בלאט 3 פון 6

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 8:19 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט לעצטענס catch the Jew פון איינער טוביה טננבוים. ער איז אן א.ט.ד. פון בני ברק וואס וואוינט דאהי אין אמעריקא. ער איז געגאנגען קיין א"י און זיך געדרייט בעיקר צווישען פאלעסטינער און לינקע עקסטרעמיסטען און ער ווייזט אויף, מיט גרויס הומאר, ווי פיל שקרים ליגט ביי זיי.
די פראבלעם איז אבער, ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר, אזש מ'קען איהם שוין נישט גלויבען אויף די אנדערע.
איך האב אבער אסאך געלאכט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


די מעלה פונם בוך איז זיין הומאר אין FUN וואס ער ערלויבט זיך מיט זיינע עקספערימענטס אין ריסערטש. אבער אויף למעשה הגם ער ברענגט גוט ארויס די LIBERAL HYPOCRICY איז ער אביסעל צי רעכטס אויף פאליטיש אין ער דינט איינזאטיג ווייל דוקא פון צווישען זיינע שורות זעהט מען אז די אראבער האבן נישט אייניגע רעכטן ווי אין א געהעריג דעמאקראטיש לאנד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:23 pm
דורך ודי למבין
לעצטענס ליין איך אסאך נאוועלס פונעם מייסטער שרייבער דזשעפרי ארטשער. ארטשער'ס וועג פון שרייבן און זיין הויפט מעלה איז אז ער איז נישטנאר א שרייבער נאר א סטארי טעללער. זיין וועג פון שרייבן איז אזוי אז ער ברענגט דיך אריין אין די מעשה און "ער פארציילט עס גוט".
זיינע נאוועלס ציילן זיך אין בערך 20 מייסטער פיסעס און צו דעם האט ער אויך געריבן עטליכע שארט סטאריס וואס לפענ"ד איז עס נישט צו ווייט פון או הענרי'ס שארט סטאריס.
א לינק צו זיין וועבסייט http://jeffreyarcher.co.uk/

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:33 pm
דורך טאמבל סאס
English Books
A channel for English books.
https://telegram.me/eng_books
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 4:08 pm
דורך קל וחומר
וואסארע סארט ביכער?
מדע, מחקר, פילוסופיה, אדער סיפורים ודברי חשק?

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 7:01 pm
דורך טאמבל סאס
פון וויפיהל איך האב דערקענט זענען זיי פון די לעצטע צוויי. א שטייגער ווי האמער, דאנטע, מאקיוועלי, וואלטעיר, גאטעה, דאסטאיעווצקי, טאלסטוי, הארדי, העמינגוועי , די בראנטי מיידלעך, אוסטין, שעלי, מילטאן, הארפער לי, דיקינס, יוגא, טוועין. שוין גענוג מייניך. באלד וועט מען זאגן מדלא מנה השאר מכלל...

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 7:07 pm
דורך טאמבל סאס
English Audiobooks
A channel for English audiobooks.
https://telegram.me/eng_audiobooks

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 2:20 pm
דורך קל וחומר
Screenshot_2016-06-27-14-19-42-1.png

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:13 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 9:35 pm
דורך הקטן
[tag]קל וחומר[/tag] דו האסט דאס שוין געליינט אדער ליגט נאר אויפן ליסט

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:48 pm
דורך קל וחומר
געליינט א גרויס חלק (כאטש נישט פרובירט קיין עקספערימענטן).

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:58 pm
דורך הקטן
דאס וואס איך האב דיך געוואלט פרעגען
צו דו האסט דיך גענימען אין די לעב און געווען א גיני פיג


[left]
The subatomic realm so defies all reason
and logic that most scientists, scared to
endanger their academic credentials
, have
more or less ignored the fact that life is nothing
like what we pretend it is
[/left]

חומר למחשבה

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 12:01 am
דורך קל וחומר
די אינטערסאנטקייט פונעם בוך איז נישט די עקספערימענטן (עכ"פ פאר מיר), ס'איז די טעאריע אונטער דעם.

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 12:07 am
דורך הקטן
יא אר ספוילינג איט פאר מי - אז דו זאגסט מיר די עקספרעימענטס זענען גארנישט לייג איך עס שוין אראפ
די טעאריע איז שוין זייער אסך געשריבן, און גערעד געווארן - און זי שרייבט דאס פין אנפאנג. זי זאגט יא אז דער חידוש איז די עקספערימענטס
מאטע פראנק האט דאס פאראידישט אין זיין חיבור "הסוד הגלוי"

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2016 7:31 am
דורך נאסע ליילעך
הקטן האט געשריבן:יא אר ספוילינג איט פאר מי - אז דו זאגסט מיר די עקספרעימענטס זענען גארנישט לייג איך עס שוין אראפ
די טעאריע איז שוין זייער אסך געשריבן, און גערעד געווארן - און זי שרייבט דאס פין אנפאנג. זי זאגט יא אז דער חידוש איז די עקספערימענטס
מאטע פראנק האט דאס פאראידישט אין זיין חיבור "הסוד הגלוי"

הייסט די בוק איז עוסק אין "The secret"?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:48 pm
דורך פרייוויליג
איך ראט זייער צו ליינען די בוך פון פאראנאק מרגליות, וואס איז ארויסגעקומען אין 2005. דא קענט איר דאס קויפן אויף עמעזאן - אדער קענט איר דאס ליינען בחינם אויף Google books

רבי אברהם טווערסקי זאגט אויף די בוך: עס איז זייער וויכטיג פאר מלמדים, טיטשערס און עלטערן צו ליינען די בוך. אויך האט זי גוטע הסכמות אויב איינער ליינט נאר מיט הסכמות.

די בוך הייסט: Off The Derech: How To Respond To The Challenge

בילד






שרייבער פון די בוך: פאראנאק מרגליות

בילד



[justify]איך האב שטארק געוואלט דורכלויפן די בוך מיט די היילייטס, אבער איך האב מיך געטראפן מיט איין גרויסע היילייט: "די גאנצע בוך". די פרוי דערציילט אז זי איז אויפגעצויגן געווארן נישט רעליגיעז, און וואספארא שוועריקייטן זי האט אלס געהאט. זי גייט דורך די נומערס און אנאלזירט די היסטארישע אפשאצונג פון יוצאים בשאלה, עס כאפט א ציטער און א שרעק. אין איר בוך שילדערט זי מיט א זיסע שפראך וואס מען קען אלס טון אפצוהאלטן די מגיפה. וואס איז די עצה דערצו, וויאזוי זאל מען שמועסן און אויפציען די קינדער, צו מאכן זיס אידישקייט און נישט ביטער. זי שרייבט אז אסאך מאל ווען עמיצער איז ארומגענומען מיט א געוויסע סביבה פון מענטשן. און דער מענטש האסט זייער זיין סביבה. ער שפירט זיך דערנידערט, אדער האלט ער אז די מענטשן ארום אים זענען גאר שלעכט און בייסיג. זאגט זי: דאס איז די מורא'דיגע פראבלעם פון מענטשן אז זיי נעמען אריין די תורה און אידישיקייט אין זייער סביבה. זיין סביבה רעפעזענטירט נישט יהדות, און זיין ערפארונג רעפעזענטירט נישט די תורה. מען דארף זיך אויסלערענען וויאזוי אפצוטיילן די אייגענע געפילן פון רעליגיע אד"ג. זי שמועסט profoundly אויס וויאזוי אזויפיל מענטשן זענען געשלאגן מיט דעם. מענטשן עסן זיך אויף אלעמען צוליב א שלעכטע סביבה אדער ערציאונג.

פון גרויס Enthusiasm האב איך דאן געמאכט קאנטעקט מיט די מחברת, און איר באדאנק פאר די געוואלדיגע ארבעט.[/justify]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:19 pm
דורך ונבנתה העיר
[נישט קיין 'אלגעמיינער' בוך, אבער כ'זע נישט וואו עס צו שטעלן.]

יעצט גענדיגט ליינען Remember Us: My Journey from the Shtetl Through the Holocaust, גאר געוואלדיג. פון 'מאטל שמולעוויטש' אין מייטשעט, ביז 'מארטין סמאל' אין ניו יארק.

א שיינעם טייל גייט אוועק אויפן לעבן אין מייטשעט. ער ברענגט גוט ארויס די רציחה פון די ארטיגע שכנים - אלעס מיט די נעמען, זיינע גוטע פריינט מיט וועמען ער איז אויפגעוואקסן.

זיינע ביטערע איבעלעבענישן ביים קריג, זיינע געהיימע אקטיוויטעטן אין איטאליע אוועקצושטעלן א אידיש לאנד, און זיינע יארן אין אמעריקא.

א בוך האט מיר שוין לאנג נישט אזוי 'אריינגענומען'. הארציג רעקאמענדירט.

בילד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:05 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:12 pm
דורך וואלווי
sounds good

האסט עס געלייענט? אויף עמעזאן האט עס נאכנישט קיין רעוויוס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:36 pm
דורך ונבנתה העיר
נישט געליינט דערווייל, כ'האב פשוט געזוכט אינפארמאציע איבער איין פרט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:41 pm
דורך וואלווי
אריין אין מיין שנעל וואקסענדע wishlist. ביז איין טאג ווען כ'וועל האבן א שוואכע מינוט און געבען א דריק אראפ דעם buy with one click קנעפעל אויפ'ן גאנצע ליסטע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:03 pm
דורך שצם_חנכל
כ׳מיין מ׳האט נאכנישט גערעדט דא פון Walter Isaacson און זיינע ביכער. באמת פארדינט זיך דער איש האשכולות, פון די גרעסטע מאדערנע ביאגראפירער, אן אשכול בפני עצמו, אבער זייענדיג א שטיקל ביישן וועל איך דא בּאַגראָבּן אַ תגובה׳לע איבּער אים.

דאס מערסט-בּאַקאַנטע בוך זיינער איז די אויטאראזירטע ביאגראפיע פון דעם אומפארגעסליכען סטיוו דזשאבס. Steve Jobss אַ זיכערער פעידזש פליפער וואס נעמט ארום דעם משונה׳דיקער געניאל פון אלע זייטן, טיילן פון די בוך איז אויך שפעטער געווארן אדאפטירט אלץ א סוקסעספולער פילם מיט די זעלבע נאמען.

אבער הרב אייזעקסאן האט אויך געשריבען נאך ביכער:

Einstein: his life and universe
נישט קיין לייכטע ליין אבער גאר שטארק רעקאמענדירט. די ביכל אלטערנירט פון איינשטיין׳ס פערזענליכע לעבן וואס איז גאר אינטערעסאנט און ציענד און זיינע וויסענשאפטליכע חקירות און חידושים וואס אביסעל שווערער פארן איש פשוט. לפענ״ד איז כדאי צו האבן שטיקל ידיעה אין רעלעטיוויטי און קוואנטום מעקעניקס איידער מען זעצט זיך אראפ מיטן ביכל. אייזעקסאן האט ממש לעצטענס פובליצירט א פרישע edition וואָס איז אויך כולל די לעצט-אַנדעקטע דעטאַלן פון זיין פּערזענליכע און אַקעדעמישע לעבּן.


Benjamin Franklin: An American Life
דער בוך איז פון אייזיקסאן׳ס פריערדיגע ביכער און בשעת עס איז אויך גאנץ אינטערעסאנט איז מיר עס נישט געווען אזוי ציענד ווי זיינע פריער דערמאנטע ביכער, אָבּער איך בין געוואָרן גאָר ציגעבּינדן צו דעם כאַראַקטער פון פרענקלין און זיינע לערנונגען.

אנדערע ביאגראפיעס וואס ער האט מחבר געווען אָבּער כ׳בּין נאָך ליידער נישט אָנגעקומען צו ליינען מפּני קוצר הזמן.
Kissinger: A Biography
Leonardo da Vinci

נאך עטליכע ביכער וואָס ער האָט מחבּר געווען (אַליינס אָדער מיט אַנדערע):
The Wise Men: Six Friends and the World They Made
American Sketches: Great Leaders, Creative Thinkers, and Heroes of a Hurricane
The Innovators: How a Group of Hackers, Geniuses, and Geeks Created the Digital Revolution

זיין וויקיפידיע בלאט
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Walter_Isaacson

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:19 pm
דורך הוגה
ער איז טאקע א געוואלדיגע שרייבער. איך האב געליינט זיין בוך אויף סטיוו דזשאבס אבער זיין בוך The Innovators איז עפעס געוואלדיג. חוץ די ביאגראפיע און היסטאריע שבו גיבט ער א פרישע בליק אויף טעכנעלאגיע בכלליות, וויאזוי עס ווערט ערפונדען און וויאזוי עס ווערט נתקבל ביים המון עם.

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:23 pm
דורך קל וחומר
כ'האב געליינט זיין ספר אויף דע ווינצ'י. שטארק בוך.