בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:21 pm
דורך יאיר
איך בין שטארק נייגעריג וועמענ'ס קרעדיט דאס איז, צו טאקע נאר ר' נתן'ס אדער זיין רבי'נס אויך. ליקוטי מוהר"ן איז דאך געשריבן געווארן דורך רבי נחמן אליין, און דארט פעלט אויך נישט אזעלכע אויסדרוקן (כמדומה לי).
ער פערזענליך האט געהאלטן אז ער איז א גוטער דאקטער וואס קען העלפן מענטשן, האט ער ארויסגעשטעלט א סיין אז דא וואוינט א דאקטער, און ווער עס וויל קען קומען זיך היילן, וכך הוה.

רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:24 pm
דורך ברסלבער
רב נחמן האט נישט געשריבן דעם ליקוטי מוהר"ן, דאס האט רבי נתן אויך געשריבן. אויסער א קליינע צאל תורות וואס עס שטייט פארדעם "לשון רבינו", דאס האט רבי נחמן פארגעזאגט מיט דעם לשון און רבי נתן האט עס אפגעשריבן.
בכל אופן פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט. איך רעד דאך פון וואס רבי נתן האט אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:26 pm
דורך יאיר
דעם ערשטן חלק לקוטי מוהר"ן איז נישט פון רבי נחמן'ס כתבים?
איך מיין צו פרעגן, ר' נחמן אליין האט געהאט אזא שיטה אז מ'דארף אלעס דרוקן, אדער ער האט נאר פערצופאל געהאט אזא תלמיד וואס האט אלעס אפגעשריבן און געדרוקט רוב, און ווען ר' נתן וואלט גראדע געווען ביים שפאלער זיידן וואלטן מיר געוואוסט אלע לשון הרע'ס וואס דער שפאלער זיידע האט געזאגט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:30 pm
דורך ברסלבער
ניין. אזוי ווי איך האב פריער געזאגט.

רבי נחמן האט זייער שטארק געוואלט דרוקן דעם ליקוטי מוהר"ן און ער האט אסאך געטוהן אין דעם כמבואר בחיי מוהר"ן און אזוי אויך די סיפורי מעשיות און ספר המדות. וועגן די שיחות איז עס בעיקר געווען רבי נתן וואס האט געזאגט אז פון די שיחות קען מען אמאל מער נתעורר ווערן ווי פון די תורות. רבי נחמן פלעגט עמטליך זאגן תורה ברבים נאר זעקס מאל א יאר. אבער פון זיינע שמועסן האט זיך אסאך מאל פארצויגן צו דברי תורה וחיזוק וואס דאס האט רבי נתן אפגעשריבן, טייל אין ליקוטי מוהר"ן און טייל אין שיחות וחיי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:31 pm
דורך איחוד פעלד
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)


כ'דענק הערען א טעיפ פין ר' שיק, ווי ער זאגט אז ר' נחמן האט געהאלטען אז מען זאל דוקא גיין צו די גרויסע דאקטוירים, וואס האבען שוין דורכגעמאכט אלע עקספערימענטען אויף "גוים" ווייל אידען זענען נישט געמאכט מען זאל אויף זיי עקספערימענטען, זאלען זיי פריווען אלעס אויף גוים, און אידען זאלן באקומען נאר די דאקטוירים וואס ווייסען שוין אלעס. עפעס אזוי.

פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:32 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז דאך דא זיין באקאנטע תורה וועגן רפואות, ניין?
קענסט אלץ טרעפן אין זיינע תורות באהאלטן. (קענסט אויך אלץ נישט טרעפן)

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:37 pm
דורך ברסלבער
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:56 pm
דורך איחוד פעלד
ברסלבער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים ;)

אבער דו האסט געכאפט די נקודה...

איחוד פעלד האט געשריבן:פין ווי נעמסטו אז ער האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים?

ער האט אסאך גערעדט פון דעם כמבואר בחיי מוהר"ן. און בעיקר ווייל ער האט געהאלטן אז זיי זענען אזוי צוריק געשטאנען און זיי מאכן מער שאדן ווי הילף. און ער האט געזאגט אז אויב גייט מען שוין יא צו א דאקטער זאל מען גיין צום גרעסטן דאקטער, כידוע אז די קליין שטעטלדיגע דאקטורים זענען געווען פאלנע רוצחים.
היינט ווען די חכמת הרפואה איז שוין אזוי מפותח איז פארשטייט זיך אסאך בעסער אין די נושא.



ייש"כ פאר דאס קלאר מאכען, ווייל פין יאיר'ס ווערטער וואלט אויסגעזעהן כאילו ר' נחמן האט נישט געהאלטען פין דאקטוירים נוסח זידיטשויב, אז מען דארף נישט גיין צו קיין דאקטאר קיינמאל, אפילו א גרויסע דאקטאר, ווי די רמב"ן זאגט דער וואך אויף ורפא ירפא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:21 am
דורך מאטי
נמחק

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:53 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]איש עברי[/tag], דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:56 am
דורך דער (פינטעל) איד
נמחק

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:00 am
דורך קאווע טרינקער
זכר צורר לשמצה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:05 am
דורך איש עברי
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]איש עברי[/tag], דיין שאלה פארוואס הרה"ג דומ"ץ קהילתינו הק' שליט"א קריגט זיך נישט מיטן חתם סופר, דאס איז לאו דווקא תלוי צי מ'נעמט אן אז די גאנצע דור איז שוואכער ווי אמאל, עס איז א בחינה פון א תלמיד נגד רבו. א תלמיד, מצד דרך ארץ, וועט טראכטען צוויי מאל איידער ער איז זיך מחולק מיט זיין רבין.

איך האב נישט געמיינט די משל פון חתם סופר דווקא, , אויב דיין דומ"צ איז א חתם סופר איד דאן לאמיר זאגן די נודע ביהודא וכדומה, און איך בין נישט אזוי זיכער אז פאר א רבי בדורו האט די דומץ שליט"א אויך אזא דרך ארץ [חוץ פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א כמובן]

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:23 am
דורך פיש כאפער
ירידת הדורות (אונז גייען אויף אן ענליכער וועג)

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 2:14 pm
דורך מי אני
אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך דא דעם (ענליכן) פענאמענאן/געפיל פון דעקלייניזם; אז מ׳פיהלט אז עס איז אמאל בעסער געווען און יעצט זענען שוין נישט ״די אמאליגע גוטע צייטן״. איינע פון די אנגעבליכע סיבות דערצו, וואס [tag]לעיקוואד[/tag] האט דערמאנט, איז דאס בייעס פון דאס ראזי רעטראספעקשאן און די פאליאנא פרינציפ; אז מ׳קוקט און געדענקט דעם אייגענעם עבר מיט א מער פאזיטיווע בליק, ארויסהייבענדיג די פאזיטיווע חלקים און פארדעקן (בלא יודעים אין מח) די נעגאטיווע חלקים. דאס איז פאר יעדע מענטש, ווען ער קוקט צוריק אויף זיינע ימי חורפו, איז דאס עקסייטמענט וכו׳ פון זיינע ימי ילדותו/בחרותו/אברכותו א נאסטאלגיע און זעהט אים אויס ״מער״ ווי יעצט.

יעצט, בנוגע ווי אזוי אונזער (אולטרא) אויסקוק אויף רעליגיעזע געפירעכץ וכו׳, וואס ארבעט גאר שטארק מיט ״מסורה״ און שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, ווערט דאס לכאורה א קאמיולעטיוו עפעקט פון דאס וואס דער טאטע גיבט איבער איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות וואס דעמאלטס האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע (וממילא איז דאס אליין אויך א חלק פון זיין ראזי רעטראספעקשאן ונאסטאלגיע, ודוק) איבער דאס ״געוואלדיגקייט/גוטסקייט/גרויסקייט/בעסערקייט״ פון זיינע ימי בחרות אא״וו אא״וו. (פארשטייט זיך אז דאס ווערט נאך מער געשטארקט ווען מ׳לייגט צו דערצו דעם רעליגיעזן אימפעריטיוו פון דאס האלטן/גלייבן אין די מושג כדי אויף אנצוהאלטן טאקע אט די געדאנק פון מסורה/טראדישאן; ווי ערווענט, אלס אן אמונה הכרחית.)

אגב האב איך געטראכט אז דאס קען אפשר פארענטפערן [tag]קטלא קניא[/tag]׳ס שאלה איבער ״למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?״. ווייל, ווי באקאנט, איז טראמפ א גאנץ שטארקע פראפאנענט פון [אמעריקאנע] דעקלייניזם [״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״], וואס די געדאנק בכלל רעדט צו חסידים...
דאס גייט דאך אלעס סתם אזוי מיט מיט דעם אז (אולטרא) רעליגיעזע (אידן) גייען אין אלגעמיין מיט מיט קאנסערוואטיזם. דאס איז (לכאורה) ווייל א חלק פון איר אידעאלאגיע איז, כשמו כן היא, אנצוהאלטן און קאנסערוון די (ווי נישט) אמאליגע לעבנסשטייגער, ווירדן וכו׳, ווייל דאס האלט זי איז גוט (לעומת מער ״פראגרעסיווישקייט״). ובפרט ריעקשינערי(סט) קאנסערוואטיזם (וואס לויט דער פאליטישער סייענטיסט דר. קארי ראבין איז דאס די קאנסערוואטיזם פון/אין אמעריקע כהיום), וואס דאס איז למעשה טראמפ׳ס פאליטישע מעסעדזש.
(ובפרט אז קטלא פארגלייכט אים אין די קאנטעקסט צו (היינטיגע) רביס, וואס ביי מנהיגים נוצט מען דאך די טעזע פון ירידת הדורות אין גרויסן כידוע.)

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 3:32 pm
דורך געפילטע פיש
כ'יעצט געענדיגט זען דעם שמועס פון ר' דוד פסיג וואו ער האקט שטארק אויף דעם יוניווערסאלע פענאמענא און גלויבונג פון ירידת הדורות.

גאר אינטרעסאנט פון אסאך אנדערע צדדים אויך.

https://www.youtube.com/watch?v=Zr38gXUJcdY