בלאט 3 פון 6

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
תגובה תגובה ווי איז דיין הומאר?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 7:01 pm
דורך ברוך שאמר
פארשטיי גיט וויאזוי די ווילסט עס ריפן מיזטי געדענקן אז ווייסע זאקן איז א גאר חשובע חסידישע לבוש (כמעט ביי אלע רבנים ואדמורים )קימט אויס אז אויסטין אזא לבוש איז א קים ועשה וואס איז א גרויסע No No

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 8:49 pm
דורך איחוד פעלד
עס ווענד זיך אביסעל אין דיין שלום בית אויף איין פעידזש מיט דיין ווייב סטאטוס, אויב זי איז מיט דיר, קענסטו איר בעטען א טובה, ס'זאל הייסען אז זי וויל נישט זאלסט עס טראגען, ושלום על ארבעס.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:08 pm
דורך לאליפאפ
ארבעס האט געשריבן:דער וואס איז גענוג א טיפיש צי אינזין האבען ביי שידוך טוהן , וויל איך עם נישט.

באשטעטיגסט מיר פישלע העררינג'ס חשד...

תחת השמש האט געשריבן:איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

איך גיי אויך ווייסע זאקן און איך האב עס גראדע ליב, אין מיין פארטיי גייען אסאך קילערע ווי מיר אויך אזוי און איך זעה גראדע הישט וואס דעי זאקעלעך זענען מעלה אדער מוריד, ווילאנג איך שעם מיך נישט מיט מיינע שיינע געקרייזלטע פיאות און מיין האריגע באקרוינטן שטריימל, שעם איך מיר נישט מיט דעם.

בעל הבית האט געשריבן:פארוואס פעלט אויס צו פארדרייען די נושא
מ'רעדט פון "אויסטהון" נישט "אנטוהון"

עפען דיר אויף א אנטוהון ווייסע אשכול

פון דעי איין פאר זאקן דארף שוין זיין צוויי אשכולות? קוים איז דאס א דיסקאשן פאר איין אשכול..
לעיקוואד האקט.

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:14 pm
דורך גרוש
איך גיי מיט ווייסע זאקן,
שבת,
יו"ט
חוה"מ
פורים
און איך גלייך עס זייער שטארק

איך טראכט אפילו אז אויב כ'וועל טרעפן א שידוך וואס כ'וועל מיר מוזן אויסטוהן, וועט מיר עס נישט שמעקן,
אבער כ'וועל נישט האבן קיין ברירה,
אנדערע זאכן וואלט איך לכתחלה געטוהן פאר א שידוך,
דאס איז טאקע נישט קיין הלכה אבער, איך האב עס נאך אלץ זייער ליב, שבת ויו"ט,

בנוגע אויסטוהן, אויב די ווייסע זאקן באדערט דיר, האלט איך אז זאלסט עס שוין אויסטוהן, א חוץ אויב דאס וועט אויסמאכן אויף די לוק וואס דו וועסט האבן ביי דיין ווייב און קינדער,
פאר אנדערע מענטשן דארפסטו נישט געבן קיין דעם,

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:41 pm
דורך שמעקעדיג
גרוש האט געשריבן:איך גיי מיט ווייסע זאקן,
און איך גלייך עס זייער שטארק
איך טראכט אפילו אז אויב כ'וועל מיר מוזן אויסטוהן, וועט מיר עס נישט שמעקן,

ווילאנג עס שמעקט נישט ווען דו טוסט עס אויס איז גוט :P

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:54 pm
דורך יאיר
אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 10:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
דאס אז יעדער איד זיינס גלייכן גייט דערמיט, משא"כ ווייסע זאקן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:06 am
דורך עפל סיידער
איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:43 am
דורך חכם עתיק
פערצופאל איך קוק עס אן זייער קאאל ווייסע זאקן.. שוין א לאנגע צייט וואס עס ציהט מיך..

אפשר מאכן מיר א חליפין?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:50 am
דורך [NAMELESS]
רעדט צום שדכן אז עכט ווילסטו יא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:57 am
דורך יאיר
תחת השמש האט געשריבן:איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

תשובה: לא לשנות. שלום ביתו עדיף מכבוד שבת.
הק' יאיר
פה בית הקפה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:59 am
דורך פישלע העררינג
וכאשר שאלו את רבי חיים, שליט"א, השיב במתק לשונו ובייחודיות המאפיינת את גדלותו בלא בלא בלא, ואמר בקצרה: "אולי".

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:59 am
דורך ארבעס
יאיר האט געשריבן:אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

טלית קטן אין קאפעל שטייט אין שולחן ערוך. משא״כ זאקען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:01 pm
דורך ארבעס
עפל סיידער האט געשריבן:איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

שוין איך בלייב דערמיט :D

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:10 pm
דורך פישלע העררינג
ארבעס האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

טלית קטן אין קאפעל שטייט אין שולחן ערוך. משא״כ זאקען.

אין שלחן ערוך גאר? מראי מקומות פליז...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:24 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

איך וואלט אייך געראטען דאס אויסצוטוהן וואס פריער וואס שנעלער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:29 pm
דורך גאנצל
דאס איז אנגענומען אז אוועקלויפן פון א פראבלעים פירט צו זייער שלעכטע ריכטונגען היינט ביסטו נישט באקוועם מיט ווייסע זאקן מארגן וועט דיר באדערן עפעס אנדערש וועסטו אויך אנטלויפן

די בעסטע וועג פראביר צו מאכן באקוועם מיט דיינע ווייסע זאקן אינאיינעם זוי ווי פריערט אראפ געברענגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:00 pm
דורך עפל סיידער
ארבעס האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

שוין איך בלייב דערמיט :D

:like :like
שוין לאנג נישט געהאט אזא גיטע געפיל, מאכען נאך א יוד אויפגעקלערט נאכדערצו אויף אזא גרינגע און שנעלע מיטל.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:03 am
דורך ראש כבש
איך עפען א נייע ניק פאר דעם אשכול משום טעכנישע סיבות.
[tag]ארבעס[/tag] עמך אנכי בצרה,
איך בין פון א משפחה וואס איז שטארק אקטיוו און איינע פון אזויגערופענע חסידותען.
איך תהלה לקל האב ב״ה אן אייגען לעבן און מיין לעבן איז נישט געבויט אלץ נאך א שטיקעל פלייש צו די חסידות.
דאס איינציגסטע זאך וואס איך בין נאך געבליבען איז דיע נערישע יונפורם פון די קורצע הויזען און די ווייסע זאקען.
יעדען שבת עקסטער גייט מיר עס אויף די נערווען.
אפשר מאך מיר א חברותא טובים השנים,לאמיר צוזאמען אויסטוהן די זאקען לאמיר זעען וויאזוי סגייט דיע שבת אויב פילען מיר גאר גוט דעמאלס קענען מיר נאך קויפען שיינע הויזען אויף פסח, און אפשר גאר שיינע סטייל שיך.
וואס זאגסטו ארבעס א דיעל ?

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:41 am
דורך שטילע אינגערמאן
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

אה, ממש דברים של טעם,
כ'האב אויך א חבר, ער איז זייער דיפרעסט לעצענס, כ'האב עס תולה געווען אין זיין שלום בית, פרנסה, נחת פון די קונדער,
כ'האב געוויסט עיהם צו העלפן וועט זיין שווער, שיקן פאר העלף, טרעפן א נייע דזאב, וגו'

אבער אינמיטן העלן טאג איז @ציבעלע אויפגעקומען מיטן געדאנק,
זיין דיפרעסיע האט גארנישט מיט שלום בית אדער פרנסה, ס'האט מיט איין זאך, איינמאל א וואך גייט ער לאנגע גאטשעס, דא שטעקט זיין דיפרעסט קייט, כ'גיי עיהם שוין יעצט רופן זאגן די לעזונג,
כ'בין זיכער ער גייט זיין א נייע מענטש

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 8:20 am
דורך [NAMELESS]
שטילע לייג דיין תגובה נאכאמאל איך זאל דיר קענען געבן נאך א לייק.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 10:00 am
דורך ארבעס
ראש כבש האט געשריבן:איך עפען א נייע ניק פאר דעם אשכול משום טעכנישע סיבות.
[tag]ארבעס[/tag] עמך אנכי בצרה,
איך בין פון א משפחה וואס איז שטארק אקטיוו און איינע פון אזויגערופענע חסידותען.
איך תהלה לקל האב ב״ה אן אייגען לעבן און מיין לעבן איז נישט געבויט אלץ נאך א שטיקעל פלייש צו די חסידות.
דאס איינציגסטע זאך וואס איך בין נאך געבליבען איז דיע נערישע יונפורם פון די קורצע הויזען און די ווייסע זאקען.
יעדען שבת עקסטער גייט מיר עס אויף די נערווען.
אפשר מאך מיר א חברותא טובים השנים,לאמיר צוזאמען אויסטוהן די זאקען לאמיר זעען וויאזוי סגייט דיע שבת אויב פילען מיר גאר גוט דעמאלס קענען מיר נאך קויפען שיינע הויזען אויף פסח, און אפשר גאר שיינע סטייל שיך.
וואס זאגסטו ארבעס א דיעל ?

מסכים.
מוצאי שבת עמיר פאויסטען אלע ביידע ווי אזוי ס,געגאנגען.
א דיעל?