בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:24 pm
דורך מאטי
ס׳קען זיין אז די גמרא וויל סתם געבן אן עצה פאר א מענטש זיך צו מאכן א חשבון הנפש. סתם אזוי אינעם רוישיגן הו הא, האט דער מענטש נישט קיין קאפ זיך אפשטעלן טראכטן, אבער ווען ער באקומט יסורים, ער קען נישט גיין אין ארבייט, אלעס שטעלט זיך, דאן איז דאס בעסטע צייט זיך איבערצוקלערן מאכן ריקאנסיליעשאן וואו ער האלט אויפן וועלט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:36 pm
דורך איינגעמיירעט
פון די אלע יתלה׳ס איז משמע אז יסורים האט א משמעות.
אוודאי רעד איך נישט פון יסורים וואס די מענטש האט פון ,קנאה, עצבות,תאווה. וואס דאס איז די מענטשעס פראבלעם אזוי ווי די האסט שוין מסביר געווען.
אבער ריכטיגע יסורים זעעט אויס פון די גמרא אז סהאט א משמעות און א סיבה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:40 pm
דורך יאיר
איינגעמיירעט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן


.

בקיצור, צרות ווייזן אויף גארנישט. נישט ביי א יחיד און נישט ביי א רבים.

[tag]יאיר[/tag]
וואס טוסטו מיט די גמרא ״אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש וכ״ו.

דער מהרש"א האט זיכער עפעס א שיין פשט. ס'איז דאך נישט שווערער ווי די אגדות דרבב"ח.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:51 pm
דורך איינגעמיירעט
איך גראדע גלייב און תושבע״פ און איך גלייב און זייער מהלך אויף זאכען,אויב די גלייבסט נישט דעמאלס קען איך דיר טאקע נישט אפפרעגן פון א גמרא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:41 am
דורך מאטי
ריגארדלעס וואס דו איך און יאיר גלייבן איז דא א חילוק פון תורה שבעל פה און אגדתא גמרות ויבא העמבעדעדים ויעבעדים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:50 am
דורך איינגעמיירעט
מרעדט נישט דא פון קיין רבב״ח
די גמרא זאגט סימפעל אז יסורים האט א סיבה און דער מענטש זאל נאכזוכען די סיבה.