בלאט 3 פון 50
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:53 pm
דורך signout
איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען פאר די מאגעזין אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:55 pm
דורך זעהט אויף פאראויס
signout האט געשריבן:איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל
ווער זענען זייערע שרייבער'ס דא אויף ק"ש?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:01 pm
דורך signout
זעהט אויף פאראויס האט געשריבן:signout האט געשריבן:איך ווייס נישט וואסערע גיטע שרייבערס זיי האבען אבער דא אויף ק''ש האבען זיי נישט צו גיטע שרייבערס, זייער נישט פראפעשאנעל
ווער זענען זייערע שרייבער'ס דא אויף ק"ש?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:04 pm
דורך איך אויך
איינער דא כאפט נישט א רמז עבה כפיל.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:00 pm
דורך יאיר
ביטע לאכט מיך נישט אויס, אבער איך וויל אמת'דיג פארשטיין דער חילוק צווישן די בילדער מאגאזינען. וואס איז שוין שייך צו מחדש זיין, לייגן א בילד מיט פארגלייזטע אויגן אדער די הענט אין די הייך?
פון צייט צו צייט קומט מיר אויס צו זען די מאגאזינען, און גראדע האב איך גאנץ פיין הנאה דערפון. אבער איך זע נישט קיין עכטער חילוק צווישן איינס און די צווייטע.
אזוי אויך וויל איך פארשטיין ווי אזוי די מאגאזינען מאכן חוזק פון רבי'ס. איינמאל געדענק איך אז איינע פון זיי האט געהאט בילדער פון א באבוב'ער חתונה און די בילדער זענען געווען בלורי. דאס מיינט מען?
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:26 pm
דורך סאשי פיש
[tag]יאיר[/tag]
יאיר האט געשריבן:ביטע לאכט מיך נישט אויס, אבער איך וויל אמת'דיג פארשטיין דער חילוק צווישן די בילדער מאגאזינען. וואס איז שוין שייך צו מחדש זיין, לייגן א בילד מיט פארגלייזטע אויגן אדער די הענט אין די הייך?פון צייט צו צייט קומט מיר אויס צו זען די מאגאזינען, און גראדע האב איך גאנץ פיין הנאה דערפון. אבער איך זע נישט קיין עכטער חילוק צווישן איינס און די צווייטע.
עס ווענט זיך צו די בילדער זענען גוט געכאפט א גוטע פאז וכו" צו עס איז קלאר און אזוי ווייטער
אזוי אויך וויל איך פארשטיין ווי אזוי די מאגאזינען מאכן חוזק פון רבי'ס. איינמאל געדענק איך אז איינע פון זיי האט געהאט בילדער פון א באבוב'ער חתונה און די בילדער זענען געווען בלורי. דאס מיינט מען?
איך ווייס פן איין מעשה ווי משה וואלף קליין האט זיך געשטעלט אונטער סאטמער מהר"א און געמאכט א פאני פנים און די בילד איז ווי פארשטענטליך אריין אין די "בליק" אויסגאבע.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:18 am
דורך איינגעמיירעט
ותרד פלאים,
לא עלינו וואו די דורות טראסקענען פון ביג בענג דיסקוסיעס אלל די וועי דאין to די וואך און די בליק דיסקוסיעס אזא טראסקע.
הזאת קאווע ?
זעט אויף פאראויס האט פאראויס געזעען אזא ירידה פון אונטער די קוליסען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:32 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:34 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 7:38 am
דורך ידען
אבטולמוס האסט נאכנישט געלייענט?
איך וויל וויסן אויב סיז אינטערעסאנט און אויב סיז אינעווענדיג אויך גוט אזוי ווי סע זעהט אויס אינדרויסען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:17 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]אבטולמוס[/tag], איך פראביר צו דמיון'נען וואו די אבטולמוס'ס פונעם קומענדיגען דור וועלן זיצען - ווי דיר, אויף יעדע קוצ"ו ש"ל דער אי"ד - און ארויסלערנען פון דעם מאמענט מאגאזין שטריכען פון אונזער לעבען כאראקטער.
דיין אייניקעל וועט שרייבן בערך אזוי:
דער נאכאנאנדע קאמף פון די וויזניצ-מאנסי רביים למושבותיהם קעגען בילדער, איז רעלאטיוו א נייע. דער ערשטער וויזניצ-מאנסי רבי איז בכלל-נישט געווען אזוי להשמיד. Hence די ערשטע מאמענט וואס איז ערשינען נאך בחייו פונעם ערשטע וויזניצ-מאנסי רבי, פיגורט א קאלירטע בילד פון בנו חביבו, ר' אליעזר זאב!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:42 am
דורך מאראנצןזאפט
זדאס הייסט מארקעטינג!
איך דארף אייך נישט מסביר זיין אין וואס פאר א קאלעך אויוון די ארויסגעבער האבן זיך אריינגעלייגט ווען וויליאמסבורג גייט יעצט ווייס ווערן מיט מחאות נמרצות.
איז געגאנגען ר יואליש, און האט ארויסגעשטעלט אויפן ערשטן זייט פונעם ערשטן אויסגאבע אן אינטערוויו מיט הרב הצ' ר' אליעזר זאב. דאס הייסט דער קאפ אויפן פלאץ!
ר' אליעזר איז א איד וואס געניסט פון אומגעהויערע רעספעקט ביי שלומי אמוני ישראל זייענדיג אליין א ווארעמער חסידישער איד און א גאון הגאונים במדת החסד. און גלייכצייטיג גלויב איך אז דער ארטיקל איז העכסט אינטערסאנט. אלס איינער וואס האט מיטגעלעבט זיין סדר היום פאר חדשים לאנג קען איך מעיד זיין אז דער איר קען יעדן טאג שרייבן א בוך.
אין א קאמישער אנעקדאט וואס דער שרייבער אין מאמענט האט מן הסתם נישט אויפגעצייכנט: ער לויפט ארום אין ביהמ"ד צוזאמנעמען די פאפנדעקלעך פון די קלינעקס טישו באקסעס און דאס נוצט ער פאר זיינע מעמא פעדס. ער האט א געברויך פון "צענדליגער" שטיק א וואך ווי ער פארצייכנט זיך די טויזנטער קאנטאקטן ער איז אנגעוויזן.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז קיין שום אייפעד וועט נישט קענען הענדלען די געברויך ער פארמאגט און דעריבער מוז ער גיין פרימיטיוו...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:00 pm
דורך זעהט אויף פאראויס
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זדאס הייסט מארקעטינג!
איך דארף אייך נישט מסביר זיין אין וואס פאר א קאלעך אויוון די ארויסגעבער האבן זיך אריינגעלייגט ווען וויליאמסבורג גייט יעצט ווייס ווערן מיט מחאות נמרצות.
איז געגאנגען ר יואליש, און האט ארויסגעשטעלט אויפן ערשטן זייט פונעם ערשטן אויסגאבע אן אינטערוויו מיט הרב הצ' ר' אליעזר זאב. דאס הייסט דער קאפ אויפן פלאץ!
ר' אליעזר איז א איד וואס געניסט פון אומגעהויערע רעספעקט ביי שלומי אמוני ישראל זייענדיג אליין א ווארעמער חסידישער איד און א גאון הגאונים במדת החסד. און גלייכצייטיג גלויב איך אז דער ארטיקל איז העכסט אינטערסאנט. אלס איינער וואס האט מיטגעלעבט זיין סדר היום פאר חדשים לאנג קען איך מעיד זיין אז דער איר קען יעדן טאג שרייבן א בוך.
אין א קאמישער אנעקדאט וואס דער שרייבער אין מאמענט האט מן הסתם נישט אויפגעצייכנט: ער לויפט ארום אין ביהמ"ד צוזאמנעמען די פאפנדעקלעך פון די קלינעקס טישו באקסעס און דאס נוצט ער פאר זיינע מעמא פעדס. ער האט א געברויך פון "צענדליגער" שטיק א וואך ווי ער פארצייכנט זיך די טויזנטער קאנטאקטן ער איז אנגעוויזן.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז קיין שום אייפעד וועט נישט קענען הענדלען די געברויך ער פארמאגט און דעריבער מוז ער גיין פרימיטיוו...
ווען גייט וויליאמסבורג ווערן ווייס מיט צעטליך? אינטערגעהערט אז מאמענט אליין גרייטן זיך צו ארויסגעבן פאשקעווילן קעגן זיך אליין, היינט איז דאס א מעטאד צו אדווערטייזן!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 7:26 pm
דורך בארא פארקער
ווי קען מען אנהאלטען דעים מאגאזין? ס'איז שוין אין געשעפטען? כהאב געזוכט אין נישט געטראפן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:59 pm
דורך אבי גערעדט
אין אייוועלט ברויזט דער עולם אז דער מאמענט איז נאכנישט אין די געשעפטן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:13 pm
דורך zurich
זייער א שיינע ארבעט. פאר די ערשטע מאל זיכער, מצליח מעיג זיך שעמען!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:59 pm
דורך מאראנצןזאפט
קליידער שאפע פון יעקב שפיטץ איז פון פרעצעדענטלאזן קאליבער וואס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אין אידישן מארק און שפראך.
אויב מאמענט וועט אנהאלטן דעם איצטיגן שטאפל, וועלן זיי ארויפשלעפן אידיש ליטעראטור אויף גענצליך נייע רעלסן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:24 pm
דורך sefish
איך האב עס געקויפט, און מיין ערשטע קריטיק איז טאקע קריטיק! די פאפיר פון מאמענט איז נישט אזא שיינע ווי משפחה אדער עמי נוצן, ס'דערמאנט מיר פון דעם מאגעזין ''דער בליק'' ווען זיי האבן זיך רעארגענייזד יארן צוריק און געטוישט פאפיר מיט גראפיק בעפאר זיי זענען עווענטועלי אינגאנצן אונטערגעגאנגען. ס'ליינט זיך נישט און פילט זיך נישט בע'טעמ'ט אין די האנט אזא אנטיק אויסזעענדע דינע פאפיר.
אפגעזען ווי גוט דער תוכן איז, און ס'קוקט אויס גוט, וועל איך עס נישט קויפן אויב זיי טוישן נישט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:56 pm
דורך קאווע טרינקער
WOWOWO
שנעל דורכגעבליקט. ס'זעהט אויס מעכטיג.
איין זאך גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווער - וואס איז גענוג קלוג צו ליינען אזויפיל חומר - איז נאך נייגעריג אין די בילדער פון יעדע שומר אמונים רבי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:57 pm
דורך פישלע העררינג
כאטש די ערשטע פאר בלאט וואלטן זיי געדארפט מאכן מיט א דיקערע פאפיר. עס האלט זיך נישט גוט.
האט נאך איינער באמערקט אז זיי האבן א "קאווע צימער"?...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:58 pm
דורך יאיר
מען קען קויפן די מאמענט אן די בליק?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:59 pm
דורך סאשי פיש
ניין עס קומט צוזאמען