן. און איהר מאן פארציילט פאר די דיינ'טע. (איי, אל תרבה שיחה. ווען ס'קומט צו אידישקייט איז אלעס מותר. און די דיינ'טע פארציילט פאר איהר מאן דער דיין. דער דיין פארציילט פאר'ן רב. דער רב באפעהלט די רביצין אנצורופן די פרוי וואס איז עוברת על דת יהודית, רחמנא ליצלן. דער רב לאזט רופן די קאפל און ווארנט זיי אז זיי וועלן מוזן עוקר זיין פון שטעטל. מיט גוטן אדער מיט בייזן.
כולהו חדא גזירה, איי דאנט עקספעקט א בעל עגלה טא נוי דיס טערמס.
אז די פרוי "זיכט" נישט צו געפעלען (אינטייסען -סעדאסען) איר man
איז נישט קיין חילוק מיט וואס זי גייט אויף איר ראש איטס אלל אין די מיינד ויש חולקים.
גיי מיר אין מקוה.
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:02 pm
דורך מילך טראק
מיט א טורבאן קען מען נישט באהאלטן די האר?
Re: איז א "בענדענע" צניעות'דיג?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:09 pm
דורך ראדני
אין וועלכע משוגע׳נע דור לעבען מיר?
מען טאר נישט גיין קיין בענדענע, ווייל מען קען צוקומען צי לאזן וואקסען די האר, וואס נניח אז מען דארף שניידן די האר איז עס תקנה (וואס רוב וועלט האט נישט אנגענומען) ווייל עס קען צוברענגען צי גיין אויפגעדעקט די האר, און גיין אויפגעדעקט די האר אין ערגסטען פאל איז עס א ״עוברת על דת יהודית״ וואס איז גמרא שפראך פאר ״כ׳האב עס נישט געזעהן ביים טאָטע׳ן״