בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:55 pm
דורך נולד מאוחר
אסיפה נחיצה ביסודת הדת
ביי וועלכע דת איז מעקאפ סאנסע און מציציה די יסוד
בילד

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:21 pm
דורך יין שרף
נולד מאוחר האט געשריבן:אסיפה נחיצה ביסודת הדת
ביי וועלכע דת איז מעקאפ סאנסע און מציציה די יסוד
בילד

וואו דען איז די מציצה אויב נישט די יסוד??? :roll: :roll: :roll:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:27 pm
דורך גאלד
זעהסט [tag]נאר,,פרייליך[/tag] מיין שכל זאגט פונקט קאפויער,
אז טאקע דאס וואס די שלאגסט פאר וואלט געווען מאדנע און צידרייט,
דער ציבור איז געקומען הערן תכלית'דיגע ענינים,
ס'איז האלב עלעווע ביינאכט, דער עולם איז מיד,
מ'דארף מארגן אויפשטיין פארטאגס לערנען און גיין ארבעטן,
נו וואו איז די אחריות צו באלעסטיגן דעם עולם מיט דברים שאין להם שום תועלת,
מיט א "ועד" "חשש גניבה" וכדומה,
למאי נפק"מ? מאי דהוה הוה, סתם פארטאכלעווען די צייט?
דעריבער איז דער מגיד הרב שליט"א גראד צוגעגאנען צום תכלית הנרצה,
דהיינו: גיבט זיי מוחל געלט פאר די מערכה
און אין איינוועגס ארלעדיגט מען דער חיוב תענית פאר א ס"ת שנפל כמבואר בשו"ע,
געשאסן 2 פויגלען מיט איין שטיין,
דאס איז ממש פערפעקט,
ניין?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 10:07 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער איד די וואך ביים בריווען אפטיילונג האט אן רוקען געקלאפעכץ אז דער איד איז געווען ראשונה במצות מילה און הערשט דערנאך האט דער יורש הבכור נאכגעטון זיי,
זיי פארגעסן נאך זייער לענגערע רשימה פון ריקען געקלאפעכץ אז דער זכרו בחינה בביהמ''ד הגדול ראדני קומענדער זינטאג ויקהל איז גאכגעקאפיט פינעם בנו הבכור,
טא!! ביטע ביידע אויפהערן מיט די בעבישער מח'

דאך ענדערש ווי זיך רייסען מיט נעגעטיוועטי קריגט מען זיך כאטשיג ווער ס'געווען ערשט

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:42 am
דורך שמעקעדיג
און די מערסטע מאדנע איז אז לעצטע וואך האבן זיי געהאקט אויף די נארישקייט פון זיך אויפטון "איך בין דער ערשטער"... אזוינע היפאקריטן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 11:13 am
דורך נאר,,פרייליך
שמעקעדיג האט געשריבן:און די מערסטע מאדנע איז אז לעצטע וואך האבן זיי געהאקט אויף די נארישקייט פון זיך אויפטון "איך בין דער ערשטער"... אזוינע היפאקריטן?

דר'אמת ווען די מהות ומחשבת הנכתבים בהמערכת זאלען דא זיין גלוי לפנינו וואלטען מיר זיך געשעמט צו פארטוישען א ווארט איבער אזעלכע נארישע דעמאגאגישע מחשבות וואס זיי פרובירען בזרוע מיטן אנהאלטען מאכט אויף פאפיר צו אריינדרינגען אין די קעמערלאך פון צעירי צאן שלא טעמו טעם שגעון, און מען פיטערט יונגע קינדער מיט הבלים ודמיון.

שוין צייט גרויס צו ווערן לאמיר ארויפגיין איין כיתה העכער

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 11:18 am
דורך שעפטל
האסטו שוין ווייטער אזוי שיינערהייט פארדרייט אן אשכול פונעם ארגינעלען ענין צו דיינע זייטיגע קינדערישע אינטערעסן. כ'געב עס נאך צוויי דריי תגובות און די קברים וועלן ווערן די גאנצע אישו דא....

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 11:23 am
דורך נאר,,פרייליך
נעכטן און היינט זענען די גבאי המערכה להציל מצות מילה געשטאנען ביי אלע בתי מדרשים און קאלעקטעט די נדבת המשכן פינעם ציבור אפצוהיטען די אידישע הייזער מפגעי רשעי עמינו
ובשם השם נעשה ונצליח !!

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 12:45 pm
דורך אבגד
איש עברי האט געשריבן:רבי ר' מענדלע איז געווען אין א שטאט אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן מאדערנע שטערן טיכלעך האט ער צוזאמגערופן די נשים און מעורר געווען אז מזאל עס אויסטוהן,
א שטיק צייט שפעטער איז די רבי פון לובלין געקומען אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן אנע שטערן טיכלעך האט ער געפרעגט פארוואס האט מען אים געזאגט האט די רבי פון לובלין באפוילן אז מען זאל שוין צוריק אנטוהן און דערביי געזאגט "אידישע טעכטער דארפן אויסזעהן שיין"
עס איז א מקובל'דיגע מעשה איך האב עס געהערט פון א שטארקע בר סמכא

איך ווייס נישט צו מדארף לאכען אדער וויינען פון אזא נארישע טפשות׳דיגע מקובל׳דיגע בר סמכא׳דיגע שקר בצורת מעשה, אפשר פיר אויס די מעשה ווייטער אז דערנאך איז רבי פנחס׳ל קאריצער געפארן אין אן אנדערע שטאט און געזעהן אז די פרויען גייען מיט צו קליינע heals אויף די שיך, האט ער צוזאמגערופן אלע נשים און געהייסן זאפארט מתקן זיין.. :roll: :shock: :o

ווי איז אונזער שכל נעלם געווארן די צדיקים וואס אונז האבן מיר נישט קיין שום השגה אין זיי, זענען געווען פארנומען וואס די פרויען גיין אנגעטוהן צו עס איז גענוג שיין צו נישט? היש לך טפשות גדול מזה המעשה ״שלא״ הי׳? ווי איז די שמירת עינים פון קוקען אויף פרויען? ועוד ועוד וואס עס פעלט אפילו נישט אויסצורעכענען, און דער בר סמכא איז לכאורה איינער וואס מאיז מקיים מיט אים ״וסמך״ :lol: :lol:

(א לימוד זכות, די מעשה איז געווען מיט א שטערן טיכל וואס איז דא מקומות וואס דאס איז א פרימער מלבוש, און דאס האט געשטערט (איך ווייס נישט פאר וועם) אז מ׳האט דאס אויסגעטוהן, אבער ער שרייבט אז עס איז געווען א ״מאדערנע״ שטימט עס שוין נישט)..

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 1:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
לאכן און וויינען דארף מען ווען הלכות ווערן גבויעט אויף מעשה'לאך.
צייט צוריקצוקומען צו גמרא תוספות טור וש"ע מג"א ש"ך וביאור הגר"א חיי אדם ומשנ"ב חזו"א

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 2:24 pm
דורך אבגד
מ׳זעהט אז דו ביזט א ליטוואק :lol: :D
וואס איז מיט די גמרא ״מעשה רב״?

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 3:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
אבגד האט געשריבן:מ׳זעהט אז דו ביזט א ליטוואק :lol: :D
וואס איז מיט די גמרא ״מעשה רב״?

מעשה רב מיינט א פסק וואס א פוסק האט נישט נאר גפסקט נאר אויך גטוהן אויף למעשה.
נישט א מעשה'לי

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 1:17 am
דורך מאטי
נישט ממש אליינס געטון למעשה, נאר א מעשה אז ער האט גע'פסק'נט למעשה.