יתרו האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.
פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.
יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.
מאטי, יתרו האט א שפיץ, סדאך אנדערש, ווייל דא איז א פסיק רישא סוועט געשען, אבער נישט ביי יעדע מעשה.
אבער אני על משמרתי אעמודה, ווייל חז"ל זענען נישט געגאנגען נאך סטאטיסטיקס, עס איז א מאדערענע וועג פון קוקן אויף א זאך. סאו ניין מאל ביזטו אויך מודה אז ממעג? נאר ביים צענטן מאל ווערט עס סטאטישטיש א פסיק רישא? עס איז ברור אז חז"ל האבן דן געווען אויף יעדע מעשה באזונדער, עס איז נישטא וואס עס זאל עס פארבינדן.