בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:49 pm
דורך גראדעמעכעלע
[tag]ישראל קאפקע[/tag] אפשר ערקלארסטי איינמאל וואס דאס קאפקע מיינט, 'ישראל' האב איך שוין געהערט אין מיין לעבן אבער קאפקע זו לא ידעתי על שום מה

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:58 pm
דורך מאטי
קאפקע שלינג איך גראדע יא, אבער "ישראל" (אינעם מאדערן זין פון ווארט) פארשטיי איך נישט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:14 pm
דורך ישראל קאפקע
מאטי האט געשריבן:קאפקע שלינג איך גראדע יא, אבער "ישראל" (אינעם מאדערן זין פון ווארט) פארשטיי איך נישט.

מאדערנעם זין?
עס האלט שוין אזוי ווייט אז איך דארף פארענטפערן מיין נאמען "ישראל"?

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:21 pm
דורך שמעקעדיג
זיכער. דו וואלסט געדארפט רופן "ארץ ישראל".. :P

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:28 pm
דורך מאטי
מן הסתם האסטו געכאפט, אבער צוליב והייתם נקיים, ס'איז געווען א וויץ.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:37 pm
דורך גראדעמעכעלע
גראדעמעכעלע האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag] אפשר ערקלארסטי איינמאל וואס דאס קאפקע מיינט, 'ישראל' האב איך שוין געהערט אין מיין לעבן אבער קאפקע זו לא ידעתי על שום מה

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:48 pm
דורך א איד
שמעקעדיג האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:און איך בין שטאלץ דערמיט.

נישט געוויסט ביסט א באבוב'ע

און יעצט אז דו ווייסט? מאכט דיר עס שטאלצער?
מיין טאטע האט אריינגעלייגט אין אונז דאס אידישקייט, מיט א געוואלדיגע חביבות, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געברענגט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:09 pm
דורך petergrifin
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag] אפשר ערקלארסטי איינמאל וואס דאס קאפקע מיינט, 'ישראל' האב איך שוין געהערט אין מיין לעבן אבער קאפקע זו לא ידעתי על שום מה


@גראדעמעכעלע

דא

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 5:00 pm
דורך געוואלדיג
עס איז פשוט [tag]געוואלדיג[/tag] אז חבר אני לכל אשר .... ולכן קרא שמו געוואלדיג

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 5:50 pm
דורך א איד
בעל מדות האט געשריבן:עניוועיס ביטע נישט זיך צוקלעבן צו מיין נאמען און צעגערן דערוועגן, עס מאכט נערוועז אז איך טאר נישט שרייבן ווילד ווייל מיין ניק נעים איז בעל מדות, פונקט ווי לעיקוואוד מעג שרייבן פון מאנסי און סושי פיש פון סעמאן.

אן נעמען פערזענליך וואס רעפעזנטירט דיין נאמען?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:03 pm
דורך בעל מדות
איינער וועלכע וויל בלייבן אנאנים און דאך שרייבן שיינע אנאליזן איבער די נייעס, ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, ווערן רעספעקטירט אין אזא אנגענעמע געזעלשאפט, ווערן גע'לייקט אויף זאכן וועלכע זענען באליבט, הערן קריטיק אויף זאכן וואס דארפן א פארבעסערונג,
איך רעפרעזענטיר נישט קיינעם און איך זיך נישט זיך צו דארפן פארענטפערן און אויסשמועסן וועם איך רעפרעזענטיר, איך בין א פשוטע איד וואס האט גוטע מדות, און שלעכטע מדות אויף וואס איך פרוביר צו ארבעטן דערויף,
איך האב ליב מיוזיק ווי די שווארצאפל פון אויג און קען נישט פארנעמען קיין האלווא, דאס האסטו געוואלט הערן? און יעצט וואס רעפרעזענטירט איר חוץ איינער וועלכע איז געווארן גע'מלט ביי די אכטע טאג?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:15 pm
דורך א איד
וואס דארף מען מער פון דעם?
איך בין א איד אבער א איד

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:57 pm
דורך עזריאל
איך האב אפגעמאכט צו נעמען א חלק און קאווע שטיבל און די תקופה ווען רבי עזריאל גליק איז אוועק, וקרא שמו בישראל עזריאל. לכאורה די ערשטע נאמען נאכן משמש בקודש.
What a Tremendous זכיה.
וויאזוי פלעגט די עלטער מומע דאן אויספירען מיט די אונגערישע אום חן : זאלסט נאר גיין און זיינע דרכים. #קאטשעניו

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:30 pm
דורך שמעקעדיג
מעולם האט מיר געווינדערט, וואס איז פשט אינעם נאמען [tag]יידל[/tag]?
אזא רואיגער געשמאקער קלוגער שרייבער, ווייסט ער דען נישט אז יודל שרייבט מען מיט א ו'?
און קוק וואס כ'האב היינט אויסגעפינען:

.

האט איר חרטה אויף אייער ניק נאמען?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:24 pm
דורך moshav zekeinim
א ניק נאמען וואס האט א גוטע רעפאטאציע איז שווער צו טוישן, ווייל עס טראגט שוין א כאראקטער מיט זיך.

אבער מאכט זיך וואס דוקא ווען מען זעט וואס פאר א גוטער אדער אייגנארטיגער כאראקטער דער ניק פארמאגט וואלט זיך עס געוואלט טוישן צו א אנדער נאמען וואס וואלט געווען מער צוגעפאסט צום כאראקטער, אדער וואס וואלט בעסער בעסער אויסגענומען ביים עולם.

נו, לאמיר הערן פון אייך ליבע חברים, ווער פון אייך וואלט געוואלט טוישן זיין געלונגענע ניק, און אויב יא, צו וועלעכער נאמען?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:26 pm
דורך קאצקע ציקער
דו ווילסט זיכער ;)

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:30 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך וואלט עס כאטש געספעלט בעסער. ״פון״ אמעריקע.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:24 pm
דורך פאפיטעס
רוב ניקים זענען ארויסגעשאסן פונעם לינקן ארבל ווי נאר דער יעניגער דארף אריינקלאפן אין די אויספרעג בויגן זיין צונאמען,
קיינער וויל דאך נישט הייסן מיט א נאמען וואס איינער זאל כאפן ווער סאיז, שרייבט מען אריין עפעס א נארישקייט פון א זאך, סא דעיע גאנצע אשכול איז נישט אזוי אין פלאץ

אין ביידעוועי כבין עלערדזשיק צו פאפיטעס...

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:28 pm
דורך שמעקעדיג
און איך בין זייער סענסעטיוו צו א שמעק....

Re: האט איר חרטה אויף אייער ניק נאמען?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:39 pm
דורך chaims
וואס איז שלעכט מיט חיים? אבער וואס איז דער ס?

I can't believe I just said that...

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין געווען בערל בעל עגלה מיום היוולדי. פונ'ם טאג וואס איך האב מיך איינגעשריבן צו ליינען און שרייבן אויפ קאווע שטיבל. און איך האלט עס נישט ביים טוישן. אין א יעדן שטעטל אינדערהעים איז געווען א שטעטל'שער בעל עגלה און איך בין דער בעל עגלה פון קאווע שטיבל. און איך בין פראוד צו זיין דער שטעטל'שער בעל עגלה. ב"ה כה יתן ה' וכה יוסיף לי עמו"ש...!

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:46 pm
דורך ירא שמים
ערלעדיג נאר מיט [tag]אסף המזכיר[/tag] אז ער זאל נישט צולאזן קיין קאמפיטישען :lol:

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 10:50 pm
דורך ריכטיג
ווען איך זעה איין אז עפעס וואס איך האב געשריבן איז נישט געווען ריכטיג שטערט עס ציר אז כ'האב זיך נישט צוגעשטעלט צו מיין ניק.