בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:06 pm
דורך סקרן
שמעון פלעגט זאגן ער פאסט נישט צום גדלי' ווייל ער האט געמאכט א פשוט'ן חשבון
טאמער וואלט מען אים געהרג'ט וואלט גדלי' בן אחיקם געפאסט??
ודפש"ח
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
כמו שאמרתי כמה פעמים: דער חילוק פון אן אפיקורס און א לץ איז, אז דער אפיקורס איז אידעאלאגיש א כופר בעיקר. צו ווייל ער איז א בעל תאווה און ער ווילל נאכגיין זיינע תאוות בשרירות ליבו. און רעדט זיך און אנדערע איין אז ער איז אן אפיקורס בשיטה. אידעאלאגיש. אדער ווייל ער וויל זיך נוקם זיין אין באשעפער, (וואס עקזיסטירט נישט, כביכול), ווייל ער האט איהם געגעבן א שווער לעבן. אזוי ווי שאולי גראסמאן.
נאכדעם איז פארהאן א לץ. א ציניקער. וועלכער גלייבט נישט אין גארנישט. און גארנישט איז פארהייליגט ביי איהם. ער לאכט אפ און שפעט אפ פון אלץ און אלעמען. אבער ער רעדט נישט און האלט נישט קין אפיקורסות לשם כפירה. אזוי ווי שמעון דזשיגאן. אדער די פראדוסערס פון דעם טעאטער פראגראם..."היהודים באים"...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:32 pm
דורך קורקלענד
(וואס עקזיסטירט נישט, כביכול)..........
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
ער איז דאך אן אפיקורס. ער טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער. אבער איז ברוגז אויף איהם. אויב ער עקזיסטירט נישט, איז דאך נישטא אויף וועם ברוגז צו זיין. אדער באשולדיגן פאר זיין שווער לעבן...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:32 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:כמו שאמרתי כמה פעמים: דער חילוק פון אן אפיקורס און א לץ איז, אז דער אפיקורס איז אידעאלאגיש א כופר בעיקר. צו ווייל ער איז א בעל תאווה און ער ווילל נאכגיין זיינע תאוות בשרירות ליבו. און רעדט זיך און אנדערע איין אז ער איז אן אפיקורס בשיטה. אידעאלאגיש. אדער ווייל ער וויל זיך נוקם זיין אין באשעפער, (וואס עקזיסטירט נישט, כביכול), ווייל ער האט איהם געגעבן א שווער לעבן. אזוי ווי שאולי גראסמאן.
קיין איינע פון די דערמאנטע זענען נישט עכטע אפיקורסים. דער בעל תאוה איז סתם א בעל תאוה, און דער מיט א שווער לעבען איז א רחמנות, אזוי ווי די שרייבסט אז ער איז נאך ברוגז אויפ'ן בורא וואס עקסעסטירט אויך.
זייער ווייניג זענען עכטע אפיקורסים וואס זענען פשוטע כופרים אידילאגיש, וואס זאל נישט קומען פון צרות אדער שווערע אפברינגינג אדער פארפלאנטערטע תאוות.
דער פיאסעצנער הי"ד שרייבט אז היינט איז נישט דא כמעט אזא זאך ווייל יצרא דעבודה זרה האט מען מבטל געווען און איינער וואס גלייבט נישט איז פשוט ווייל ער איז אזוי פארנידערט אין גלות אז האט נישט קיין טעם און יודישקייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:46 pm
דורך קורקלענד
מען דארף קודם אפטייטשן די ריכטיגע דעפיניציע פון די ווארט אפיקורס, ס'איז א לויז באניצטע טערמין.
אויב די נאמען אפיקורס שטאמט נאך די נאמען פונעם פיליזאף
Epicurus דאן וואלט א בעל תאווה לכאורה זיך יא פארדינט די נאמען. אויב אויב ווערט עס דעפינירט אלס
Heresy דאן איז עס מער אזויווי [tag]וואלווי[/tag] שרייבט.
איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז די רמב''ם אין יד האט עס אויסגעטייטשט הערעטיש, אבער שפעטער אין אן אנדערע חיבור אדער איגרת האט ער עס באצויגן אויף עפיקורוס. יענע חוקרים האבן געשריבן אז בשעת ער האט געשריבן די יד האט ער נאכנישט געוויסט די אמת'ע דעפיניציע, און שפעטער האט ער געטוישט זיין מיינונג.
אבער פאר אונז היימישע וואס קענען נישט פארנעמען אז די רמב''ם זאל זיך פארעכענען מאכט עס נישט קיין סענס.....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:54 pm
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:אבער פאר אונז היימישע וואס קענען נישט פארנעמען אז די רמב''ם זאל זיך פארעכענען מאכט עס נישט קיין סענס.....
די אמת איז אז ס'דא מפרשי הרמב"ם וואס פארענפערען סתירות אינ'ם רמב"ם אז ער האט זיך פארעכענט. אבער אן דארפען צוקומען צו אנזער צימצים אז א גדול קען נישט מאכען א טעות, וואלט איך געטענ'ט אז די רמב"ם האט א כללית'דיגע שיטה אין הלכה, אדער אין השקפה, ממילא איז זייער שווער צו זאגען אז האט זיך פארעכענט אין פארשידענע פלעצער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:59 pm
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:מען דארף קודם אפטייטשן די ריכטיגע דעפיניציע פון די ווארט אפיקורס, ס'איז א לויז באניצטע טערמין.
אויב די נאמען אפיקורס שטאמט נאך די נאמען פונעם פיליזאף
Epicurus דאן וואלט א בעל תאווה לכאורה זיך יא פארדינט די נאמען. אויב אויב ווערט עס דעפינירט אלס
Heresy דאן איז עס מער אזויווי [tag]וואלווי[/tag] שרייבט.
איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז די רמב''ם אין יד האט עס אויסגעטייטשט הערעטיש, אבער שפעטער אין אן אנדערע חיבור אדער איגרת האט ער עס באצויגן אויף עפיקורוס. יענע חוקרים האבן געשריבן אז בשעת ער האט געשריבן די יד האט ער נאכנישט געוויסט די אמת'ע דעפיניציע, און שפעטער האט ער געטוישט זיין מיינונג.
אבער פאר אונז היימישע וואס קענען נישט פארנעמען אז די רמב''ם זאל זיך פארעכענען מאכט עס נישט קיין סענס.....
מ'דארף מעיין זיין אין די קאנטעקסט גוט צו זען די שיטת הרמב"ם.
לויט די צווי חילוקים וואס די שרייבסט, וואלט אפשר א להכעיס נישט געדארפט זיין אזוי חמור, ענדערש דער לתיאבון,
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:06 pm
דורך קורקלענד
זעהט אויס ס'איז שוין געווען א לויז באניצטע טערמין מזמן הבית.
אין יד האט ער דן געווען לויט די קלאסיפיקאציע פון חכמנו ז''ל להלכה. אין די אנדערע פלאץ האט ער מעגליך גערעדט פון די היסטאריע פונעם טערמין אין באנוץ. מעגליך...... איך האב נאר געלערנט וואס ער שרייבט אין יד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:16 pm
דורך וואלווי
דיין סברה שטימט אויבען אויף
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:47 pm
דורך קורקלענד
וואלווי האט געשריבן:.
לויט די צווי חילוקים וואס די שרייבסט, וואלט אפשר א להכעיס נישט געדארפט זיין אזוי חמור, ענדערש דער לתיאבון,
די להכעיס איז אייביג ערגער ווי דער לתיאבון. די רעדע דא איז וואס פונקטליך גייט אריין בגדר די ווארט/טערמין אפיקורס, אז איינס קוואליפיצירט נישט אלס אפיקורס באקומט ער אן אנדער נאמען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:13 pm
דורך וואלווי
איך מיין צו זאגען סברה'דיג אז דער טרייבעניש פון תיאבון איז א טיפערער חשבון אפשר ווי א להכעיס'ניק. ווייל וואס איז דער אמת'ער זאך וואס טרייבט א להכעיס? חוץ אז להכעיס איז נאר א יודע את רבונו ומכון למרוד בו במלא מובן המילא, כגון איינער וואס ליגט טיף אין אידיאלאגיע, אבער נישט א פראסטער להכעיס.
Re: שמעון ד'זיגאן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:24 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:איך מיין צו זאגען סברה'דיג אז דער טרייבעניש פון תיאבון איז א טיפערער חשבון אפשר ווי א להכעיס'ניק. ווייל וואס איז דער אמת'ער זאך וואס טרייבט א להכעיס? חוץ אז להכעיס איז נאר א יודע את רבונו ומכון למרוד בו במלא מובן המילא, כגון איינער וואס ליגט טיף אין אידיאלאגיע, אבער נישט א פראסטער להכעיס.
כ'ווייס נישט אויב היינטיגע טעג איז בכלל דא אזא מושג ווי יודע "רבונו ומכוון למרוד בו"?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:43 pm
דורך וואלווי
כן ראיתי בכתבי הרה"ק מפיאסצנא הי"ד:
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:כמו שאמרתי כמה פעמים: דער חילוק פון אן אפיקורס און א לץ איז, אז דער אפיקורס איז אידעאלאגיש א כופר בעיקר. צו ווייל ער איז א בעל תאווה און ער ווילל נאכגיין זיינע תאוות בשרירות ליבו. און רעדט זיך און אנדערע איין אז ער איז אן אפיקורס בשיטה. אידעאלאגיש. אדער ווייל ער וויל זיך נוקם זיין אין באשעפער, (וואס עקזיסטירט נישט, כביכול), ווייל ער האט איהם געגעבן א שווער לעבן. אזוי ווי שאולי גראסמאן.
קיין איינע פון די דערמאנטע זענען נישט עכטע אפיקורסים. דער בעל תאוה איז סתם א בעל תאוה, און דער מיט א שווער לעבען איז א רחמנות, אזוי ווי די שרייבסט אז ער איז נאך ברוגז אויפ'ן בורא וואס עקסעסטירט אויך.
זייער ווייניג זענען עכטע אפיקורסים וואס זענען פשוטע כופרים אידילאגיש, וואס זאל נישט קומען פון צרות אדער שווערע אפברינגינג אדער פארפלאנטערטע תאוות.
דער פיאסעצנער הי"ד שרייבט אז היינט איז נישט דא כמעט אזא זאך ווייל יצרא דעבודה זרה האט מען מבטל געווען און איינער וואס גלייבט נישט איז פשוט ווייל ער איז אזוי פארנידערט אין גלות אז האט נישט קיין טעם און יודישקייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:47 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט אבער מיט מיין קליינע שכל פארשטיי איך אז אויב ס'זאל איינער זיך פאטאגראפירן מיט תפילין אויף די פיס, און דערנאך עס מפרסם זיין. קוואליפיצירט לכאורה אלס להכעיס אפגעזען וואס זיין מיינונג איז....... אפי'מ'קען איינזעצן אז אטענשאן איז לתיאבון....... דאך איז לכאורה די שורש פראבלעם פון להכעיס אויך געוואנדן אין די פערסעפשאן פון אנדערע.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:08 am
דורך [NAMELESS]
אז מען רעדט שוין פון דעם פיאסעצנער מיט אפיקורסות... דערמאן איך זיך אז איך האב אמאל געזעהן פון קלויזנבורגע רב זצ"ל - כ'געדענק נישט איצט אויב דאס איז געווען מכתבו אדער א נאכגעדרוקטע דרשה - זייער שארף אויף דעם חיבור "בני מחשבה טובה" פונעם פיאסעצנער אז עס איז דא דארטן אפיקורסות. ער האט זיך באצויגן צו די פאלגענדע שטיקל:
וכיון שיסוד חברתנו הוא שלא לגעור ולגזור סתם על האיש עשה כך וכך כי או שלא ישמע לנו או שיראה את עצמו לאמור שיש לו מחשבה טובה והתעוררות ואין לו. כי באמת גם כולם רוצים להיות טהורי לב ובני עליה רק שאי אפשר להם להתעלות מן רפשם כנ"ל. וכל יסוד חברתנו הוא להרכין את הכתף למקום נמיכיות החברים עד כפות רגלי נפשם וגופם, ומשם להעלותם באמצעים מתאימים להם, לכן נראה נא גם להם תקנה ועצה איך להרגילם כפי מצבם. לכן במצב כזה בראשית גידול והתרחבות מחשבתו יסמוך עצמו על הראב"ד ז"ל שמשיב על הרמב"ם ז"ל פרק ג' מהלכות תשובה הלכה ז' וזה לשונו: "א"א ולמה קרא לזה מין כמה גדולים וטובים וכו' הלכו בזו המחשבה וכו'." ועל פי פשוט קשה להבין את דברי הראב"ד ז"ל הלא מקרא מלא הוא, "כי לא ראיתם כל תמונה" וכדומה. ועיין בכסף משנה שם קושייתו, ולפי הנ"ל לא שאמר הראב"ד ז"ל שיטעה האיש לאמור שיש ח"ו למעלה שום תמונה, חס מלהזכיר, אבל כנ"ל באמת ידע האיש שהשם יתברך אינו בעל שום תמונה ח"ו רק הוא הקרוץ מחומר איש מגושם בעל תמונה מצייר לו זאת, כדי שתוכל מחשבתו להאחז ולהתגדל ולהתרחב, וכאשר יעזור לו ד' ותתחזק מחשבתו ותוכל לחשוב בד' מחשבה חזקה ונקיה, ודמיון ניצוץ נבואה יתגלה לו, אז התמונה הציור גופני הזה ממילא יתבטלו, ויוכל לצייר לו בעת תפילתו שעומד לפני ד' ית' ולפני כסא כבודו ענין כדי לשבר את האוזן וכדי לשבר את המחשבה מה שיכולה לחשוב ולדמות. וגם אתה חבר בחברייא בשעת הדחק צייר לך שאתה עומד לפני כסא כבודו ואתה מתפלל ומבקש ממנו ית' פשוט כבן שעומד ומתחנן מאביו רחם נא עלי אבי, כבר אי אפשר לסבול נדודי הגוף ועזיבת הרוח, ומן העת אשר השלכתני ממך והסתרת פניך מאיתנו, מגור מסביב, ומי הוא האיש אף בלב אבן שלא ימס בשעה שמצייר במחשבתו את הדמות הזאת, איך הוא עומד לפני כסא כבודו אש אוכלה ןמתחנן על עצמו ועל בני ביתו ועל כל ישראל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט אבער מיט מיין קליינע שכל פארשטיי איך אז אויב ס'זאל איינער זיך פאטאגראפירן מיט תפילין אויף די פיס, און דערנאך עס מפרסם זיין. קוואליפיצירט לכאורה אלס להכעיס אפגעזען וואס זיין מיינונג איז....... אפי'מ'קען איינזעצן אז אטענשאן איז לתיאבון....... דאך איז לכאורה די שורש פראבלעם פון להכעיס אויך געוואנדן אין די פערסעפשאן פון אנדערע.
קורקלענד: אזוי ווי דו, וועל איך נישט דערמאנען קיין נאמען ווייל ס'איז דא קלאנגען אז די חשוב'ע אשה האט שוין תשובה געטון.(ס'זענען דא שמועות אז זי גרייט זיך גאר אין קורצן אויפצוטרעטן אין א סעריע פון תשובה פארזאמלונגען וואס זי וועט אפהאלטן. מסתמא אין די מאנסי געגנט. די אסיפות חיזוק האבן די שטארקע שטיצע פו די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. ס'איז דא נאך א סאך צו שרייבן איבער די סוגיא אבער ואין כאן המקום להאריך.). אבער בשעת זי האט אנגעטון א טלית אויפ'ן (הוילן) גוף און בשעת זי האט אנגעטון תפילן אויף די פוס, האט זי דאס געטון ווייל זי איז געווען אויפגערעגט אויפ'ן באשעפער, פאר סאם ריעזאן. אבער יעצט האטצי זיך שוין ב"ה איבערגעבעטן מיט'ן באשעפער, כביכול. און אלץ איז פיין און וואויל...!
Re: שמעון ד'זיגאן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:17 pm
דורך או אינו
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט אבער מיט מיין קליינע שכל פארשטיי איך אז אויב ס'זאל איינער זיך פאטאגראפירן מיט תפילין אויף די פיס, און דערנאך עס מפרסם זיין. קוואליפיצירט לכאורה אלס להכעיס אפגעזען וואס זיין מיינונג איז....... אפי'מ'קען איינזעצן אז אטענשאן איז לתיאבון....... דאך איז לכאורה די שורש פראבלעם פון להכעיס אויך געוואנדן אין די פערסעפשאן פון אנדערע.
קורקלענד: אזוי ווי דו, וועל איך נישט דערמאנען קיין נאמען ווייל ס'איז דא קלאנגען אז די חשוב'ע אשה האט שוין תשובה געטון.(ס'זענען דא שמועות אז זי גרייט זיך גאר אין קורצן אויפצוטרעטן אין א סעריע פון תשובה פארזאמלונגען וואס זי וועט אפהאלטן. מסתמא אין די מאנסי געגנט. די אסיפות חיזוק האבן די שטארקע שטיצע פו די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. ס'איז דא נאך א סאך צו שרייבן איבער די סוגיא אבער ואין כאן המקום להאריך.). אבער בשעת זי האט אנגעטון א טלית אויפ'ן (הוילן) גוף און בשעת זי האט אנגעטון תפילן אויף די פוס, האט זי דאס געטון ווייל זי איז געווען אויפגערעגט אויפ'ן באשעפער, פאר סאם ריעזאן. אבער יעצט האטצי זיך שוין ב"ה איבערגעבעטן מיט'ן באשעפער, כביכול. און אלץ איז פיין און וואויל...!
אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות. דעס איז ווען עס גרעניצט זיך מיט תריג מצוות. די מעשה איז מעשה שטות די מאטיווען דערפון איז נאריש צי קלערן ווייל איר ג'אנט נישט איר לעבנס באגראפיע. Judgment איז נאריש וויל סאיז שקר נישט ווייל די builts גאנצעטע בנינים ביי דיר אין קאפ.
רמב''ם הלכות תשובה פרק ב' הל' ט''ז:
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:55 pm
דורך קאך_לעפל
טז [ח] שלושה הן הנקראין אפיקורוסים:
א') האומר שאין שם נבואה כלל, ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם;
ב') והמכחיש נבואתו של משה רבנו;
ג') והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
כל אחד משלושה אלו אפיקורוס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:11 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דעם פיאסעצנער מיט אפיקורסות... דערמאן איך זיך אז איך האב אמאל געזעהן פון קלויזנבורגע רב זצ"ל - כ'געדענק נישט איצט אויב דאס איז געווען מכתבו אדער א נאכגעדרוקטע דרשה - זייער שארף אויף דעם חיבור "בני מחשבה טובה" פונעם פיאסעצנער אז עס איז דא דארטן אפיקורסות. ער האט זיך באצויגן צו די פאלגענדע שטיקל:
וכיון שיסוד חברתנו הוא שלא לגעור ולגזור סתם על האיש עשה כך וכך כי או שלא ישמע לנו או שיראה את עצמו לאמור שיש לו מחשבה טובה והתעוררות ואין לו. כי באמת גם כולם רוצים להיות טהורי לב ובני עליה רק שאי אפשר להם להתעלות מן רפשם כנ"ל. וכל יסוד חברתנו הוא להרכין את הכתף למקום נמיכיות החברים עד כפות רגלי נפשם וגופם, ומשם להעלותם באמצעים מתאימים להם, לכן נראה נא גם להם תקנה ועצה איך להרגילם כפי מצבם. לכן במצב כזה בראשית גידול והתרחבות מחשבתו יסמוך עצמו על הראב"ד ז"ל שמשיב על הרמב"ם ז"ל פרק ג' מהלכות תשובה הלכה ז' וזה לשונו: "א"א ולמה קרא לזה מין כמה גדולים וטובים וכו' הלכו בזו המחשבה וכו'." ועל פי פשוט קשה להבין את דברי הראב"ד ז"ל הלא מקרא מלא הוא, "כי לא ראיתם כל תמונה" וכדומה. ועיין בכסף משנה שם קושייתו, ולפי הנ"ל לא שאמר הראב"ד ז"ל שיטעה האיש לאמור שיש ח"ו למעלה שום תמונה, חס מלהזכיר, אבל כנ"ל באמת ידע האיש שהשם יתברך אינו בעל שום תמונה ח"ו רק הוא הקרוץ מחומר איש מגושם בעל תמונה מצייר לו זאת, כדי שתוכל מחשבתו להאחז ולהתגדל ולהתרחב, וכאשר יעזור לו ד' ותתחזק מחשבתו ותוכל לחשוב בד' מחשבה חזקה ונקיה, ודמיון ניצוץ נבואה יתגלה לו, אז התמונה הציור גופני הזה ממילא יתבטלו, ויוכל לצייר לו בעת תפילתו שעומד לפני ד' ית' ולפני כסא כבודו ענין כדי לשבר את האוזן וכדי לשבר את המחשבה מה שיכולה לחשוב ולדמות. וגם אתה חבר בחברייא בשעת הדחק צייר לך שאתה עומד לפני כסא כבודו ואתה מתפלל ומבקש ממנו ית' פשוט כבן שעומד ומתחנן מאביו רחם נא עלי אבי, כבר אי אפשר לסבול נדודי הגוף ועזיבת הרוח, ומן העת אשר השלכתני ממך והסתרת פניך מאיתנו, מגור מסביב, ומי הוא האיש אף בלב אבן שלא ימס בשעה שמצייר במחשבתו את הדמות הזאת, איך הוא עומד לפני כסא כבודו אש אוכלה ןמתחנן על עצמו ועל בני ביתו ועל כל ישראל.
הכל לפי המבייש והמתבייש...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:18 am
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:טז [ח] שלושה הן הנקראין אפיקורוסים:
א') האומר שאין שם נבואה כלל, ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם;
ב') והמכחיש נבואתו של משה רבנו;
ג') והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
כל אחד משלושה אלו אפיקורוס.
און ווען איינער איז א ציוני...?! וואס איז זיין דין. לויט'ן רמב"ם...!
איך האב גאנץ א גוט פורים פשעט'ל אויף דעים. אבער ס'פאסט דאך נישט ארויפצוברענגען די שטותים על הכתב. אשר על כן עמיר עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. אפשר פורים...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:01 pm
דורך קאך_לעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:טז [ח] שלושה הן הנקראין אפיקורוסים:
א') האומר שאין שם נבואה כלל, ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם;
ב') והמכחיש נבואתו של משה רבנו;
ג') והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
כל אחד משלושה אלו אפיקורוס.
און ווען איינער איז א ציוני...?! וואס איז זיין דין. לויט'ן רמב"ם...!
איך האב גאנץ א גוט פורים פשעט'ל אויף דעים. אבער ס'פאסט דאך נישט ארויפצוברענגען די שטותים על הכתב. אשר על כן עמיר עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. אפשר פורים...!
לויטן רמב''ם ווייס איך נישט:
לויטן הייליגן ויואל משה, איז ער א עובר על שבועה. און אויך א מודה בע''ז. אבער נישט קיין אפיקורוס....
Re: שמעון ד'זיגאן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קאך_לעפל שרייבט,
לויטן רמב''ם ווייס איך נישט:
""לויטן הייליגן ויואל משה, איז ער א עובר על שבועה. און אויך א מודה בע''ז. אבער נישט קיין אפיקורוס....""
כ'ווייס נישט ווען דו האסט דאס לעצטע מאל אריין געקוקט אינעם ויואל משה, אבער אפיקורסים איז מן הסתם איינע פון די מערסטע געניצטע ווערטער דארט