דער אסיפה לייוו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אין מיין ציילען האט אויסגעזעהן בערך צוויי טויזענט מענטשען.

דאס איז מיט די מענטשען אינדערויסען וואס האבען זיך נישט געקענט אריין שטיפען.

אלץ איז דער שטייגער אז מען בלייבט שטיין ביי דער אריינגאנג. אינדערמיט איז געוועהן פלענטי ליידיגע בענקלעך.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באקימען אין אימעיל
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 831
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

די בילד מאכט מיר וויינען
כהאב געמיינט עס איז עפעס אקליינע אסיפה אזוי פיל אידן נעבעך אנגעדרייט על לא דבר
א שאד א שאד
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אויס מענטש האט געשריבן:די בילד מאכט מיר וויינען
כהאב געמיינט עס איז עפעס אקליינע אסיפה אזוי פיל אידן נעבעך אנגעדרייט על לא דבר
א שאד א שאד

יא יא על שבר בת עמי תרתי משמע
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום its me, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באקימען אין וואטסעפפ

ס'איז געווען ברוך השם א געוואלדיגע כבוד שמים.

דער איינבישטער זאל העלפען מ'זאל האבען געפוילט אלעס גוטס, אין ס'זאל ברענגען די ריכטיגע פירות.

אין דע אלע עוסקים ומסייעם, זאל אליינס זוכה זיין צי שמחה נחת אין הרחבת הדעת

ס'ליגט א געוואלדיגע מוסר השכל, אז ממש א יחיד א איידעלע יונגערמאן הרב יצחק אהרן פישער כן דומ"ץ וויען מאנסי, בכלל נישט קיין עסקן, קיינמאל נישט געטהין אין דע זאכען, אין אויף זיין פעקעל קען מען פארשרייבען די זכות פין די היינטיגע מעמד

די מעמיד האט זיך אן געהויבען 8:20 ‏ווען הרב קלמן האלבערשטאם בן אדמו"ר מגריבוב האט געגעבען א קורצע הקדמה פאר די נאכט, אין אויף געריפען אבד"ק ראסלאוויטץ

אבד"ק ראסלאוויץ האט גערעדט בערך א צען פיפפצען מיניט, נאך דעם האט מען אויף געריפען ר' בנציון שטראסער אבד"ק נייטרע

‏אבד"ק נייטרע האט גערעט אומגעפער איבער צוואנציג מיניט, אין ער האט אויף געריפען די גרויסע גאסט הרב פאלק פין געטסעהד.

הרב פאלק האט געזאגט א פייערדיגע דרשה, ס'האט זיך געגאסען פין עם די שווייס, ער האט געזאגט א שטיקעל דרשה, אין ער האט נאך דעם פאר א לאנגע צייט פאר געלערענט טריקענע הלכות פין די עקרי הדת פין צניעות.

נאך דעם האט מען אויף געריפען די וועלט בארימטע רעדנער הרב אפרים וואקסמאן, ווי ער האלעקטערזירט דעם עולם,

נאך דעם קאסעווער רבי געזאגט די החלטת המעמד, ער האט גערעדט זייער שטארק אין קלאר,

נאך דעם האט הגה"ק אדמור מסקולען מקבל געווען מיטן גאנצען ציבור עול מלכות שמים.

אדמור מראכמעסטריווקא איז אויך געווען, אויך זענען געווען ממש אלע רבני העיר.

טויענטע טויזענטע מענטשען האבען געשטראמט, פין בערך 9:00 איז שוין נישט געווען קיין פלאץ, מ'האט במשך די מעמיד צי געלייגט נאך צוויי זאלען, דעס חוץ ביידע שטאקען פין הילמען פלאזא אין די אדעטאריעם אויף די פיפטע שטאק.
----

ס'געווען אומגלויבליך צו זעהן דעם געוואלדיגן מעמד קידוש השם. די זאל עטרת חי' איז געווען מלא על כל גדותיו, עד אפס מקום, און כ'האב גערעדט מיט אנדערע וואס זענען געווען אין די אדעטאריום, און דארט איז געווען דאס זעלבע.

כ'האב געזעהן פארשידענע מענטשן, וואס כ'האב נישט געהאלטן אז זיי גייען בכלל קומען צו אזא "נארישע" כינוס, אבער זיי זענען געזעצן מתחילתו ועד סופו.

דער אויבן-אן איז געווען איבערגעפילט, א זאך וואס כ'האב געשאצט גלייך ביים אריינקומען, אבער מ'האט זיך אן עצה געגעבן (כ'האף אזוי...)
-----------
אנגעהויבן האט די טשערמאן ר' קלמן הלברשטאם.

ער האט נאך א קורץ ווארט אויפגערופן הרה"ג ר' מענדל כ"ץ ראסלאוויצער רב.

ער האט ארומגערעדט אביסל די גרויסקייט פון צניעות.

ארויסגעבערנגט, אז כאטש די משכן האט געהאט גאר הייליגע כלים, דער ארון, שלחן, מזבח, פון דעסטוועגן טאמער האט מען געטון די עבודה אן וואשן פון כיור, איז מען חייב מיתה.

די כיור ווייזט אויף די גדרי הקדושה והצניעות פון כלל ישראל.
----------
נאכדעם האט גערעדט הרה"ג ר' בנציון שטראסער נייטרא דיין.

ער האט ארויסגעברענגט אז אזוי ווי אנשים האבן די מצוה פון תפלין, איז די בגדי צניעות פון נשים זייער תפלין.

דאן האט ער אויסגערופן הרה"ג רב פאלק מגעיטסעד, בעמח"ס עוז והדר לבושה, און גאר שטארק משבח געווען זיין קלארקייט אין הלכה.

אויך האט ער געזאגט אז די רבני העיר האבן צושאמען ארויסגעגעבן א קונטרס מיט עיקרי הלכה בהלכות צניעות, און מ'האט עס געטיילט, אבער דאס איז נאר א כלליותדיגע קונטרס, די דהלות גייען אליין ארויסגעבן יעדער קונטרסים לויט זייער מסורה.
נאך אפאר שיינע געדאנקען, כ'געדענק נישט יעצט מער.
----------
דער רב פאלק האט מיך איבערגענומען ביז גאר!

ער האט אנגעהויבן מיט ווארעמע ווערטער בענין קדושה, און נאכדעם איז ער אריבער צו הלכה.

כ'וועל שרייבן וואס און וויפיל כ'געדענק.

ער האט עטליכע מאל ערווענט, אז ער רעדט נאר הלכה, און אוודאי איז דא גדרים וסייגים בלי שיעור וסוף, אבער יעצט גייט ער רעדן נאר הלכה.

ארבעה אבות נזיקין איז דא ביי צניעות, הצד השוה שבהן שדרכן להזיק, ושמירתן עליך.

די פיר זענען מרומז אין די ווארט משק"ץ
מ-ושך את העין
ש-ייטלען
ק-ורץ
צ-ר

1) מושך את העין. מ'טאר נישט אנטון קיין שום בגד וואס איז מושך את העין אויף קיין שום פאל.

ס'איז היינט אריין אין סטייל אז מ'גייט צוויי בגדים איינס אויפן צווייטן, און די אויבערשטע ערמלעך זענען קורצער, און די אונטערשטע שטעקן זיך ארויס.

דארף מען אכטונג געבן אז די קאלארס זאלן נישט זיין אין שארפן קאנטראסט, ווייל דאס כאפט די אויג.די הילס פון די שיך זאלן נישט מאכן קיין גערודער, אדער זיין צו הויך.

די קאליר פון די קליידער טארן נישט זיין שרייעדיג.דאן איז ער אריין אין א לענגערן ביאור וועלכע חלקים פונעם גוף מעג זיין אויפגעדעקט און וועלכע נישט.

"נאר" די האלז מעג זיין אויגעדעקט (חוץ די פנים און הענט פארשטייט זיך).

וואס איז דאס די האלז?
דאס איז די חלק וואס שטייט פון אויבן אראפ, אבער איינמאל ס'הייבט אן צו גיין אין די ברייט, מוז עס זיין צוגעדעקט.

א גוטע סימן צו וויסן, איז ווי די נעקלעס האט זיך, ווייל ווילאנג ס'פארט אויף אראפ וועט זיך די נעקלעס ווייטער אראפגליטשען, ווען ס'הייבט אן גיין צו די ברייט בלייבט די נעקלעס שטיין.

ווען מ'בייגט זיך שטעקן זיך ארויס פון אויבן אויף די רוקן צוויי ביינדלעך, די אויבערשטע איז נאך א חלק פון די האלז, אבער די צווייטע נישט.

פון פארענט איז די הלכה, אז פון די אנהייב פון די ביינער, הייסט יסוד הגוף, ס'מער נישט קיין חלק פון די האלז, און ס'מוז זיין מכוסה.

לפ"ז טאר מען נישט עפענען דעם אויבערשטן קנעפל, ווייל די צווייטע קנעפל איז שוין אונטער דעם, אויסער אז מ'לייגט א סנעפ.
---------
2) שייטלען טאר נישט זיין מושך את העין, ס'טאר נישט זיין לענגער ווי די אקסלען.

די אקסלען גייען שיפלעך אראפ, ביז די אונטערשטע חלק פון די אקסלען מעג מען נאך, לענגער ווי דעם איז אסור.

אויך דארף מען אכטונג געבן ס'זאל נישט זיין צעווארפן.
---------
3) ק-ורץ4
) צ-ר (שְׁמָאל)

דא איז ער אריין אין א שמועס וואס מיינט א קלייד. א קלייד איז געמאכט געווארן צו פארהוילן דעם אונטערשטן חלק פונעם גוף.

דאס מיינט ס'מוז זיין ברייט אז מ'זאל בכלל נישט ארויסזעהן די געשטעל פון ירכות בי נאך די קניען.

וואס אונז רוף מיר די קני איז נאך א חלק פונעם אויבערשטן חלק, דערפאר דארף דאס אלעמאל זיין צוגעדעקט, אפילו ווען מ'זיצט אדער הייבט זיך אביסל אויף. און די שיעור איז אויסדרוקלעך נישט ווייניגער ווי 4 אינטשעס אונטער די קני, ויש מחמירים ביז 6 אינטשעס, ויש מחמירים ביז האלב פון די צווייטע חלק פיס.

ער זאגט אז פרויען זענען זיך טועה בשעת'ן קויפן און מיינען אז ס'איז 4 אינטשעס אראפ אבער ס'איז נישט, דערפאר איז נתחדש געווארן קארטלעך פון פיר אינטשעס לאנג מיט א ראבער, דאס זאל מען צובינדען אונטער די קני ביים קויפן, און אזוי זעהן צו ס'איז גענוג לאנג אדער נישט.
--------
בתוך הדברים האט ער שטארק ארויסגעברענגט די חילוק צווישן "פריצות" און "נישט-צניעות".

פריצות פארשטייט אפילו אן איידעלע גוי אז ס'איז נישט איידל, אבער נישט צניעות נישט, אבער ביי אידן זענען ביידע אסור.מיט דעם איז ער גאר שארף ארויסגעטרעטן קעגן בגדי הריון שבזמנינו.

ער האט אויך מגלה געווען א שרעקליכע זאך וואס דער עולם ווייסט נישט.

ווען איינער קויפט א בלאוס סייז 12, מיינט דאס אז דער מענטש איז סייז 12, ביז צוויי יאר צוריק האבן די קאמפאניס פארשטאנען אז פאר א סייז 12 מענטש דארף מען געבן אן אינטש צוויי ברייטער. אבער לאחרונה האבן זיי דאס געטוישט, און סייז 12 מיינט סייז 12 כפשוטו, ס'איז באמת שמעלער ווי ס'איז געווען פאר 2-3 יאר צוריק.

א דבר חמור וואס מ'דארף וויסן.

ער האט געזאגט נאך גאר אסאך אבער דאס געדענק איך אויפן מינוט.
----------
אינמיטן זיין דרשה איז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אריינגעקומען.
---------
דערנאך האט גערעדט הרה"ג רב וואקסמאן.

כדרכו, האט ער באצויבערט דעם עולם, געזאגט שטארקע טרעפליכע דיבורים, און שטארקע דברי התעוררות.

ער האט נאכגעזאגט א שטארקע מעשה פון חפץ חיים.

משכילים זענען געקומען סטראשען א רב, אז טאמער ער וועט נישט איינפירן געוויסע שינויים אין די סדרי הלימוד, וועלן זיי ארויס בחרב וחנית קעגן אים.

בצר לו, איז ער געגאנגען פרעגן דעם חפץ חיים וואס צו טון, האט דער חפ"ח געענטפערט:לאמיך דיר זאגן א כלל גדול אין לעבן, ווען ס'דא א מלחמה אין שטאט, און די צדדים לאזן זיך נישט באהאלטן און ווארטן מ'זאל זיך ארויסשטעלן מיט די געווינער, נאר מ'מוז יעצט גלייך ארויסזאגן מיט וועמען מ'האלט, איז די כלל איז מ'זאל גיין מיט דער וואס איז שטערקער.האט דער רב געזאגט, מיינט דאס צו זאגן אז איך זאל מיך אונטערגעבן פאר זיי ווייל זיי זענען שטערקער?ניין!!!

זאגט דער חפ"ח, דער רבוש"ע איז שטערקער, און מיט אים בלייבט מען אלעמאל.

דא האט רב וואקסמאן אויסגעשריגן אז יעדער זאל אהיימגיין, מאכן אסיפות מיט די ווייבער און קינדער, און זיי זאגן אז ס'איז דא א מלחמה, און מיר גייען מיט די שטערקערע צד!!!

דאן האט ער זיך צעפלאמט קעגן די לעצטערע מאדע שייטלען, וואס מ'זעהט כמעט נישט אז דאס איז א שייטל.

ער האט פארפירט געפערליך, דא טוט מען אן א שייטל ווייל מ'דארף זיין צניעות'דיג, און מ'מאכט דערפו ליצי ליצנות!!

וואספארא מעסעדזש שיקט דאס פאר די נייע כלה?? אלע יארן האט מען איר געפרעדיגט צניעות צניעות צניעות, און יעצט גייט מען און מ'שיקט איר א מעסעדזש אז די גאנצע זאך איז איין שטיק ליצנות רח"ל!!!

נאכדעם איז ער ארויס אין א פייער קעגן די געשעפטסלייט.

ווען ס'האט זיך נאר געמאכט ביי כלל ישראל אז איינער האט פארקויפט טריפה פלייש, איז עס אריין אין די היסטאריע פון כלל ישראל, אין קראקא פאר צוויי הונדערט יאר צוריק האט איינער פארקויפט טריפות.

ווי קען זיין אז געשעפטן פארקויפן דאס און יעדער שווייגט???

ער האט דערציילט, אז ס'געווען א דרשה פאר פרויען בעניני צניעות, און איינע פון די רעדנערס האבן געזאגט, אז באמת איז דא אסאך פרויען וואס ווילן גאר שטארק טון וואס מ'דארף, אבער די מענער לאזן זיי נישט.

בשעת די בעל דרשן האט דאס געזאגט, האטמען געהערט בכיות פון אלע זייטן פון די זאל...
----------
אינמיטן זיין דרשה איז אריינגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
---------
די החלטת העצרת איז געזאגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א.

גאר ווארעם האט ער גערעדט, און געמאכט א סאך הכל פון אלע דרשות, און אויסגערופן קלאר אלע איסורים.

ער האט געזאגט, מ'האט אפאר מאל גערעדט מיט געשעפטסלייט, און זיי טענה'ן אז די דימענד איז אזוי און דאס איז וואס זיי שטעלן צו. פרעגט ער, דעמאלס ווער זענען די אלע מענטשן דא היינט נאכט?? האבן זיי געמיינט אז מ'גייט דא געבן היתרים?? אוודאי נישט!! איז א סימן אז ישראל קדושים.

ער האט אויסגעפלאצט אין אן התרגשות'דיגע געוויין, ווי גערירט ער איז פון דעם עולם וואס איז זיך צאמגעקומען, ישראל קדושים הם.

ער האט מיט ווייטאג דערציילט, אז ווען די רבנים זענען געזעצן, האבן זיי אלע געהאט ווייטאגליכע מעשיות ווי זייערע אייגענע טעכטער זענען געגאנגען קויפן קליידער, און די געשעטס אייגענטומער האבן זיי צוגערעדט צו קליידער וואס מ'טאר נישט!! "וועסט אויסקוקן יאנטשי... א נייע ווארט..."

די אלע קליידער און שייטל געשעפטן וואס פארקויפן אדער שטופן דאס אנצוטון זענען מסייעים עוביר עבירה.

ער האט געוויינט: כ'ווייס דאך פון אזויפיל בחורי קוד שאון יונגעלייט וואס מוטשענען זיך מיט נסיונות געפערליך, ווער איז גרייט צו טראגן די אחריות??

אינמיטן האט ער געזאגט א שארפע סטעיטמענט.

מיר ווייסן אז פרויען שטעלן זיך אוועק ביי די לעכט ערב שבת אויסוויינען לעכטיגע דורות. דא שטייט מען לקראת השכינה, און די שערי שמים זענען אפען צו פועל'ן אלעס גוטס, אבער טאמער איז מען אנגעטון ווי מ'איז... רעדט מען צום לאמפ..."

קאסובער רבי האט געבעטן ווער ס'קען זאל זיך משתתף זיין מיט געלט, ס'האט געקאסט א פארמעגן.
--------
נאכדעם האט סקולענער רבי פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, דאן האט מען געהערט מיט קולי קולות עפעס א קרית יואל'ע איד זאגן קדיש, און דער עולם איז זיך צעגאגנגען.

ביים טיר האט מען געטיילט סי.די.ס, מיט קונטרסים. (כ'האב עס נאכנישט געליינט).

ס'געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי טויזענטע אידן ממש, בלי גוזמא שטראמען ארויס אן אויפהער.

ברוך המקדש שמו ברבים!!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בדיל ויעבור
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ראשעקאל האט געשריבן:2) שייטלען טאר נישט זיין מושך את העין, ס'טאר נישט זיין לענגער ווי די אקסלען.

די אקסלען גייען שיפלעך אראפ, ביז די אונטערשטע חלק פון די אקסלען מעג מען נאך, לענגער ווי דעם איז אסור.

אויך דארף מען אכטונג געבן ס'זאל נישט זיין צעווארפן.

פונקט דא האב איך נעכטן אריינגערופן הערן וואס מ'פארקויפט דארט, כ'בין דאך א נייגעריגע מענטש, הער איך ווי ער זאגט מיט אזא פשטות, אז מ'נעמט די עק פון די שאלדערס, מ'מאכט א שטריך פון איין עק צום צווייטן, און וואס איז העכער פון דארט איז קורץ, און לענגער פון יענע שטריך איז לאנג און איז אסור. ס'איז געווען אזוי קאמיש צו הערן פסקים ארויסגעזויגן פון פינגער, כאילו ס'איז געפאלן א פתקא מן שמיא און עם געזאגט אז ביי דעם arbitrary line ווערט א הפסק צווישן אסור און מותר... סך הכול האט ער גענומען וואס ביי עם איז זיין Perverted קאפ הייסט ציענד, און דאס איז אסור, און אזוי בערך גייען אלע זיינע פסקים.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ארויסגעזויגן פון די פינגער? וואס האקסטו אין קאפ. איך געדענק קלאר ווי מיין רבי אין חדר האט דאס געלערנט מיט אונז, דאכצעך ס'געווען אין כתה ג'.

וידבר השם - און דער אייבישטער האט גערעדט
אל משה - צו משה
לאמור - אזוי צו זאגן

דבר - רעד
אל בני ישראל - צו די אידישע קינדער
אשה - א פרוי
כי תשייטל - אז זי וועט טראגן א שייטל
ארך השייטל - דאס לענג פון די שייטל
לא תהיה - זאל נישט זיין
ממדת הכתף - פון די לענג פון די אקסל
ולא יהיה בהם נגף - און עס וועט נישט זיין אין זיי א מגיפה
בלכתם במדבר - ווען זיי גייען אויף דרייצענטע עוויניו
אני ה' - איך בין דער אייבישטער (מדת הרחמים)
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ממש א חורבן זיין היתר אויף לאנגע שייטלען, מען מאכט אן אסיפה אויף צניעות, און ער לאזט טראגען שייטלעך ביז די אקסלען. אוי מה היה לנו.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אי משום הא.

וידבר השם - און דער אייבישטער האט גערעדט
אל משה - צו משה
לאמור - אזוי צו זאגן

כי תבוא אל הארץ אשר ה' אלוקיך נותן לך - ווען איר וועט אריינקומען אין הייליג לאנד
וירשתה וישבתה בה - און איר וועט זיך באזעצן און עס ירשקנן
ואמרתה נסע ונלכה אל הכותל - און איר וועט זאגן לאמיר גיין צום כותל
לא תעשין כן לה' אלוקיכם

כמעשה בעלז וגור לא תעשו - נישט טון אזוי ווי בעלזא און גור
לילך לבחירות הטמאות - צו אנטייל נעמען אין בחירות
כי תועבת ה' כל עושה אלה

:)
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך האב דאך נישט געלערנט אין סאטמאר, אבער איה"נ...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטרעסאנטע חומשים וואס דו האסט. ס'קומט מיט מקראות גדולות אויכעט?! איך מיין אז די קראים און די רעפארמער האבן מער אינטרעסאנטע חומשים. כ'בין נייגעריג צו זעהן ווס ס'שטייט אין זייערע חומשים, עפ"ל. :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :(
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

א קונטרס מיט עיקרי דינים איז ארויסגעגעבן געווארן ביים אסיפה..

כמוז מודה זיין די ביכל האט מיר געמאכט ערגער ווי אראפוואקן גאנץ 13 און לי עוועניו צוזאמען..

על כל פנים איצטער ווען מיר וועלן גיין וועט עס זיין מיט מער כוונה רח"ל..

וויצלן אין א זייט.. מען איז דארט מעורר א זאך וואס שטערט מיר שוין לאנג. דאס איז אז מען קען ביים אסאך פרויען דורכזעהן די אויבעריגע בגדים און זעהן די אינטעריגע בגדים וואס דארף ווען זיין פארהוילן, למחצה ולשליש ולרביע.

בעיקר ווען עס קומט די זומערדיגע חדשים ווען מען גייט מיט דינערע בלאוזעס און סוועטערס, קען מען זעהן סטראפס וכו'..

לתועלת הרבים וועלמיר פארליינען פונעם קונטרס "ההוד וההדר" פרק א' סעיף ג.:

-אפילו אויב מען קען נאר זעהן די אינעווייניגסטע בגדים איז דאס אסור.
[וואס אויסער דעם איז עס א חרפה און בושה וואס גייט ארויס פון אלע גרעניצן פון נארמאלע אויפפירונג (בן איש חי)]

-בלוזקעס, בפרט אין די זומער טעג, זעהען אפטמאל דורכזיכטיג און מען דארף אנטון א געהעריגע אונטער מלבוש ווען מען טראגט עס.

-א ווייסע SHELL וואס מען קען זיך טועה זיין אז עס איז פון די אוטערשטע בגדים, איז אסור אנצוטוהן.

-קליידער וואס זענען געמאכט פון לעכעריגע סחורה (ווי צב"ש LACE) פארלאנגט זיך אז די בגד וואס מען טראגט אונטער דעם זאל זיין כשר אנצוטהן אפילו אן די אויבערשטע מלבוש. אויך טאר די אוטערשטע מלבוש נישט זיין א קאליר וואס ענדלט צו די גוף, ווייל פון דערוויטענס קען אויסזעהן ווי עס איז נישטא קיין בגד אונטער דעם בכלל.

פארשפארט