בלאט 3 פון 10
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:56 pm
דורך איש אשכולות
איש עברי האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=2974163&forum_id=21413
איך ווייס פון די אלע טענות אבער ווי אויבן דערמאנט האלט איך נישט פאר ריכטיג צו פארשמירן רבי מיכאל בער, ער איז געווען א ריכטיגע עסקן בצרכי מיבור באמונה און אפילו זיין ווייטאג האט אים געטריבן צו פארשידענס איז נישט ריכטיג עוסק צו זיין דערין
״געראטעוועט אידן פונעם פיסק פונעם לייב במלוא מובן המילה אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט״. זיי נישט בייסיג, און געב אים נישט קיין קראקעדייל טיטול ווי עוסק בצרכי ציבור. עניוועי וואס א חילוק, עס איז נישט מעלה ומוריד. איך ווייס אז די ווערטער פון רמ״ב ציפען די דכדוכי הנפש פון די סעקולערע באוועגונג, עס איז פאר זיי נישט גינסטיג, עס קלאפט זייערע מאראל, אבער אין המעשה יוצא מידי המציאות. עס איז אויך דא אזעלכע וואס גריצלען אויך מיט די סטעיטמענט פון ר״א מיללער אז די האלוקאוסט אז געקומען א דאנק די משכילים, עס טוט זייער וויי אבער דאס זענען די פאקטען. און די סיבה פארוואס די אשכול דרייט זיך עקשנות׳דיג צום זייט פון ציונים, איז ווי באלד ווען עמיצער ברענגט אויף די טעמע פון ׳אנטיסעמיטיזעם״ אדער ״אנרייצונגען״ ברענג דאס אוטאמאטיש אפיר די חרב המהפחת פון די דת הציונית, וואס ברענג אן כל הצרות משונות אנגעהויבן פון ׳האס׳ ביז טעכנישע מארד אלעוועלטליך.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:03 pm
דורך איך אויך
כ'בעט דיר ברחמים מישט נישט קיין אייז קרים טשולנט צווישן ר' מיכאל בער און ר' אביגדור מיללער ,די צוויי וואלטן נישט געקענט זיין ווייטער איינס פונעם צווייטען.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:05 pm
דורך איש אשכולות
איך אויך האט געשריבן:כ'בעט דיר ברחמים מישט נישט קיין אייז קרים טשולנט צווישן ר' מיכאל בער און ר' אביגדור מיללער ,די צוויי וואלטן נישט געקענט זיין ווייטער איינס פונעם צווייטען.
איך מיין אז דו האסט זיי צוזאם געמישט. איך האב גערעדט פון א געוויסע תמצית דבריהם, און דו מישט אויס זייערע דמות אדער מהות. ניין, לא זה התכוונתי.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:03 pm
דורך איך אויך
די תמצית מישט דו אויך שרעקליך ,קענסט שוין פאר די זעלבע געלט זאגן אז ביידע זענען געגאנגן מיט הויזן האבען זיי קאמען גראונד.
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:19 pm
דורך shem-tov
shem-tov האט געשריבן:נישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.
הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן
אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט
די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט
אקעי, סקרעטש די מעשה מיטן צינדער. כהאב באקומען ערענסטע דעד טרעטס...
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:27 pm
דורך אי איתמר
איש עברי האט געשריבן:אי איתמר האט געשריבן:דו רעדסט ווי/פון א טיפישע איזרעלי קוק ווינקעל, און לאו דוקה צום דבר..,
א טיפישע איזראעלי קוק ווינקל איז לאו דווקא שלעכט, און לאוו דווקא נישט צום דבר
עס איז נישט שלעכט אבער דוקא נישט צום דבר צו קומען מיט טענות קעגן נטרונא מיט אויסגעדראשענע פרא-איזעיל רעטאריק,
פאר א שטיקעל ענטפער עיין בתגובה @מאטי,
מאטי האט גוט געזאגט און מען האט אים שוין געענטפערט עיין לאורך כל האשכול
וויבאלד דער גוי זעהט אז מרעדט דא פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט קוקט ער אויף דעם אויף די זעלבע וועג ווי אזוי ער קוקט אהן רעליגיע בכלליות...
]וואס מיינסטו צו זאגן ער האט גוט געזאגט?
[נישט אז איך האלט אז נטרונא איז יא צום זאך]
אבער אז דו ווילסט דן זיין איבער נטרונא אין דו ווילסט נאך אן ענטפער פון כץ
דארפסטו אריינקמען אביסעל קלארער/שטערקער..
אין הכי נמי ועוד חזון למועד אדרבא שרייב דו מער, דו זאגסט דאך אז דו האלטסט אויך אז נטרונא איז נישט צום זאך
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:17 pm
דורך איש עברי
אי איתמר הכי איתמר
נועם חומסקי איז א אידישע אנטיסעמיט א סעלף העיטינג דשו וואס שפילט ביודעין אריין אין די הענט פון אנטיסעמיטן
נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:21 pm
דורך איך אויך
און דעקט עס איבער מיט א דינע שיכט פון 'אנארכיזם' שיין זעהען מיר אויס אז אנארכיסט איז שוין אויך א טיטל כבוד במשפחת הטיטלען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:05 am
דורך berlbalaguleh
ר' נאר פרייליך: א חוץ פון דיינע דיעות כוזבות וטיפשיות בכלל. ברענגסטו א ציטאט "קוואוט" בלע"ז פונ'ם "גלובוס", וואו די ערליכע אידן האבן אייביג געוואלט לעיבן בשלום מיט די אראבער אין די היסטארישע פאלעסטינע. אנדערש ווי די ציוניים וועלכע האבן אייביג נאר געזוכט התגרות באומות. אבער לשיטתך וואס די נאציס זענען געוועין וואוילע ארנטליכע דייטשע גוים. זיי זענען נאר געוועהן אנטי-ציונים, וועלכע האבן געפיהלט רחמנות אויף די אומשולדיגע אראבער, וועלכע ווערן בארויבט דורך די ציוניים. פארוואס האבן זיי נישט געמאכט א סעלעקציע אין אוישוויץ און אנדערע פלעצער צווישן שלומי אמוני ישראל אזוי ווי דו ודכוותיך, און סתם ציונים. פארוואס האבן זיי געשיקט אלע אידן, סאטמאר'ער חסידים, נטורי קרתא און ציוניים צוגלייך אין די גאז קאמערן מיט גרויס שמחה. זעהט אויס אז דר. מענגעלע ימ"ש האט נישט געוואוסט פון דעים חילוק. איז אויב נטרונא וואלט אריינגעלייגט אן עד אין דעם חשוב'ן צייטונג דער שטורמער, דער ארגאן פון די אומאפהענגיגע נאציס, אז אינז ערליכע אידן זעמער קעיגן די ציונים וואלט מען וועין געגקענט אפראטעווען א סאך אידן. ס'הייסט די ציונים זענען שולדיג פארוואס די נאציס ימ"ש האבן אויסגעהרג'עט זעקס מיליאן אידן. כ'האב נייעס פאר דיר. אזוי ווי מ'ענטפערט פאר'ן רשע אין די הגדה. אילו הי' שם לא הי' נגאל. דו וואלסט געקענט פראטעסטירן און שרייען צו די וואוילע נאציס אז דו ביסט נישט קיין ציוני. נאר סתם אן ערליכער איד וועלכער גייט אין די שיטה הקדושה. מ'וואלט דיך פונקט אזוי אריינגעשיקט אין גאז קאמער ווי מיין זיידע און באבע, וועלכע זענען אויכעט נישט געוועין קיין ציונים נאר פשוט'ע ערליכע אידן. און דו וואלסט עס דיר ערליך פארדינט. כ'האב נאך נייעס פאר דיר און די בהמות און רשעים אזוי ווי דו. אויב ח"ו היל"ת ס'זאל נישט זיין, אז שונאי ישראל וועלן זיך גובר זיין וועלן זיי קינעם נישט פארהערן ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה. אפילו מנשה פיליפ'ן וועט נישט ביישטיין דער זכות אז ר'האט געשריבן ארטיקלען אנגעפולט מיט שנאת ישראל אקעיגן זיינע אייגענע ברידערס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:32 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 6:29 am
דורך איש עברי
נאך איין מאהל איך הער אז די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט וועל איך מוזן ברענגען דא א פונקטליכע אנאליז ווער נאך עס האט אידיש בלוט אויף די האנט איך זאג ענק צו אז ס'וועט זיין אומבאטעמ'ט
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:03 am
דורך איש אשכולות
נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:13 am
דורך נאר,,פרייליך
עברי קריגט דער מעדאל קומענדער יאר ביים צערעמאניע אין אוישוויץ פאר'ן זיך אנעמען פאר די רודפי הדת ושונאים פינעם כלל ישראל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:18 am
דורך נאר,,פרייליך
קוקט אויס עברי וחבירו הבעל עגלה האבען זיך נאכנישט בארואיגט פינעם ציטאט
דער גלובס האט געשריבן:
הדובר יעץ ל"גלובס" לבדוק את הנאמר באתר של סאטמר, TrueTorahJews.org. כצפוי, היה האתר גדוש בנאצות וחרפות על ישראל.
באחד מחלונות האתר, בפרק שכותרתו "מדינת ישראל: המקום המסוכן ביותר ליהודים", מצוטט מחקר, "אינדקס המדינות שוחרות השלום". לפי האתר של סאטמר, מדורגת ישראל במקום ה-140 מתוך 144 מדינות באינדקס, לפני סומליה, אפגניסטאן ועיראק, אך מתחת לסודאן, הרפובליקה הדמוקרטית של קונגו, צ'אד ופקיסטאן."אנו מקווים שהמידע הזה יועיל ליהודים שבוחנים אפשרות להגר לישראל, לבקר במדינה הציונית או ללמוד בה", נאמר באתר. "נתעלם מכל השיקולים האידיאולוגיים. זה פשוט לא חכם לעשות זאת... למעשה, הרבי של סאטמר אמר פעם, שכל אדם שחי במדינה הציונית צריך לברך ברכת הגומל כל יום. הוא צריך להודות לד' שהוא קם בבוקר בעודו בחיים".
בחלון אחר, שנושא את הכותרת, "התעמולה הנאצית התבססה על מה שאמרו הציונים", נאמר: "יהודים נאמנים לתורה שואפים לחיות בשלום ובהרמוניה עם שכניהם בכל אחת מהמדינות בקהיליה הבינלאומית, לרבות פלסטין ההיסטורית. יהודים אלה מגנים את המדיניות ואת הפעולות האלימות של אלה, שארצם נושאת את שם ישראל אבינו לשווא, אלה שזנחו את הערכים הנצחיים של התורה... ובחרו במקומם בלאומנות שובניסטית".
וכך הלאה וכך הלאה עד אין קץ.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 9:30 am
דורך געפילטע פיש
די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט!
([tag]איש עברי[/tag], יעצט פאק ארויס וואס דו האסט)
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:10 pm
דורך איש עברי
איך בין נישט אין די גוסטע פון פאקן
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:34 pm
דורך געפילטע פיש
עההם... מיך, אדער קיינעם נישט?
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:43 pm
דורך הוגה
מיינסט אוודאי די צדיקים וואס האבן אפגערעדט שטארק זייערע חסידים נישט צו אנטלויפן וכ"ש נישט קיין פאלעסטינא, בשעת וואס זיי אליין האבן זיך אן עצה געגעבן צו אנטלויפן טאקע קיין פאלעסטינא? (איך שרייב צדיקים, לשון רבים.)
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:45 pm
דורך איש אשכולות
געפילטע פיש האט געשריבן:עההם... מיך, אדער קיינעם נישט?
מה זה? #ליסטיגשפראך?
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 12:57 pm
דורך איש עברי
הוגה האט געשריבן:מיינסט אוודאי די צדיקים וואס האבן אפגערעדט שטארק זייערע חסידים נישט צו אנטלויפן וכ"ש נישט קיין פאלעסטינא, בשעת וואס זיי אליין האבן זיך אן עצה געגעבן צו אנטלויפן טאקע קיין פאלעסטינא? (איך שרייב צדיקים, לשון רבים.)
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:08 pm
דורך איש עברי
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:05 pm
דורך I'm back
איש אשכולות האט געשריבן:נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.
עס זעט זיך טאקע אן, אזוי ווי די האסט געשריבן, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער.
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:51 pm
דורך איש אשכולות
I'm back האט געשריבן:איש אשכולות האט געשריבן:נאך איין מאל איך הער אז היטלער איז שולדיג אין די האלוקאוסט וועל איך מוזן ברענגן א פונקטליכע אנאליז וועלכע גויים נאך עס האבן אידיש בלוט אויף די האנט.
עס זעט זיך טאקע אן, אזוי ווי די האסט געשריבן, אז די ביסט נישט קיין סאטמארער.
You got it, Dude