בלאט 3 פון 6

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 3:20 pm
דורך שנאפס
פופציג יאר יאר דערויף

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:11 am
דורך שמעקעדיג
אוי טאטי האט געשריבן:אדער האט זייער השגחה דאס געהייסן טין.


די שפאקטיוו פון דעם חודש (אלול) איז זייער שיין,
אבער איך זעה אז די השגחה איז אראפ (כ'מיין, ס'ערשיינט נישט)
און אלע בילדער פון די רשעים (בין לאדען) זענעם במילואם, נישט בלארי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:46 am
דורך שמעקעדיג
דעם חודש (אלול) האב איך זייער ענדזשויט דעם שפאקטיוו.
די שארקס, אסאמא בין לאדינ'ס טויט, קוריאזע קאנגרעסלייט, 50 ארעסטאנטן אנטלויפן פון אן אפגאנער תפיסה, ועוד.
אגב, די פנימ'ער זענען נישט בלארי.
די פארזעצונג פון די היידזשעקונג איז אויך אויסערגעווענליך. ס'ציט מיר אן די נערוון עפעס נישט סתם...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:10 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער איך זעה אז די השגחה איז אראפ (כ'מיין, ס'ערשיינט נישט)
.

די הכשר איז אויף די קאווער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:26 am
דורך zurich
יא יא ענדליך האט ער זיך דערוועקט פון זיין דרימל ער האט אנגעהויבן צו שרייבן ווי א מענטש!!

לאמיר האפן ער וועט אנהאלטן ווייטער און מיט א שמוץ אריבער.

האסטו געזעהן אזאנס דערווייל האט ער נאך נישט גערעדט קיין ווארט איבער די צוויי קאנדידאטען.
ראמני איז זיכער טיף באליידיגט! :lol:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:34 am
דורך זר זהב
ראמני קען זיך לייגן שלאפן,
ער איז טאוסט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:59 am
דורך קרעקער
משוגע דארף ער זיין יא צו מאכן די פנימ'ער בלארי
זיי האבן דאך עם גע'אסר'ט אפילו ער האט געהאט בלארי פיקטשערס

שמעון, לאך דיר אויס און שטעל אונז צו גוד סטאף!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:33 pm
דורך טאמבל סאס
איך אלס שטענדיגער לייענער פון דער שטערן בין אויך זייער פרייליך געווען צו קענען ענדליך זען נעזער מיט אויגעלעך. און די בין לאדין אקציע איז לדעתי געווען דער הויכפונקט פונעם שפאקטיוו דעם חודש. יעפ, די גאנצע זאך איז געווען אויסערגעווענליך גוט.
יעצט די פארזעצונג האלט איך נישט מיט וויבאלד כ'האב פיינט צו זיין אנגעצויגן פון איין וואך אויפן צווייטן. איך האף נאר אז ער וועט זיינע פארזעצונגען איין טאג ארויסגעבן אין א בוך, כ'זאל עס קענען אויף איינמאל אראפשלינגען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:24 pm
דורך zurich
טאמבל סאס האט געשריבן:איך אלס שטענדיגער לייענער פון דער שטערן בין אויך זייער פרייליך געווען צו קענען ענדליך זען נעזער מיט אויגעלעך. און די בין לאדין אקציע איז לדעתי געווען דער הויכפונקט פונעם שפאקטיוו דעם חודש. יעפ, די גאנצע זאך איז געווען אויסערגעווענליך גוט.
יעצט די פארזעצונג האלט איך נישט מיט וויבאלד כ'האב פיינט צו זיין אנגעצויגן פון איין וואך אויפן צווייטן. איך האף נאר אז ער וועט זיינע פארזעצונגען איין טאג ארויסגעבן אין א בוך, כ'זאל עס קענען אויף איינמאל אראפשלינגען.

נעה דו דארפסט נישט זיין אנגעצויגן א גאנצע חודש דערפאר איך פארגעס דערפון דריי מיניט נאכן אראפלייגן דאס ביכל!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:52 am
דורך ברוין
ליינענדיג די שפאקטיוו די חודש בין איך שטארק אנטוישט אין אשר לעווין'ס ארטיקל. נישט די תוכן וואס באדערט מיך אזוי, נאר די אפענע גראבע גרייזן ווי "דו VS די" און נאך אסאך אזאנע גראבע טעותים וואס פאר אזא שריפטשטעלער ווי ער איז עס א C-
ער פלעגט אמאל זיין מיין רבי אויב האב איך געוואלט וויסן וויאזוי אויסצולייגן א ווארט. יעצט איז ער ביי מיר אפגעפרעגט. עס טוט מיר וויי אז די שפאקטיוו האלט ביי אזא מצב

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:05 am
דורך [NAMELESS]
לעווין איז נישט קיין פערפעקציאניסט אין גראמאטיקס, זיין מעלה איז אז ער איז אן ארגינעלער דענקער, אינטערסאנט אז די פלעגסטו בכלל אמאל קוקן אויף זיין גראמאטיק ווי ער איז בכלל נישט זייער אויסגעצייכנט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:38 am
דורך זר זהב
איך וואלט ענדערש געבלעימט דעם מגיה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:48 pm
דורך ברוין
ווען איך ליין די שטערן און שפאקטיוו ליין איך עס אויך זיך צו צורייבן אין שרייבן און אין גרעמער. ביז היינט האב איך געמיינט אז אשר לעווין איז חוץ א געלונגענע דענקער ווי דו רופסט אים אויך א געלונגענע שרייבער. כאטש איך ליין אים מער אלס זיין פאעטישע חלק פון זיין שרייבן וואס דארט האלט איך אויך אז ער קען ניצן צומאל א גוטן שאקל אבער שוין, דאס גייט נאך מיט. אבער די חודש האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז דער קען ניטאמאל די יסודות פון שרייבן. צו מאכן א טעות פון "דו און די" איז די סאמע יסודות.

און זר זהב. יא די מגי' איז זיך שולדיג פארן נישט פאררעכטן אלע גראבע טעותים אונעם ארטיקל ווי צוויי מאל די זעלבע ווארט אדער מערערע פינטלעך און קאמעס נישט, אין פלאץ. אבער מיט אשר'ן בין איך דיסעפוינטעד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:34 pm
דורך zurich
ברוין האט געשריבן:ווען איך ליין די שטערן און שפאקטיוו ליין איך עס אויך זיך צו צורייבן אין שרייבן און אין גרעמער. ביז היינט האב איך געמיינט אז אשר לעווין איז חוץ א געלונגענע דענקער ווי דו רופסט אים אויך א געלונגענע שרייבער. כאטש איך ליין אים מער אלס זיין פאעטישע חלק פון זיין שרייבן וואס דארט האלט איך אויך אז ער קען ניצן צומאל א גוטן שאקל אבער שוין, דאס גייט נאך מיט. אבער די חודש האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז דער קען ניטאמאל די יסודות פון שרייבן. צו מאכן א טעות פון "דו און די" איז די סאמע יסודות.

און זר זהב. יא די מגי' איז זיך שולדיג פארן נישט פאררעכטן אלע גראבע טעותים אונעם ארטיקל ווי צוויי מאל די זעלבע ווארט אדער מערערע פינטלעך און קאמעס נישט, אין פלאץ. אבער מיט אשר'ן בין איך דיסעפוינטעד

ליידער ליידער!! זיי האבן שוין נישט קיין געפיעל צו דעים וועיגן דעים קיקט עס אזוי אויס.
איך זאג דיר צו אז ביי די זמן וועסטו נישט טרעפן אזאלכע טעותים!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:03 am
דורך שמעקעדיג
דער שפאקטיוו דעם חודש כסלו.

שיינע ארטיקלען!
איך בין בפרט נתפעל געווארן פון הרב אשר לעווינ'ס ארטיקל אנטקעגן אמעריקאנער תפיסות.

זעהט דא:
viewtopic.php?p=62042#p62042

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:32 pm
דורך לעמיל
האט דער שפאקטיוו אויפגעהערט ארויס קומען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:26 pm
דורך יידל
א טאג נאך לעמיל'ס פראגע איז דער שפאקטיוו אנגעקומען אין די געשעפטן (זעט אויס שמעון ראלניצקי ליינט קאווע שטיבל). די קאווער ארטיקלען זענען: אינטערוויו מיט א הויכראנגיקער חרדי'שער איד אין די סיקרעט סערוויס, די היסטאריע פון דזשענערל מאטארס (GM) און די לעבן און שאפן פון הערי הודיני.

דורכבלעטערנדיג די ארטיקל איבער הודיני איז מיר געווען אינטערעסאנט צוויי חלקים פון הערי הודיני'ס לעבן וואס זענען נישט דערמאנט געווארן אין דעם ארטיקל. די ערשטע איז זיין פילם קאריערע. ס'איז גאר פשוט און פארשטענדליך פארוואס די שפאקטיוו זאל דאס אויסלאזן. די צווייטע חלק איז שוין יא שטיקל תמיהה פארוואס עס איז נישט באשריבן געווארן און דאס איז זיינע אקטיוויטעטן אין אויפווייזן די פאלשקייט פון זעלבסט-דערקלערטע כישוף מאכערס, חוזים און נביאים. עס איז נאך מער אינטערעסאנט, ווייל דער שרייבער פונעם ארטיקל מאכט זיכער מדגיש צו זיין אז הודיני האט נישט געארבעט מיט כישוף ח"ו, אבער ער פארפעלט צו שרייבן די צווייטע חלק אז ער האט גאר זיך קעגנגעשטעלט אזוי געריפענע כישוף מאכערס. עס איז אויך אינטערעסאנט צו באמערקן אז הודיני איז באשולדיגט געווארן אין זיין א כישוף מאכער, און איינער פון זיינע חבירים האט אפילו גע'טענה'ט אז זיין כישוף איז אזוי שטארק אז ער קען מבטל זיין די כוחות הכישוף פון אלע אנדערע מכשפים וואס זענען אין די צימער צוזאמען מיט אים. יענער האט געוואלט דערמיט פארענטפערן פארוואס די אלע א.ג. כישוף מאכער פארלירן זייערע "כוחות" ווען הודיני האט זיי אויספרובירט. הודיני האט זיך למעשה צושלאגן מיט דעם חבר טאקע איבער דעם נושא וויבאלד הודיני האט גע'טענה'ט אז אלעס וואס ער טוט זענען בלויזע טריקס בעת יענער האט געהאלטן אז ער איז א באהאלטענער כישוף מאכער. נאך אינטערעסאנטער איז אז דזשעימס רענדי, דער היינטיגער הודיני (וועלכער האט אויך איבערגעשטיגן הודיני'ס רעקארד פון זיין אין א קאסטן אונטער די וואסער און פירט א מערכה אנטקעגן א.ג. כישוף מאכער), ווערט אויך באשולדיגט און זיין א באהאלטענער כישוף מאכער, א זאך וואס רענדי לייקנט שטיין און ביין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:23 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 4:52 pm
דורך אויבער חכם
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.



איך האב איויכעט הנאה צי ליינען הרב לעווין אין די שטערן און שפאקטיוו, אבער וואס מיינסטו צי זאגין מיט "מכסה טפחיים"? עס איז גאנצ אבוויעס ווען ער זאגט אז ספעלט אין הנהגה, וואס איז ער דא "מכסה"?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
יא, איך האב אויך געליינט הרב לעווין'ס ארטיקעל און ס'איז הערליך. איך האלט אויך ווי בענדזשעמין אז ער איז מכסה טפחיים, און אפשר אסאך מער ווי טפחיים. ער רעדט נישט קלאר -נאר ברמז- פון דאס אז מ'האט הייסט אסאך מער קינדער פון אמאל, פון דאס אז די מנהיגים טויגען נישט, פון דאס אז די עסקנים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, פון דאס אז מ'מיז אויפהערן מיט די אימלעגאלע שטיק, פון דאס אז מ'דארף בעסער מחנך זיין די קינדער צו קענען נארמאל רילעיטען צו גוים.
ס'א געוואלדיגע געלונגענע ארטיקעל! יישר כוח הרב לעווין!! (א שאד די שפאקטיוו האט נישט קיין לייק באטען)

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 6:33 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אויבער חכם האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.



איך האב איויכעט הנאה צי ליינען הרב לעווין אין די שטערן און שפאקטיוו, אבער וואס מיינסטו צי זאגין מיט "מכסה טפחיים"? עס איז גאנצ אבוויעס ווען ער זאגט אז ספעלט אין הנהגה, וואס איז ער דא "מכסה"?

אונזער ערוה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:13 pm
דורך יאיר
דאס איז פשט, ולא תעלה במעלות על מזבחי, כי אם בשפאקטיוו, אשר לא תגלה ערותך עליו.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:18 pm
דורך יאיר
דער שפאקטיוו דעם חודש האט אויך א גאר אינטערעסאנטער ארטיקל איבער אידענטיקעל צווילינגען וואס זענען געווארן אפגעטיילט הארט נאכ'ן געבורט און האבן זיך געטראפן יארן שפעטער, און מען האט געזען אז זיי זענען ממש אייניג, אפילו מיט געוויסע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די ען עי, ווי למשל די זעלבע משוגעת'ן. אויך זעט מען אז זיי האבן אפטמאל דעם זעלבן מזל, עס פאסירט ביי ביידע ענליכע געשעענישן אויף גאר א מערקווירדיגע אופן. איך וואונדער זיך אויב דאס קען זיין א מכה בפטיש פאר מאטעריאליסטן.