בלאט 3 פון 5
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:12 pm
דורך יתרו
משה געציל האט געשריבן:דאכט זיך ר' משה לערנט אויך אזוי.
יתרו האט געשריבן:ר' פישל האלט אז וויבאלד מען פלאגט עס איין אין וואנט פארלירט דאס די שם כלי ווייל עס איז מחובר לקרקע (כיודע איז דא וואס האלטן אזוי אין הלכות שבת למשל דער חזון איש).
מיר מאכט עס נישט קיין סענס.
זעץ זיך לערנען וועט עס יא מאכן...
איך רעד שוין נאכן לערנען...
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:13 pm
דורך משה געציל
יתרו האט געשריבן:בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).
ווייל דעמאלטס באקומט עס ערשט די שם כלי? שבת וועט אזא כלי זיין א מוקצה מחמת גופו?
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:14 pm
דורך יתרו
מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.
פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.
יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:15 pm
דורך יתרו
משה געציל האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:בנוגע טבילת כלים זע איך יעצט א ביאור נוסף אינעם היתר פון א פלאג:
ניתן לסמוך בשעת הדחק על מי שכתב שהיות וכלי זה ונעשה ראוי לשימוש רק בשעה בה חובר לחשמל, וחיבור זה נעשה על ידי יהודי –הכלי פטור מטבילה (הרב נחום אליעזר רבינוביץ' שו"ת שיח נחום סימן מט).
ווייל דעמאלטס באקומט עס ערשט די שם כלי? שבת וועט אזא כלי זיין א מוקצה מחמת גופו?
אולי, און אויך עובר זיין אויף מכה בפטיש ווען מען פלאגט עס איין. בונה איז מען עובר לדעת החזון איש ווייל ער האלט אז דאס מיינט בתקיעה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:20 pm
דורך ממרום שלח אש
יתרו האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.
פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.
יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.
מאטי, יתרו האט א שפיץ, סדאך אנדערש, ווייל דא איז א פסיק רישא סוועט געשען, אבער נישט ביי יעדע מעשה.
אבער אני על משמרתי אעמודה, ווייל חז"ל זענען נישט געגאנגען נאך סטאטיסטיקס, עס איז א מאדערענע וועג פון קוקן אויף א זאך. סאו ניין מאל ביזטו אויך מודה אז ממעג? נאר ביים צענטן מאל ווערט עס סטאטישטיש א פסיק רישא? עס איז ברור אז חז"ל האבן דן געווען אויף יעדע מעשה באזונדער, עס איז נישטא וואס עס זאל עס פארבינדן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:25 pm
דורך יתרו
ממרום שלח אש האט געשריבן:איך בין מתיר אפילו מען זעט האר, כל זמן נישט "יעדע" מאל וואס מען פירט אדורך די קעמל ווערט ארויסגעריסן האר, ווייל לפי"ז איז יעדע מאל פאר זיך נישט קיין פסיק רישא, כאטש אין טאטאל וועט זיכער ארויסקומען.
כן נראה לי ברור ופשוט.
בדרך אגב די שאלה איז נוגע אויך אויף די וואס האבן ליב צו קראצן די פיס אין שבת און בשעת מעשה רינט הויט וואס איז א מלאכה. דארט זענען אויך דא די וואס דערמאנען די סברה פון ממרום אז וויבאלט יעדע קראצ באזונדער איז נישט זיכער אז עס וועט רייסן הויט אפילו דו ווייסט קלאר אז נאך הכל בכל מכל וועט זיין א פאדעל פון הויט מעג מען אבער למעשה זענען פוסקי זמנינו שטארק מחמיר בדבר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:29 pm
דורך יתרו
מען קען אפשר מגדיר זיין די איסור אזוי:
דאס אז נאך צען מאל איז זיכער דא אפגעריסענע האר איז א הוכחה אז איינע פון די צען קעמען איז געווען א קעם פון א פסיק רישא.
דאס הייסט אז אין יעדע צען קעמען איז דא איינס וואס עס איז א פסיק רישא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:30 pm
דורך געפילטע פיש
לגבי דיפיטידו, מיין מאמע פלעגט מיר מאכן די פיאות מיט קאטשעניא, ס'האט זיך זייער גוט געהאלטן, אבער ס'פלעגט שמעקן... זייט דעמאלס האבן מיר די גרעסערע קינדער גערופן 'געפילטע פיש'.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:32 pm
דורך קאווע טרינקער
איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:34 pm
דורך מאטי
יתרו האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.
פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.
יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.
ס'איז שיינע חידוש, אבער ביי יעדן קעם קען איך טענה'ען. אז דאס איז דאס לעצטע מאהל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:35 pm
דורך יתרו
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
קודם זוך א חיוב.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:37 pm
דורך אפטעמיסט
איך זיך א היתר צו קענען אייביג זיכן א היתר
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
יתרו האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
קודם זיך א חיוב.
שמירה פון ..נו.... יא, יענטס..
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:38 pm
דורך מאטי
איך זוך א היתר צו גיין מיט תכלת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:41 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:43 pm
דורך יתרו
מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:דיין נראה לי ברור ופשוט כבר דשו בו רבים והחמירו בדבר.
פארוואס זאגסטו אזוי? דבר שאין מתכוין ואינו פ"ר מיינט אז אמאל געשענט יא און אמאל נישט.
יא אבער אויב ווייסטו אז מיט דיין קעמען צען מאל וועט זיכער ארויסקומען א האר (און די גייסט קעמען צען מאל) קען מען נישט קוקן אויף יעדע קעם באזונדער. משל למה הדבר דומה צו א בת המלכה וכו'.
ס'איז שיינע חידוש, אבער ביי יעדן קעם קען איך טענה'ען. אז דאס איז דאס לעצטע מאהל.
לאחר המעשה ווערט נתברר אז דאס איז נישט דאס לעצטע מאל.
און אמתן קען מען זאגן ממרום'ס תורה אויף א סינגעל קעם אויך (דאס הייסט ווען עס רייסט זיכער האר מיט יעדע איינצעלע קעם), ווייל יעדע קעם האט א תחילה אמצע (באמת האט עס טויזענט אמצע'ס) און א סוף און וויבאלד עס איז נישט קיין פסיק רישא און א ספעציפישע צייט פונעם קעם זאל עס נישט זיין קיין פסיק רישא, פארוואס זאגט מען נישט אזוי ווייל מען קוקט לאחר המעשה וואס האט ער דא אפגעטוען.
ואקוה שהסברתי את עצמי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:48 pm
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
רמ"א הלכות ציצית סימן כא סעיף ג ויש שכתבו שנהגו שלא לשכב בטלית שיש בו ציצית... שלא יהיו מצות בזויות עליו. אך נוהגים להקל לשכב בהם
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:49 pm
דורך מאטי
ניין יתרו. ילמדנו רבינו אפילו לאחר המעשה שטעלט זיך ארויס אז ער האט געריסן דארף מיר דאס נישט אנגיין. ווייל בשעת מעשה איז דאז נישט געווען קיין פ"ר דאל"כ בטלת דין דבר שאינו מתכוין דלא יאומן אדם שגורר מטה כסה וספסל כל שבת ושבת ולא יעשה חריץ סטטיסטית.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:52 pm
דורך היימישער ליטוואק
געפילטע פיש האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.
נישט אמת!
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:52 pm
דורך געפילטע פיש
פסי"ר גייט ארויף אויף יעדע באזונדערע מעשה, פארשטייט זיך אז שלעפן ספסלים א גאנץ לעבן איז לא ימלט אז ער זאל אמאל נישט מאכן א חריץ, (אפשר סטאטיסטיקלי נישט?) און מ'רעכענט נישט יעדע מילימעטער עקסטער, ווייל דעמאלס וואלט קיינמאל קיין פסי"ר נישט געווען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:53 pm
דורך געפילטע פיש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איך זיך א היתר צו שלאפן אן א ציצית.
טאמער דארף מען ביינאכט אויך גיין מיט ציצית איז דיין ווייב אויך מחויב בציצית.
נישט אמת!
אויב איז לילה זמן ציצית איז עס נישט קיין מ"ע שהזמן גרמא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:54 pm
דורך מאטי
מאטי האקט.... wow. געפילטע ממש ווארט ביי ווארט
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:56 pm
דורך געפילטע פיש
מאטי האט געשריבן:מאטי האקט.... wow. געפילטע ממש ווארט ביי ווארט
מה שכתבתי היא הסכמה לדבריך.