בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'בין געווען גראדע אין ווילי שבת אפאר חדשים צוריק, און כ'האב געפרעגט אין סקווערן שטיבל אויב מ'טראגט. און מ'זאגט מיר אז רוב קהילות גדולות, ווי פאפא קלויזנבורג און נאך טראגן, און דער סקווערע דיין טראגט אויך.
האב איך גענומען מיט מיר א ליידיגע בעג..
הער איך ווי א זקן שרייעט מיר נאך.. מ'טאר נישט טראגן, זאג איך עהם, אז מיין דיין זאגט אז אונז מעגן, און ער געבט נישט אויף..
האב איך באמערקט דורכן שבת, אז די נארמאלע יונגערע דור, פייניגט מער נישט דערויף, ס'נאר די אלטע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] שלעגערס
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:02 pm
דורך מורינו הרב
מנשה, האסט גענומען א ליידיגע בעג? - יאוי... ביסט פ-ע-ס-ט! - אזוי קיל...
פון וואו נעמט מען אזא פעסטקייט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
אווירא דווילי מטפשי.. דארט האב איך באקומען די פ---עסטקייט
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:27 pm
דורך signout
סעפיש, איך האב געוויסט אז מהר''א שילדיג אין אלע פראבלעמן וואס די וועלט האט, איך האב נישט געוויסט אז דאס רעכנט אויך אריין די וויליאמסבורגע עירוב (וועלכע האט געצייגט אז טראץ די טעראר פין נאכשרייען אין שלאגען האט מהרז''ל נישט קיין שום פאקטישע פאוער אין וומ''ס)
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:28 pm
דורך I'm back
outspoken האט געשריבן:גאלד, א גרויסע טעות כ'האב אמאל געארבעט אין א באקעריי , וויפיל מענטשען זענען געקומען פרעגען קשיות...
געהאט אמאל א פרומער אינגערמאן, ער פרעגט צו מ'זיפט די מעעל פון די ברויט מיט א דיקע זיפ אדער דינע, זאגט מען מען אים אז מ'זיפט בכלל נישט, ס'האט אויסגעקוקט אז מ'דארף אים דערמינטערען..
די ביסט [tag]קופערניקוס[/tag]?
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:47 pm
דורך פיטומי מילי
איך האלט מ׳זאל נישט טראגן, כדי נישט צו געבן די הנאה פאר די שרייערס
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:50 pm
דורך אוהב ישראל
אויב הרב פישעל הערשקאוויטש שליט"א דעת תורה איז אז דע טרעין מיטען וואסער זענען גענוג כשר אפילו אן שטריק ארום קען מען זיך פארלאזען אויף אים מיט פארמאכטע אויגען.......נאך דע פאקט אז הגה"צ ריח"מ הראב"ד שליט"א האט רבות בשנים געשיקט אלע שווערע כריתות שאלות צי הרב הערשקאוויטש.............אין אויב קען מען זיך פארלאזען אויף אים ביי חמורות שבחמורות איז על אחת כמה וכמה ביי עירוב וואס ווערט געפאסקענט אז הלכה כדברי המקיל בעירוב..... אין עס איז שוין איינמאל דא שטריק............איך בין אויך געווען מסופק ביז איך בין געווען אין בעלזא ביהמ"ד ביי א שמחה פין א ידיד האב איך גענעמען די מיה אין מיטען גרעסטען ריספעקט (כדי ער זאל זיך שפירען פריי צי רעדען דעם אמת נישט צי מורא האבען אז איך בין עפעס א סאטמערער סיקיריק רח"ל )געפרעגט דעם בעלזא דיין הרה"ג מאיר מייעס שליט"א....ווער געט די השגחה אויפען עירוב ??? האט ער מיר גענטפערט אז ער בכבודו ובעצמו....אין ער גייט עס בקוקען יעדע צוויטע וואך אין צווי היימישע יונגעלייט יר"ש זענען אויך אפילו געמאלעט געווארען אין גייען נישט צי בחירות קוקען דאס איבער מדי שבוע בשבוע....אין עס איז א הערליכער כשרע עירוב מיט אלע חומרות והידורים..ויוציאו ענוים ויתענגו...............
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:04 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' פישל'ע לעבט נאךמ'קען נאך גיין איבערבעטען
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:49 pm
דורך מאטי
[tag]גנדי[/tag]
. די תגובה פון די חודש ..
נאך א נקודה אז די זעלבע וואס וואלטן צוריסן דעם עירוב זיי שרייען לאמיר זען דעם עירוב. דאס איז פשט אין פסוק הרצחת וגם ירשת ..
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:00 pm
דורך יתרו
צו איך טראג ? ביסטו משוגע צו וואס?
מאז היתה ישראל לגוי האבן די ווייבער געטראגן געקינדעלט און געזייגט, מענער קיינמאל נישט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:03 pm
דורך ממרום שלח אש
איך טראג א אייפאון אין די בעק טאש.
ווי דער גוטער בוך זאגט, אויב שוין יא חזיר, זאל כאטש זיין געפרעגלט אין פוטער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:06 pm
דורך מאטי
יתרו דו ביסט נאר וואס אריינגעקומען צום אידישען פאלק. זיי וויסן אז ווייבער ווייסן אויך וועלכע פון די ד' מינים פארמאגן פיר אותיות און איז א פרוכט. און ק"ש'ס פאליסי איז "אין בודקין ממזבח ולמטה. אלזא מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'טראגט אלס דא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
מאטי האט געשריבן:יתרו דו ביסט נאר וואס אריינגעקומען צום אידישען פאלק. זיי וויסן אז ווייבער ווייסן אויך וועלכע פון די ד' מינים פארמאגן פיר אותיות. און ק"ש'ס פאליסי איז "אין בודקין ממזבח ולמטה. אלזא מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווער ס'טראגט אלס דא.
אט אזא שפראך איך גלייך אלע זאלן פארמאגן, מיט רמז דרוש סוד געפלאכטן, ווייל פשט איז נאר פאר פשיטת רגל א מציאה
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:53 am
דורך פלעין יודיש
איך טראג נישט ווייל איך וואוין נישט אין ווליאמסבורג
יו''ט ווען איך גיי אהין טראג איך טיילמאל יא