בלאט 3 פון 3
Re: אישי
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 1:03 pm
דורך נופת צופים
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך פיל מיך ווי דזאו ביידען איך כאפ נישט וואס דא גייט פאר
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
כ'זעה טאקע האסט דיך שוין פאררעדט.
Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 1:12 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag] איך מיין די ביסט געגאנגען אביסל צו ווייט יעדע מעג האבן זיינע מיינונגען, און ער מעג האלטן אז יענע אשכול דארף פארשפארט ווערן ספיציעל נאכדעם וואס מען האט שוין איינמאל צוזאם גישטעלט. ער האט דיר נישט אראפגעריסן היתכן די עפנסט נאכאמאל אזא אשכול סך הכל העט ער געלייקט די גבאי פאר'ן טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג, איך מיין דאס איז נישט ממש קיין זאלץ אויף קיין וואונדען און ער דארף נישט באקומען א טיטל עקלהאפטיגע פארשוין.
אין א זייטיגע נאטיץ מען דארף נישט פארעקלט ווערן ווייל מען האט פארשפארט דיין אשכול כבר הי' לעולמים דא אין שטיבל. אונז ווילן באמת נישט די זאלסט גיין we love you אבער אויב ווילסטו דוקא גיין מוזטו נישט ווארטן ביז מען פארשפארט דיין ניק קענסט פשוט אריין קומען דא אלץ גאסט נישט מיט דיין ניק.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 4:47 pm
דורך פלעין יודיש
ישמעאל הכהן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
נאך איינמאל דו מאכסט מיר משוגע איך זאל צוריקומען וועל איך דיר עוקר זיין עד החרמה קריך אראפ!
דעי תגובה'לע איז אזוי פאשוועמט געווארן צווישען די העצרייען און שעלטעריי פונעם אמעריקאנעם קעניג
אבער אזא אישי וואס ישמעאל האט באקימען וואלט נישט געמעגט ווערן אנידערגעשטיפט אינטערן קארפעט
דערפאר ברענג איך עס נאכאמאל
Re: אישי
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:12 pm
דורך ירא שמים
מדארף זיך וואטשען פון עם ער קען דאך קבלה…
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 5:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
פלעין יודיש האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:
נאך איינמאל דו מאכסט מיר משוגע איך זאל צוריקומען וועל איך דיר עוקר זיין עד החרמה קריך אראפ!
דעי תגובה'לע איז אזוי פאשוועמט געווארן צווישען די העצרייען און שעלטעריי פונעם אמעריקאנעם קעניג
אבער אזא אישי וואס ישמעאל האט באקימען וואלט נישט געמעגט ווערן אנידערגעשטיפט אינטערן קארפעט
דערפאר ברענג איך עס נאכאמאל
קאמאן לאל. איך האב עס אליינס פאבריצירט!
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 6:38 pm
דורך פלעין יודיש
June fool
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:58 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך האב געשריבען אין א אשכול אז מיין ווייב פייניגט מיר. שרייבט מיר איינער אין אישי u probably deserve it. וואס ענטפערט מען פאר אזא איינעם?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:05 am
דורך ליפא
ענטפער ''העלא שווער טייערע''
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב געשריבען אין א אשכול אז מיין ווייב פייניגט מיר. שרייבט מיר איינער אין אישי u probably deserve it. וואס ענטפערט מען פאר אזא איינעם?
א דאנק, אי״ה ביי דיר אויף שמחות.
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:15 am
דורך קאצקע ציקער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב געשריבען אין א אשכול אז מיין ווייב פייניגט מיר. שרייבט מיר איינער אין אישי u probably deserve it. וואס ענטפערט מען פאר אזא איינעם?
שרייב עים , איך הער דיין ווייטאג..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:22 am
דורך רוסישער
א וויילע צוריק איז געווען א געשפרעך אז מ'מאכט נייע ניקס פילן אומבאקוועם. פון מיינע ערשטע תדובות איז געווען
דער אשכול. אמת אז יענע אשכול אין בו לא חכמה ולא תבונה וגם לא יושרה לאתר החשוב הלז, און מ'האט טאקע געטריבן ליצנות, סיי אין יענע אשכול און סיי אין אנדערע. רחמן אחד ראה בצרתי ושלח לי באישי כדברים האלה:
שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.
איך בין זיכער אז מען האט אייך ווארעם אויפגענומען דא אין שטיבל, דא איז באמת א געשמאקע פלאץ וואו מען קען פארברענגען איבער אלעס און אלעמען, איך האף אז איר וועט הנאה האבן דא.
דא דרייען זיך מענטשן פון אלע סארט, פון אלע עלטערס, דער צד השוה אויף דעם ארט איז, אז דא איז מען נישט בודק די ציצית ביי קיינעם, צומאל וועסטו זען מענטשן שרייבן זאכן, וואס אין אנדערע ערטער וואלט מען יענעם פארמעקט אדער אויסגעשפארט, דער עולם האט דא גאר א ברייטער השקפה אין אידישקייט און מען קען פארנעמען אלע סארט מיינונגען. עס זענען פאראן מענטשן וואס קענען דאס נישט סובל זיין און קוקן דאס אן אלס כפירה א.ד.ג. די דאזיגע גייען אוועק פון דא און טרעפן אנדערע פלעצער. עס איז פאראן א קאנקערענץ צו דעם פלאץ, וואו דארט שרייבט מען מער חסידי'שער און עס איז אונטער א שטערקערע צענזור.
עס איז אויך דא א באהאלטענע פארום, וואס נישט יעדער קען דאס זען, דאס רופט זיך 'מאחורי הפרגוד'. דארט ווערט ארומגערעדט באהאלטענע זאכן, פון אונטער די דאכענע... דברים שבין איש לאשתו און אנדערע פריוואטע באהאלטענע ענינים, שאין דורשין בפחות משלשה, וד"ל, וואס איז כולל נייעס, ידיעות, סתם זיך דורכצושמועסן פריוואטע פראבלעמען און פארשידענע אינטערעסאנטע אינפארמאציע. וויבאלד עס איז פארמאכט, שפירט זיך דער עולם זיכער צו דעבאטירן זאכן וואס מען שעמט זיך צו דעבאטירן אין בית-המדרש. אנצוקומען אהין דארף מען זיין אן אקטיווער מעמבער, שרייבן כסדר אויף דעם ארט און מען קען נישט אנגענומען ווערן איידער מען שרייבט 75 זאכליכע תגובות.
פרויען זענען אויך פאראן דא, כאטש עס איז פאראן ווייניג און אפילו די וואס יא זענען זייער ווייניג אקטיוו, אבער זיי זענען דא. עס זענען אויך דא בחורים וואס שרייבן דא. עס זענען אויך פאראן דא א היבשע פאר ישראלים פון ארץ-ישראל, הגם דער רוב רובם פונעם ציבור דא זענען אמעריקאנער. איך זעלבסט האט געלערנט אין ישראל דריי יאר, און איך חלש צוריקצופארן וואוינען דארט, איך האב פלענער דאס אויסצופירן, איך ווייס נאכנישט וואו עס איז דער ריכטיגער פלאץ פאר מיר צו גיין.
אויב דו האסט שאלות קענסטו מיר אלעמאל פרעגן, איך וועל באמת הנאה האבן דיר צו ענטפערן.
אזוי דארף מען אויפנעמען א גאסט!
Re: אישי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:25 am
דורך ירא שמים
איך האב גראדע הנאה געהאט פון יענעם אשכול , כהאב זיך גאנץ גוט אינטערגעהאלטן דארט …
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:56 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
אז מרעד שוין פון ״אישי״ וויל איך באדאנקען אונזערע חשוב׳ע מנהל ״געוואלדיג״ וואס כשמו כן הוא. ער איז געוואלדיג אין האט א געוואלדיגע הארץ אין אנשטאט פארמעקן זאכען וואס זענען קעגען תקנות שיקט ער אין אישי אז מזאל פארעכטען און מעקט נישט סתם מיט א ווילדקייט אזוי ווי אנדערע וואס כ׳וויל אפילו נישט דערמאנען זייערע נאמען. פארשטייט זיך אז דאס פארלאנגט מער צייט סא דארף מען איהם דאפעלט באדאנקען.