בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:18 pm
דורך לעיקוואד
הערה: אויב איך געדענק גוט איז יא ארויס א בריעף פון הרב אלישיב אנטקעגן ר' חזקאל, און ער האט צוריקגענטפערט. איך האב נישט פאר זיך די דאקומענטען. והבקיאים יציינו.
אבער דאס אלץ איז אן עקסטערע נושא, נישט דער נקודה פון דער אשכול.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:19 pm
דורך איך אויך
אויש אבער גיין אויף חתונות פראדאצירט מער מראות..

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:24 pm
דורך מאטי
איך אויך האט געשריבן:אויש אבער גיין אויף חתונות פראדאצירט מער מראות..

ס'ווענד זיך ביי וועמען ודו"ק

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:44 pm
דורך איך אויך
זאגסט אז געוויסע קאפלס האבן נישט קיין מראות ,האביך נישט געוויסט דערפון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:14 pm
דורך נהורא נפישא
המטורף הרב נחום ראזענבערג רב המקוואות ובעמ"ח אש יצאה מחשבון האט שוין געוואלט מאכן אזא מאשין וואס זאל זיין פראגראמירט צו דערקענען כל'ערליי מראות לויט אלע שיטות שוין פאר צוואנציג יאר צוריק אזוי ווי ער שרייבט בקונטרס הנ"ל נאר רבנים האבן צו אים געטענה'ט אז די מראות דארף דוקא געזעהן ווערן דורך א מענטשליך אויג, איך מיין היות ס'שטעלט זיך שוין היינט ארויס אז די רבנים זענען די גרעסטע נואפים איז די העכסטע צייט ער זאל זיך אריינפייפן און פאראויס גיין מיטן פלאן.
דרך אגב, הגאון מגדולי המורים הרב מטעפליק ז"ל האט זייער מיקל געווען און מראות און האט אזוי מדריך געווען די אלע וואס האבן גענומען שימוש ביי אים, איינע פון די וואס האבן גענומען התרת הוראה ביי אים איז הרב יחזקאל ראטה וואס פירט זיך אויך מיקל צו זיין אין מראות אנגעבליך לויט די אנווייזונגען פון טעפליקער רב.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
דאס וויל איך זען, וויפיל % פון די פסקים פון די דיינים וועלן שטימען מיט אונזערע פסקים דא.
אבער כנראה די "ראשי מאחורי" ערלויבן דאס נישט.
איך ווייס נישט פ"וו נישט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:49 pm
דורך מאטי
איך אויך האט געשריבן:זאגסט אז געוויסע קאפלס האבן נישט קיין מראות ,האביך נישט געוויסט דערפון.

מי שיש לו שבעה בנים כשהבכור עוד קטן הצריך לאמו (לאפוקי מה דאמרינן בסוכה דף ב' עמוד ב בהילנ א המלכה עיין שם) כמעט אי אפשר שאשתו יושבת כדרך עדנת נשים יותר מפעמים בשנה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 12:02 am
דורך איך אויך
אה דו רעדסט פון א פרוי וואס האט חתונה ווען זי האט שבעה בנים דאס איז שוין עפעס אנדערש ,ביזדערווייל וויפיל איך האלט מיט איז רוב חתונות ווי די רבנים גייען פון כלות בתולות מהוללות (כאנישט געטשעקט אבער זוי שטייט אויף די הזמנות).