בלאט 3 פון 6

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:35 pm
דורך זר זהב
האדמו"ר מסאטמאר האט זיך דורכגערעדט מיט זיינע דיינים און די עסקנים און נאכדעים איז ער געקומען צו די החלטה וואס ער איז געקומען. זייט וויסן פאר אדמו"ר מסאטמאר אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס זיין ברודער מהר"א טוט.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:52 pm
דורך זלמן זאפיר
זר זהב האט געשריבן:האדמו"ר מסאטמאר האט זיך דורכגערעדט מיט זיינע דיינים און די עסקנים און נאכדעים איז ער געקומען צו די החלטה וואס ער איז געקומען. זייט וויסן פאר אדמו"ר מסאטמאר אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס זיין ברודער מהר"א טוט.


מהרז"ל'ס דיינים האבן נישט געהייסן גיין דעס הייסן גיין איז געווען דעם דעת פין מהרז"ל אליינס ווי ער האט געזאגט לדעתי
אין נאך מער האט געזאגט ל"ג בעמור אז דער גאנצער בריוו איז געווען צי זעהן וואס דער עולם וועט זאגן דערצי

קוקט מיר אויס ס'איז דאס ערשטע צאל אין היסטאריע אז א רבי זאל זיך אזוי משפיל זיין פאר ער מאכט אן החלטה איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רבי זאל מורא צי טיען עפעס וועגן זיין עולם

נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 11:58 pm
דורך זר זהב
ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ האט יא געוואלט גיין! און האדמ"ר מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א צעטל צו זעהן וואס דער עולם זאגט, פון וועם מאכסטע דא חוזק ?

מהר"א האט זיך מסתם דורכגערעדט מיט זיינע פאליטיקאנטען וואס ער דארפ צו טון.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:05 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ האט יא געוואלט גיין! און האדמ"ר מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א צעטל צו זעהן וואס דער עולם זאגט, פון וועם מאכסטע דא חוזק ?

מהר"א האט זיך מסתם דורכגערעדט מיט זיינע פאליטיקאנטען וואס ער דארפ צו טון.

אזוי איז געשטאנען אין דבר יום ביומו, אז זיין צעטל איז געווען געשריבן לויליכערהייט ווייל ער האט געוואלט זען די רעאקציע פונעם עולם.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:10 am
דורך זר זהב
סיז אלעס שטותים. דער צעטל איז געווען א דזשענעראלע חיזוק צעטל פאר די עצם כינוס, נישט קיין פסק הלכה. בשעתו האב איך שוין געהערט שמועות אז אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר וועט דערפון רעדן מער באריכות ביים ל"ג בעומר טיש און הייסן זיין עולם גיין! דאס איז נאך פאר רעאקציעס זענען אנגעקומען.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:15 am
דורך זלמן זאפיר
זר זהב האט געשריבן:ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ האט יא געוואלט גיין! און האדמ"ר מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א צעטל צו זעהן וואס דער עולם זאגט, פון וועם מאכסטע דא חוזק ?

מהר"א האט זיך מסתם דורכגערעדט מיט זיינע פאליטיקאנטען וואס ער דארפ צו טון.


אין דבר יום איז געווען אפגעדריקט זיין דרשה אדרבה גיי ליין עס אדורך
ס'קוקט אויס ווי ס'באדרטיך למעשה ווייזט מהרז"ל נישט ארויס קיין הנהגה אין זיין ברידער ווייזט ארויס הנהגה ווי ס'פאסט פאר א סאטמאר רבי בלי שום ספק

אין דעס וואס די זאגט'ס אז האדמו"ר מסאטמאר מהר"א רעדט זיך א דורך מיט פאליטקאנטן דעס האט געהערט פין קלזוינבורג'ס חסידים זאגן אויפן רבי'ן ז"ל די זעלבע זאך אז ר' געציל בערגער מיט אפאר פאליטקאנטן האן אים איינגעטיילט וואס צי טיען

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:19 am
דורך זר זהב
ס'באדערט מיר זייער שטארק. קען איך אריינקומען דארטן ? איך ווער צודרייט פון מהר"אס כח הנהגה, ממש צו'כישופ'ט.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:28 am
דורך זר זהב
און למעשה האסטע נישט פארשטאנען פשט אין יענע ווערטער!!

ער זאגט אז ער האט געוואלט זעהן וואס ס'וועט למעשה ווערן פונעם כינוס, נישט פונעם צעטל!!

זיין לשון: "דאס (יענערבריוו) איז געווען געשריבן אזוי ווי מ'האט געזען" (מיינענדיג וויאזוי ס'האט אויסגעזען דעמאלטס וואס מ'האט נאך נישט געוויסט אלע דעטאלן)

פשט איז מ'האט נאך בשעתו נישט געוואוסט קלאר אויף וועלעכע רעלסען די כינוס ארבעט זיך אויס, וועגן דעים האט מען ארויסגעגעבן א האלב הארציגן בריוו לכבוד'ן סקולענער רבי'ן אין שטיצע פארן כינוס.

און אדמו"ר מסאטמאר ענדיגט דארט צו יענעם פאראגראפ: "למעשה פרובירן זיך די עסקנים צוצושטעלן, אויף אזא מין אופן ס'זאל קענען שטימען אז ס'זאל נישט זיין כנגד דאס וואס מיר האבן מקבל געווען"

דאס מיינט ער אז די עסקנים האבן זיך נאר לעצטענס פארפליכטעט אז די רעדנערס און וואס מ'וועט רעדן וועלן זיין לרוח סאטמאר, דאס איז עפעס וואס מ'האט נישט געוויסט פאר זיכער 2 וואכן צוריק.

יעצט גיי ליין עס איבער מיט ניטראלע אויגן ברילן.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:31 am
דורך גדעון
ער האט געזאגט אז ער האט געשריבן דעם בריעוו מחזק צו זיין דער כינוס, אבער ער האט געווארט צו זעהן אויב זיי וועלן זיך צישטעלן צו זיינע פארלאנגען אז ער זאל קענען שיקן זיין עולם

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:38 am
דורך זר זהב
גדעון יו גאט איט! די חסידי מהר"א מיינען אז האדמו"ר מסאטמאר האט עפעס א לויזן צונג און רעדט וואס ס'לאזט זיך, און מ'קען זיי נישט בלעימען ווייל למעשה זיי זענען געוואוינט דערצו פון זייער רבי'ן. אדמו"ר מסאטמאר האט גענוג שכל נישט צו זאגן אז ער האט געוואלט זעהן דעים דעת הקהל פון זיין צעטל אפילו ווען ער זאל ווען אזוי טראכטן וואלט ער עס אבער קיינמאל נישט געזאגט!!!

האביך גלייך פארשטאנען אז זיי האבן אפגעלערענט פאלש פשט, וירא הקהל וישפוט.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:39 am
דורך זר זהב
זיידעטשקע האט געשריבן:וואס איז די צעטעל? דבר יום ביומו האט געהאט א אינטערוויו מיט אדמו"ר מהרז"ל??

ניין, זיי האבן נאר געדרוקט די דרשה פון לג בעומר. קענסטעס זעהן דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 40#p571340

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:23 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איך וואוין נישט נישט אין מהר"א'ס קאפ און נישט אין מהרז"ל'ס קאפ; ווייס איך נישט וואספארא מחשבות לויפן דארט דורך.

איך בין קיינמאל נישט געווען ביי קיין פנימי אסיפה נישט ביי אים, נישט ביי יענעם; ווייס איך נישט וויאזוי זייערע מיינונגען ווערן אויסגעפורעמט.

דעם איינדרוק וואס איך באקום אבער איז אז מהר"א ווייסט בדרך כלל פינקטליך וואס ער וויל און פארוואס ער וויל וויאזוי ער וויל. ביי מהרז"ל באקומט זיך מיר נישט דאס זעלבע געפיל.

די חשבונות וואס פירן מהר"א צו באשליסן וויאזוי ער באשליסט קענען זיין פאליטיש מאטיווירט, אינגאנצן לשם שמים, אדער סיי וועלכע קאמבינאציע. עס זעט אבער אויס ווי ער פאסט באשלוסן - אין קאפ, נישט נאר אויף פאפיר.

ס'איז זייער מעגליך אז איך האב די צוויי גאר שלעכט אפגעלערנט; ס'קען זיין אז עס פעלט מיר אינפארמאציע; עס קען זיין אז איך האב נגיעות צו וועלן אזוי טראכטן; עס קען זיין אז איך בין נישט דער בעסטער אנאלירער. אזוי זעט עס מיר אבער אויס, בכל אופן.

אזוי זע איך די צוויי אין אלגעמיין, און ביי דער יעצטיגער פרשה בפרטית.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 3:32 pm
דורך דעמאקראטיע
לויט וויאזוי איך האב געהערט וואס עס איז פארגעגאגען ביי די אסיפה בבית האדמו''ר מהר''א קוקט מיר אויס פונקט קאפויער ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ
איך ציטער צו שרייבן מער אבער די אויסטויש צווישן מהר''א אין רב קאטלער בנוגע ליבאוויטש איז זייער א נארישע מאוו מצד מהר''א וואס פאסט זיך פאר קליינע קינדער (כבודו במקומו מונח)

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:02 pm
דורך שרייבער
דעמאקראטיע האט געשריבן:לויט וויאזוי איך האב געהערט וואס עס איז פארגעגאגען ביי די אסיפה בבית האדמו''ר מהר''א קוקט מיר אויס פונקט קאפויער ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ
איך ציטער צו שרייבן מער אבער די אויסטויש צווישן מהר''א אין רב קאטלער בנוגע ליבאוויטש איז זייער א נארישע מאוו מצד מהר''א וואס פאסט זיך פאר קליינע קינדער (כבודו במקומו מונח)

ווען מען הערט האלבע זאכן קוקט עס טאקע אויס נאריש אבער ווען מען הערט די בעפאר און עפטער איז אלעס מובן

איך האב געזען א טראנסקריפט פון די גאנצע אסיפה בבית האדמו"ר מהר"א שליט"א, ווי פארשטענדליך גיי איך עס נישט דא מעתיק זיין מפני כמה סיבות, אבער לאמיר נאר בארירן די נושא פון ליבאוויטש, איך מיין אז ס'איז שוין ערווענט געווארן ערגעץ, די רעדעריי פון ליבאוויטש איז כלל נישט געווען א טענה פארוואס מען רופט זיי נישט, ס'איז סך הכל געווען א הסבר מסביר צו זיין, אז פונקט ווי דו האסט פרינציפן האב איך אויך, און איך זע נישט גארנישט ראונג דערין, אדרבה דו האלטסט אז יא זיי מסביר

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:18 pm
דורך נטורי קרתא עסקן
נעבעך
נעבעך!!!

מע האלט שוין אזוי ווייט פון דעם רביןס דעת אז מען וויל זיך נאך טענהנען אויף וואס ער האט געהאלטען!! ווער עס האט דורעכגעלערענט ויואל משה אפילו איין מאל ווייסט זייער גיט וואס ער האט געהאלטען!!! ווי אלע עהרליכע תלמודים פון רבין זענען מעיד!!!
שעמטס ענק זאלוינים אז אפילו וואס די מאנראע ... פארשטייט קענט עטץ נישט פארשטיין וועגען ענקער נארישע פאליטיק!!!

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:20 pm
דורך שרייבער
בארואיג דיך נטורי קרתא, ביסט נישט אויף הייד פארק (חוץ אויב דיך האט מען נעכטן ארעסטירט פארשטיי איך...)

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:20 pm
דורך גדעון
שוין, מ'האט שוין ארויסגעלאזט דעם עסקן פון פאליס סטעישאן! איך האף אז די האסט דארט מוחה געווען די וויי געשריי פון ערליכע אידן, וואס קלאגן און יאמערן אויף די בלוי און ווייסע פאליס קארס,

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:24 pm
דורך דעמאקראטיע
שרייבער האט געשריבן:
דעמאקראטיע האט געשריבן:לויט וויאזוי איך האב געהערט וואס עס איז פארגעגאגען ביי די אסיפה בבית האדמו''ר מהר''א קוקט מיר אויס פונקט קאפויער ווי אזוי דו לייגסט עס אראפ
איך ציטער צו שרייבן מער אבער די אויסטויש צווישן מהר''א אין רב קאטלער בנוגע ליבאוויטש איז זייער א נארישע מאוו מצד מהר''א וואס פאסט זיך פאר קליינע קינדער (כבודו במקומו מונח)

ווען מען הערט האלבע זאכן קוקט עס טאקע אויס נאריש אבער ווען מען הערט די בעפאר און עפטער איז אלעס מובן

איך האב געזען א טראנסקריפט פון די גאנצע אסיפה בבית האדמו"ר מהר"א שליט"א, ווי פארשטענדליך גיי איך עס נישט דא מעתיק זיין מפני כמה סיבות, אבער לאמיר נאר בארירן די נושא פון ליבאוויטש, איך מיין אז ס'איז שוין ערווענט געווארן ערגעץ, די רעדעריי פון ליבאוויטש איז כלל נישט געווען א טענה פארוואס מען רופט זיי נישט, ס'איז סך הכל געווען א הסבר מסביר צו זיין, אז פונקט ווי דו האסט פרינציפן האב איך אויך, און איך זע נישט גארנישט ראונג דערין, אדרבה דו האלטסט אז יא זיי מסביר

עס איז בכלל נישט קיין סתירה אין מיינע אויגן איז עס זייער א נארישע מאוו ארויפצוברענגען יענעמס אלטע חאזעריי אין עס צושטעלן צו קנאות
נאכדערצו אז ליבאוויטש אפיציעל שטעלט זיך צו צום כינוס
דאס איז זיכער א רב קאטלער האט געטוישט זיין מיינונג איבער מהר''א
אקעי באלד קומט באריסטא אין טראסקעט מיך ארויס בשן ועין

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 4:27 pm
דורך שרייבער
ווער רעדט פון אלטע חאזעריי
מען האט דאך געטון א פעולה מען האט זיי אויסגעשלאסן, און ר"מ האט מסביר געווען פארוואס, און מהר"א האט אים געזאגט איך האב נישט קיין טענות, איך פארשטיי איר האט פרינציפן, פארשטייט אז מיר האבן אויך פרינציפן, וואס אזוי שווער צו פארשטיין

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 5:05 pm
דורך אוי טאטי
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נעבעך
נעבעך!!!

מע האלט שוין אזוי ווייט פון דעם רביןס דעת אז מען וויל זיך נאך טענהנען אויף וואס ער האט געהאלטען!! ווער עס האט דורעכגעלערענט ויואל משה אפילו איין מאל ווייסט זייער גיט וואס ער האט געהאלטען!!! ווי אלע עהרליכע תלמודים פון רבין זענען מעיד!!!
שעמטס ענק זאלוינים אז אפילו וואס די מאנראע מסית ומדיח פארשטייט קענט עטץ נישט פארשטיין וועגען ענקער נארישע פאליטיק!!!


פליז זאג עס איבער שטייט און רואיג, מען זאל עס פארשטיין.
שכח

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 5:30 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אוי טאטי האט געשריבן:
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:נעבעך
נעבעך!!!

מע האלט שוין אזוי ווייט פון דעם רביןס דעת אז מען וויל זיך נאך טענהנען אויף וואס ער האט געהאלטען!! ווער עס האט דורעכגעלערענט ויואל משה אפילו איין מאל ווייסט זייער גיט וואס ער האט געהאלטען!!! ווי אלע עהרליכע תלמודים פון רבין זענען מעיד!!!
שעמטס ענק זאלוינים אז אפילו וואס די מאנראע מסית ומדיח פארשטייט קענט עטץ נישט פארשטיין וועגען ענקער נארישע פאליטיק!!!


פליז זאג עס איבער שטייט און רואיג, מען זאל עס פארשטיין.
שכח


אבער צו וואס די ליארמס? און פארוואס די נורא'דיגע קולות?

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 7:18 pm
דורך זלמן זאפיר
ןןאס מיינט מסית ומדיח ?

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 11:06 pm
דורך משה געציל
דזשאסט אין! אין ישיבה של מהר"א האט דער משגיח געכאפט א בחור'ל רעד הענדעט מיט א טיקעט צו סיטי פילד, א פארשעמטער האט דער בחור'ל געוויזען פארען משגיח אז דער טיקעט איז פאר מאנטאג...