בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 10:34 am
דורך מ גפני
איש עברי האט געשריבן:די ישועה איז געקומען שנעלער ווי געראכטען אט איז א אויסצוג פון די היינטיגע לוח הציבור
עס ווערט געזוכט א יונגערמאן צו גיין נאך געלט מיט איינער וואס שעמט צוך צו צאמנעמען אליינס, פאר איינער וואס האט שוין מיטגעמאכט געפערליכע צרות. וועט באצאלן טויזנט דאלער א וואך רופט 1347-560-1611
איך האלט אז דו ביזט אייזן צוגעפאסט פאר דעם, עי' אשכול מיין בליק אויף די ניק'ס וד"ל
אינטערעסאנטע זאך אז דער עד פאלאנגט נישט דוקא א "געשמאקער" יונגערמאן פאר דעם דזשאב... קוקט אויס קאווע שטיבל טוט יא עפעס אויף
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 1:47 am
דורך shem-tov
.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 5:56 am
דורך העלא
שם טוב עס גייט נישט אזוי,
פאר א סיבה האב איך עס נאך נישט געטוהן כאטש איך וויל עס שוין טוהן יארן,
מ'דארף צאלן פאר גרעפיקס
טינט
פעיפער
דיסטריביטערס
מ'צאלט נישט אזוי שנעל פאר אדווערטייזמענט
און מ'דארף האבן אסאך צייט און מזל
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 11:25 am
דורך אפטעמיסט
פרנסה קלה ונקיה
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:21 am
דורך פישלע העררינג
געזעהן היינט אין קאווע שטוב (דער עכטע) א צעטל "ארבעטס געלעגנהייט פרשת צו", לזכות נחמיה בן עמיצער וועבערמאן, מיט אן א שיעור עוועילעבל דזשאבס. איינס איז פאר א עיטש-וועק עלעקטריקל שלאק שאמעס. יענץ רעדט צו מיך. איך גיי איהם רופן. זאל די זכות ביישטיין ר' נחמיה'נען .
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:54 pm
דורך פישלע העררינג
[justify]חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
בחסד ד' עלי, שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, האט דער באשעפער צוגעפירט אז איך זאל קענען אריינקויפן א שותפות אין א פורניטשור ביזנעס. טאקע אזאנס ווי איך וועל קענען שטיין מיט'ן האמער און האקן שטיקער, כאוות נפשי מאז ומתמיד. נישט נאר וועל איך "קענען" האקן, איך וועל "מוזן". לקיים מה שנאמר אדם לעמל יולד, וכן הוא אומר טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו.
איך מוז אויסדרוקן א ריזיגע דאנק פאר א גאר חשוב'ע ניק וואס איז מיך געוועהן שטארק בייהילפיג דורכאויס מיין זוך אקציע, און נאכמער נאכדעם, צו פארזיכערן אז איך שווים נישט אליינס אין די טיפע וואסערן.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], א גרויסע יישר כח ברבים. דו האסט די קאפ אויף די פלייצע פונקט ווען מען דארף עס דארט האבן.
איך וועל דא זיין גאר ווייניג. איך ארבעט שוין זייט נעכטן מיט די פולע טעמפא. נעכטן נאכט בין איך אהיימגעקומען נאך 11 אזייגער, נאכ'ן זיין א גאנצע טאג אין דער פאבריק צו לערנען אלע מאשינען און סארטן האלץ ועוד ועוד אזוי אז די קאפ שווינדעלט נאך פון אזויפיהל אינפארמאציע.
האפענטלעך וועל איך קענען מאכן צייט פאר די קומענדיגע 'בלעטער', ולד' הישועה.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:59 pm
דורך לעמיל
[tag]פישל'ע העררינג[/tag] מיר פרייען זיך אלע מיט מיט דיך זאל די אייבישטער העלפען שתשרה שכונה במעשה ידיך זאלסט האבען אסאך אסאך אסאך הצלחה!
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] איך ווער משוגע פאר דיין ווארמע הארץ! א טובה צו טין פאר א איד איז א מאסט ביי דיך! עס איז א כבוד און שטאלץ פאר קאווע שטיבל אז דו ביסט א מעמבער דא!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:10 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך בין פאראינטערסירט צו מגיה זיין ספרים. דער אינטהאלט און תוכן, ווי אויך פאררעכטן דעם לשון הקודש.
ביטע שרייבט אין אישית
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 11:28 pm
דורך שמעקעדיג
קענסט מגיה זיין קאווע בלעטער.....
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 12:04 am
דורך רויטע וואנצעס
מ'באצאלט מיט לייקס. 10 לייקס איז א ביטקאון, 100 ביטקאונס איז תפיסה. אין תפיסה באקומסטו אלע דיינע הצתרכות'ן בחינם.
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 1:37 am
דורך היימישער ליטוואק
רבותי, ALL JOKES ASIDE
איך וויל נישט דארפן אוועקגיין פון לערנן (חוץ די פאר מינוט א טאג דא אין ק"ש, במיעוט שיחה...) דער מצב פרנסה איז שווער.
אויב וייסט איר פון א מחבר ספר אדער א מו"ל וואס זוכט א מגיה אדער פאר הערות ביטע זייט מיר מודיע.
מיט דאנק.