בלאט 3 פון 13

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:08 pm
דורך ישראל קאפקע
פון וואו שטאמט דאס ווארט לחן to compose?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:21 am
דורך רויטע וואנצעס
ישראל קאפקע האט געשריבן:פון וואו שטאמט דאס ווארט לחן to compose?


דא שטייט אז ס'איז א העברעישע ווארט, וואס שטאמט פון אראביש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 6:53 pm
דורך ישראל קאפקע
פון וואו שטאמט דער מאדערן העברעאישער ווארט 'לשרוק' צו פייפן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:00 pm
דורך אפטעמיסט
אפשר פון די ענגלישע ווארט shriek?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:21 pm
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:אפשר פון די ענגלישע ווארט shriek?

ההמממ... האסט ממש ארויסגנבעט די ווערטער די שפיץ פון מיין צונג! :P :לייק
ביים פרעגן פון וואו עס שטאמט, האב איך שוין געהאט געטייפט אויב עס קומט אפשר פון די ענגלישע ווארט Shriek, אבער איך האב עס פארמעקט, ווייל איך האב נישט געוואלט שטיפן צו איין השערה.
GreatMindsThinkAlike# :רגע: :P

קען איינער באשטעטיגן צו עס קומט טאקע פון Shriek?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:10 pm
דורך פלאוויוס
ספקו עליך כפים כל ע(ו)ברי דרך, שרקו וינעו ראשם על בת ירושלים (איכה ב, ט"ו).

אשרקה להם ואקבצם (זכריה י' ח).

לערנט אייך אויס: די גויים האבן גע'גנב'עט ביי די אידן. נישט פארקערט :)

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:49 pm
דורך chusid
איז דא עפעס יסודות אין שפראך, למשל פאר די זעלבע געלט וואס beautiful- מיינט שיין און here- מיינט דא. קען ווען זיין פארקערט beautiful-דא, here-שיין? איז דא עפעס יסודות?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:24 am
דורך מאטי
ירמיהו יח, טז.
לָשׂוּם אַרְצָם לְשַׁמָּה שרוקת [שְׁרִיקוֹת] עוֹלָם כֹּל עוֹבֵר עָלֶיהָ יִשֹּׁם וְיָנִיד בְּרֹאשׁוֹ

מצודות ציון:
שריקות" - ענין השמעת קול בקבוץ השפתים כשרואים דבר חשוב שנחרב וכן שרקו ויניעו ראשם (איכה ב)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:08 am
דורך berlbalaguleh
פלאוויוס האט געשריבן:ספקו עליך כפים כל ע(ו)ברי דרך, שרקו וינעו ראשם על בת ירושלים (איכה ב, ט"ו).

אשרקה להם ואקבצם (זכריה י' ח).

לערנט אייך אויס: די גויים האבן גע'גנב'עט ביי די אידן. נישט פארקערט :)

אין די מערסטע פעלער. אבער נישט אייביג.
א סאך מאל ברענגט אפילו די גמרא אראפ גריכישע און לאטיינישע ווערטער וועלכע ווערן באנוצט אין די העברעאיש-אראמישע שפראך.
למשל דער ווארט "קניגי" (איך געדענק נישט פונקטליך וואו. דאכציך אין מס' עבודה זרה.) אין קאנטעקסט פון די אויטענטישקייט און באגלייבטקייט פון משה רבינו אין איבערגעבן די תורה פאר די אידן. פרעגט די גמרא, רעטאריש "וכי משה רבינו "קניגי היה?!...
אויף גריכיש הייסט א האנטער. א יעגער פון חיות "קניגי"...דאס מיינט צו זאגן איז ער דען געווען א האנטער, וועלכער פיהרט אן אוואנטוריסטישן לעבן, אז מ'זאלל נישט קענען אננעמען זיינע ווערטער ערנסט.
אזוי אויך אין משניות מס' כלים איז דא א סאך מאל וואס די משנה רופט אן די כלים מיט זייערע אריגינאלע לאטיינישע אדער גריכישע נעמען...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:53 pm
דורך פלאוויוס
אודאי אזוי. מ'קען טרעפן נאך הונדערטער אזעלכע ביישפילן. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל.

דאך פון גמרא קען מען נישט ברענגען קיין ראיה, ווייל די גמרא לשון איז בכלל נישט קיין לשון-קודש, נאר אן ארמיש-אידישער זשארגאן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
פלאוויוס האט געשריבן:אודאי אזוי. מ'קען טרעפן נאך הונדערטער אזעלכע ביישפילן. כ'האב נאר געמאכט א ווערטל.

דאך פון גמרא קען מען נישט ברענגען קיין ראיה, ווייל די גמרא לשון איז בכלל נישט קיין לשון-קודש, נאר אן ארמיש-אידישער זשארגאן.

אויסער דעם. די גמרא איז געשריבן און רעדאגירט געווארן אין א תקופה ווען די גריכיש-רוימישע קולטור האט געוועלטיגט אין די גוי'אישע וועלט...ממילא איז געווען נאטורליך אז די מענטשן וועלן אדאפטירן טייל ווערטער פון אט די שפראכן...!

אלס, אלץ, אלעס, נאכאלץ, אלסדינג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:44 am
דורך ישראל קאפקע
איך נוץ/שרייב עס אזוי
אלס איז טייטש as, אלס א אידיש רעדנדע,
אלץ איז טייטש אייביג, אדער יעדעס מאל,
אלעס איז פשוט everything.

'אלס' אידיש ליבהאבער איז ער 'אלץ' פארנומען מיט גראמאטיק, און 'אלעס' וואס אנבאלאנגט אידיש.

איז דאס ריכטיג? און וויאזוי שרייבט מען, נאכאלס, אדער נאכאלץ? אלסדינג אדער אלצדינג, לכאורה מיינט אס אלעס-דינג, דא אויף קאווע שטיבל שרייבן רוב אלצדינג, אבער עפעס שטימט עס נישט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:46 am
דורך כוכב
אלץ קען אויך מיינען אלעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:48 am
דורך ישראל קאפקע
כוכב האט געשריבן:אלץ קען אויך מיינען אלעס.

געב א ביישפיל אין א זאץ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:02 am
דורך כוכב
איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:19 am
דורך ירח בן יומו
די ווארט שטערן האט עטליכע באדייטן

#1 מ'קען דאס זען אין הימל (אדער אין חלום-פ' השבוע)

#2 מ'קען שטערן מענטשן

#3 אביסל העכער די נאז, יא, יא, אונטער די של ראש, אביסל אֵראֶפצו, דאס הייסט אויך שטערן

#4 היינט צו טאג קען מען שוין טרעפן שטערן אויף די שעלף פון די צייטינגן

איך מיז דא ענדיגן, איך זעה שוין שטערן פאר די אויגן :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:27 am
דורך אויסגערוט
כוכב האט געשריבן:איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

דעס איז נישט אויסגעהאלטען גראמאטיש.צ"ל ער מיינט אלעס איז זיינס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:05 am
דורך יואב
אויסגערוט האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איבעראל וואו דו נוצט אלעס קענסטו נוצן אלץ : ער מיינט אלץ איז זיינס וכו'.

דעס איז נישט אויסגעהאלטען גראמאטיש.צ"ל ער מיינט אלעס איז זיינס

פארוואס איז דאס נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן? ווי ווייט איך ווייס קען מען יא אזוי שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:05 am
דורך יואב
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך נוץ/שרייב עס אזוי
אלס איז טייטש as, אלס א אידיש רעדנדע,
אלץ איז טייטש אייביג, אדער יעדעס מאל,
אלעס איז פשוט everything.

'אלס' אידיש ליבהאבער איז ער 'אלץ' פארנומען מיט גראמאטיק, און 'אלעס' וואס אנבאלאנגט אידיש.

איז דאס ריכטיג? און וויאזוי שרייבט מען, נאכאלס, אדער נאכאלץ? אלסדינג אדער אלצדינג, לכאורה מיינט אס אלעס-דינג, דא אויף קאווע שטיבל שרייבן רוב אלצדינג, אבער עפעס שטימט עס נישט.

אלס איז אזוי ווי דו זאגסט – As.

אלץ און אלעס זענען interchangeable, הגם אלץ איז מער פארמאל כנלע"ד. איך מיין אז ס'האט מיט דיאלעקטן, אבער אלץ שיינט צו זיין מער פראפעסינאל. אלץ ווערט פיל מער גענוצט ביי די יידישיסטן; אלעס ווערט מער גענוצט אויף היימיש-אידיש.

אלצדינג מיינט everything. א ווארט וואס אלץ טוט אויך באדייטן און צוגאב צו all. ס'טייטש אלץ איז כולל מער ווי אלצדינג. אלסדינג איז לכאורה גרייזיג.

נאכאלס און נאכאלץ זענען בפשטות צוויי אנדערע ווערטער. ביידע זענען לכאורה צוזאמגעכאפט פון נאך, מיט אלץ אדער אלס. נאכאלץ מיינט פונדעסוועגן, עדיין, וכדו'. נאכאלס וואלט געמיינט "נאכאלס בחור."  למעשה מיין איך אז אנדערש ווי נאכאלץ נוצט מען נישט נאכאלס. כ'האב דאס אבער קיינמאל געזען אין פראפעסינאלע אויסגאבעס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:18 am
דורך ישראל קאפקע
אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:33 am
דורך יואב
ישראל קאפקע האט געשריבן:אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

אלץ קען טאקע אויך מיינען שטענדיג. אבער אלעס וואס אלעס קען מיינען, איז מעגליך צו ערזעצן מיט אלץ/אלצדינג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אלץ מיינט קודם כל 'אייביג' always.
אלעס מיינט everything.
די שאלה איז אויב אלץ קען מען אויך נוצן אנשטאט אלעס, און ווי עס קוקט אויס איז עס א לעטימער באנוץ פון די ווארט אלץ, אבער בפשטות מיט אלץ 'אייביג', כנלע''ד.

אלץ קען טאקע אויך מיינען שטענדיג. אבער אלעס וואס אלעס קען מיינען, איז מעגליך צו ערזעצן מיט אלץ/אלצדינג.

ס'ווענדט זיך אויך אין וועלכע געגנט דער רעד'נער אדער שרייבער האט געוואוינט. אין פוילן/גאליציע האט אלץ/אלצדינג געמיינט די זעלבע זאך. אבער נישט אין בודאפעסט אדער דעברעצין...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:00 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן עטליכע מאל מיט דאס ווארט 'איטליכן' (אדער איטליכע) באנוצט מיטן זעלבן באדייט ווי עטליכע, אבער מיר ליגט אין קאפ אז איטליכן מיינט יעדן (דער מלמד האט איטליכן געגעבן א גלעט אין פנים) בשעת עטליכע מיינט דווקא נישט יעדן, בין איך גערעכט, אדער מאך איך א טעות?