בלאט 3 פון 7

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 4:09 pm
דורך איך אויך
נישט קיין שלעכטע געדאנק און אזוי ווי ביים מאחורי הפרגוד דארף מען דורך גיין א אישור פון א אחראי זאל מען דארט אויך דארפן אויפווייזן אז מען איז גענוג כופר און שוואך באמונת תורה מן השמים צו ווערן אריינגעלאזט.

מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:19 pm
דורך פריינדליך
יואליש האט געשריבן:ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט וואס מ'רעדט. דיר דאכט זיך אז איך טענה אז א פערזענליכע אטאקע איז "דא" נישט פאסיג, צו וואס דו ענטפערסט אז ס'איז יא דא פאסיג. אבער באמת זאג איך אז פערזענליכע אטאקעס איז בכלל נישט קיין גערעדאכץ. קיינמאל. ס'איז נישט אינפארמאטיוו, ס'איז נישט קיין טענה, קיין קאנטער טענה. ס'איז בלויז א קאצן פייט פון ווער ס'קען בעסער שעלטן.


מסכים 100% פראצענט מיט יעדעס ווארט, אבער לאמיר דיר פרעגן א שאלה עס האט נאר א "יא" אדער "ניין" ענטפער.

מעג מען אטעקירען/בארעדן פראזענליך,

אדמור"י סאטמער? יא/ניין?
ריבניצער רבין? יא/ניין?
עסקנים להרבות טהרה בישראל? יא/ניין?

דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער,

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:37 pm
דורך יואליש
פריינדליך האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:ס'קוקט אויס אז דו כאפסט נישט וואס מ'רעדט. דיר דאכט זיך אז איך טענה אז א פערזענליכע אטאקע איז "דא" נישט פאסיג, צו וואס דו ענטפערסט אז ס'איז יא דא פאסיג. אבער באמת זאג איך אז פערזענליכע אטאקעס איז בכלל נישט קיין גערעדאכץ. קיינמאל. ס'איז נישט אינפארמאטיוו, ס'איז נישט קיין טענה, קיין קאנטער טענה. ס'איז בלויז א קאצן פייט פון ווער ס'קען בעסער שעלטן.


מסכים 100% פראצענט מיט יעדעס ווארט, אבער לאמיר דיר פרעגן א שאלה עס האט נאר א "יא" אדער "ניין" ענטפער.

מעג מען אטעקירען/בארעדן פראזענליך,

אדמור"י סאטמער? יא/ניין?
ריבניצער רבין? יא/ניין?
עסקנים להרבות טהרה בישראל? יא/ניין?

דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער,


מ'מעג זיי אויסשמועסן, און זיי פערזענליך אטאקירן (למשל אז סאקמיר רב איז האט געליטן אויף הכנות) איז קינדיש און נוצלאז.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:42 pm
דורך פריינדליך
יואליש האט געשריבן:מ'מעג זיי אויסשמועסן, און זיי פערזענליך אטאקירן


יעצט לאמיר שמיעסן ווי ערוואקסענע, פארוואס זאל מען נישט מעגען פערזענליך אטעקירען קיין ניק? מאי שנה האי מהאי??

בכלל נאך א שאלה,
איז ד. פעלדמאן, וואס האט ארויסגעגעבן א בוך איבער/קעגן אידישקייט א אישי ציבור? לכאורה יא
איז שאל גראסמאן וואס האט גערעגט קעגן אונז אויך די דר פול שוי און גדר פון אישי ציבור? לכאורה יא

מאי שנה האי מהאי? פארוואס ביי יענע האט כמעט יעדער פארשטאנענן אז מען טאר זיי נישט קריטעקירען?

איז נישט דא קיין גדר פאר דאבעל סטענדערט? א ניק טאר מען נישט קריטעקירען, א רב/רבי מען מען יא, OTD מעג צען נישט אפילו זיי גייען און פובליק, אבער שוכני עפר מעג מען יא,

וואס איז די גדר?

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:00 am
דורך יידל
פריינדליך ביטע לעז איבער יואליש'ס תגובה. האסט עס נישט פארשטאנען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:18 am
דורך פריינדליך
ווילסט עס מסביר זיין? און זיי אויך מסביר אלען וואס איך האב געפרעגט און די פאריגע תגובה, {כהאב עס פאראכטען }

גיב א כללתדיג הסבר איבער די נושא, און ווי נאר איך וועל עס פארשטיין וועל איך עפענטליך אגריען,

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:28 am
דורך יידל
קום פריינדליך טייערער, לאמיך מיט דיר לערנען עברי טייטש. טייטל שיין און הער אויס:

יואליש האט געשריבן:מ'מעג זיי אויסשמועסן,

דא קומט אזא אתנחתא. דאס איז וואס מ'מעג יא. און מ'איז ממשיך:
יואליש האט געשריבן:און זיי פערזענליך אטאקירן ... איז קינדיש און נוצלאז.

פארשטאנען? זיי אטאקירן פערזענליך איז קינדיש און ניצלאז (און דוכט זיך אויך קעגן תקנות המקום, עיין ב"א ווארט צום ניים מעמבער" ח"א סעיף ד').
גיט יעצט יואליש א דוגמא צום צווייטן נקודה, אז אטאקירן פערזענליך איז קינדיש און ניצלאז:
יואליש האט געשריבן:(למשל אז סאקמיר רב איז האט געליטן אויף הכנות)

עד כאן.
יעצט זאג מיר צו דו האסט נאך א שאלה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 12:30 am
דורך פריינדליך
אקעי, די פרט פארשטיי איך שוין, איך וואנדער מיר צו יענער האט אויך דאס געמיינט, אקעי מסתם יא,

נעקסט, מעג מען שרייבען אויף זיי אז זיי האבן נישט קיין יראת שמים? יא אדער ניין? מען מען שרייבען אויף זיי אז זיי זענען טעראריטן רשעים? יא אדער ניין?

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:15 am
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:מעג מען שרייבען אויף זיי אז זיי האבן נישט קיין יראת שמים? יא אדער ניין? מען מען שרייבען אויף זיי אז זיי זענען טעראריטן רשעים? יא אדער ניין?

סתם אזוי דאס שרייבן? ניין.
אבער ווי יואליש האט מסביר געווען: מ'מעג זיי אויסשמועסן און קריטיקירן ווען נויטיג. פערזענליכע אטאקעס איז קינדיש און נוצלאז.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:21 pm
דורך zurich
אין רעאקציע צו דא: viewtopic.php?p=47968#p47968

לעיקוואד,בכלל נישט, א יונגערמאן וואס שרייבט אים שבת דארפן מען זיך נישט קימערן מיט עים וואס ער זאגט אפילי ער שרייבט צום זאך!!
איך ווינדער זיך אפילו פארוואס די הנהלה האט געלויזט זיין תגובה אמת מ'האט אראפגענימען חלקים דערפון!!
ס'טאר נישט זיין אויף אזא היימישע סייט ווי קאווע שטיבל א תגובה וואס ווען די קיקסט דעים צייט ווען ס'געשריבן געוןוארן זעיהט מען ר"ל אז ס' געשריבן געווארן אום שבת!!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:31 pm
דורך לעיקוואד
כהאב געשריבען במקומו א תגובה, זעה איך מהאט דא אריבערגעפירט. וועל איך שרייבען דא בקיצור.
לגבי שבת, לכאורה טאר מען נישט לאזען א תגובה וואס איז געשריבען געווארען שבת. בהלכה קען מען דן זיין צו סא פראבלעם, אבער פאסן פאסט עס אוודאי נישט פאר א היימישע וועבזייטל. הגם מקען אפשר מלמד זכות זיין אז ער וואוינט ערגעץ ווי סנאכנישט געווען שבת וכדו'. אפשר דארף מען בכלל אנשטעלן אז די סייט זאל זיין פארמאכט שבת. איך בין נישט באקאנט אין די הלכה אדער טעכנישע דעטאלן פון דעם.
אבער לגבי הערן פון א יונגערמאן וואס איז ליידער מחלל שבת, אויב איז ער אויפגעוואקסען פונקט ווי מיר און דיר, איז לכאורה זענען מיר מחוייב צו הערן וואס ער פארציילט און זעהן אויב מיר דארפן עפעס מתקן זיין. וואס גייט דיר אן אז דער איז ליידער מחלל שבת, אדרבה, ווערט דאך די קשיא אויף אונז גאר שטערקער, ווי קומט אז א היימישער יונגערמאן קומט אן צו מחלל שבת זיין?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:46 pm
דורך zurich
לעיקוואד האט געשריבן:כהאב געשריבען במקומו א תגובה, זעה איך מהאט דא אריבערגעפירט. וועל איך שרייבען דא בקיצור.
לגבי שבת, לכאורה טאר מען נישט לאזען א תגובה וואס איז געשריבען געווארען שבת. בהלכה קען מען דן זיין צו סא פראבלעם, אבער פאסן פאסט עס אוודאי נישט פאר א היימישע וועבזייטל. הגם מקען אפשר מלמד זכות זיין אז ער וואוינט ערגעץ ווי סנאכנישט געווען שבת וכדו'. אפשר דארף מען בכלל אנשטעלן אז די סייט זאל זיין פארמאכט שבת. איך בין נישט באקאנט אין די הלכה אדער טעכנישע דעטאלן פון דעם.
אבער לגבי הערן פון א יונגערמאן וואס איז ליידער מחלל שבת, אויב איז ער אויפגעוואקסען פונקט ווי מיר און דיר, איז לכאורה זענען מיר מחוייב צו הערן וואס ער פארציילט און זעהן אויב מיר דארפן עפעס מתקן זיין. וואס גייט דיר אן אז דער איז ליידער מחלל שבת, אדרבה, ווערט דאך די קשיא אויף אונז גאר שטערקער, ווי קומט אז א היימישער יונגערמאן קומט אן צו מחלל שבת זיין?

דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס אונדז דארפמיר מתקן זיין?אז ס'זאל נישט קימען אן אפגעפליקטע יונגערמאן און זיך "דערקלערן" אפיקורת און שרייבן דא אום שבת?!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:50 pm
דורך לעיקוואד
zurich האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס אונדז דארפמיר מתקן זיין?אז ס'זאל נישט קימען אן אפגעפליקטע יונגערמאן און זיך "דערקלערן" אפיקורת און שרייבן דא אום שבת?!

וואס מיר דארפן מתקן זיין איז נישט אז ער זאל נישט קומען דא שבת, נאר אויף דער גאנצער וועג סיז אהין וואס האט זיך אנגעהויבען מיט א נאמאלער היימישער יונגל און זיך גענדיגט מיט א מחלל שבת.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:09 pm
דורך באריסטא
zurich האט געשריבן:ס'טאר נישט זיין אויף אזא היימישע סייט ווי קאווע שטיבל א תגובה וואס ווען די קיקסט דעים צייט ווען ס'געשריבן געוןוארן זעיהט מען ר"ל אז ס' געשריבן געווארן אום שבת!!

ריכטיג, מיר קענען נישט טאלערירן קיין חילול שבת בפרהסיא. אבער חילול שבת בפרהסיא איז נאר ווען עס איז קלאר שבת לכל הדעות, עטליכע מינוט נאך דער שקיעה אין ניו יארק גייט נישט אריין אין דער קאטעגאריע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:10 pm
דורך זר זהב
ביז 3 שעה נאכן זמן פון ניו יארק איז נאך נישט שבת אין לאס אנג'לעס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:24 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:ביז 3 שעה נאכן זמן פון ניו יארק איז נאך נישט שבת אין לאס אנג'לעס.

חוץ פון דעים איז 7 15 אין ני יארק נאך נישט רבינו תם'ס זמן! סא ס'נישט געפערליך!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:08 pm
דורך אוי טאטי
אין רעאקציע צו דעם אשכול: viewtopic.php?f=8&t=1965

באלאנגט נישט דיזע אשכול אין צימעס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:44 pm
דורך ונבנתה העיר
אוי טאטי האט געשריבן:באלאנגט נישט דיזע אשכול אין צימעס?

חד גדיא האט געשריבן:בסיום דברי חשוב לי להבהיר, שלא הרי סאטמר של היום כסאטמר של אז. כיום נטשה סאטמר במידה רבה את דרך הטרור ונהייתה הרבה יותר ליברלית וסובלנית. כך למשל יש שיתוף פעולה הדוק בין הצלה ויליאמסבורג להצלה קראון-הייטס ורבים מחסידי סאטמר לומדים בדרך קבע את חסידות חב"ד ואף נכדיו של ה"ברך משה" מבקרים מזמן לזמן בציונו הק' של הרבי מליובאוויטש (כפי ששמעתי מעד ראי') והאמת והשלום אהבו.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:32 am
דורך sunbar
ווען איינער עפענט א אשכול נישט אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן, ווי אזוי קען ער עס פארעכטן?

איז דא אן אפציע למשל עס איבערצושרייבן אויף א בעסערע אופן?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 2:15 am
דורך גבאי שני
געב די פארראכטענע טעקסט פאר א מנהל אדער אחראי, און עס וועט פארראכטן ווערן, און צוריק געעפענט ווערן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:50 am
דורך מנשה לוסטיג
איך האלט אז ס'נישט אויסגעהאלטן די כללים דא, ווייל כ'זע אז כמעט אלעס מעג מען שרייבן, אויסער איין זאך, פון סאטמאר טאר מען נישט רעדן נעגעטיוו, טאמער יא, איז עק וועלט. למה??

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:19 am
דורך ידען
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האלט אז ס'נישט אויסגעהאלטן די כללים דא, ווייל כ'זע אז כמעט אלעס מעג מען שרייבן, אויסער איין זאך, פון סאטמאר טאר מען נישט רעדן נעגעטיוו, טאמער יא, איז עק וועלט. למה??

ווי האסטו געזעהן אז מע טאר נישט רעדען נעגעטיוו אויף סאטמאר?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'דא אפאר אשכולות, וואס איז פארמאכט געווארן, נאכדעם וואס איך האב ארויסגעברענגט אפאר דירעקטע פראגעס אקעגן דעם סאטמארן גלויבונג