בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 9:51 pm
דורך הויזן טראגער
דריידל האט געשריבן:נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.

פישל׳ע האט אוודאי געהאט גאר א פרייליכער יום טוב, וואס איך בין נאך יא נייגעריג צו וויסן איז צו איין בלאט אין פסחים האט דיר געגעבן גענוג חיזוק אדער האסטו געמוזט אדורך לערנען מערערע בלעטער ביז די ביזט גיווארן מחוזק :lol: ??

נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל איבערבעטן ברבים אונזער טייערע פישעלע.

מיר האבן געפרעגט, אבער נישט געוואלט ענטפערן.
מיר האבן געבאדערט, אבער נישט געוואלט צולייגן א פלייצע.
מיר האבן געפאדערט, אבער נישט געהאלפן.

אודאי קען יעדער חכמולוג יעצט זאגן ווער האט דיר געבעטן זיך אונטער נעמען אזא ארבעט, ווען ער איז ווען יא מצליח פרעגסטו נישט און פראבירסט אפילו צו נעמען קרעדיט פאר דיר אויב מעגליך.

מיר וואלטן געדארפט זיין מער צו זיין רעכטע האנט. אי״ה קומענדיגע מאהל. און ווי אזוי האט מורי ורבי זצ״ל געזאגט? Success is the ability to go from one failure to another with no loss of enthusiasm. אדער ביי אן אנדערע שלו״ס האט ער אזוי ביטערלעך געוויינט מיט די ניגון הידוע און געזאגט: Never give in -- never, never, never, never, in nothing great or small, large or petty, never give in except to convictions of honour and good sense.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 7:41 am
דורך משולם שטיינפעלד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:טייערע חברים,

אינדיזיין מאכט צרות. אדער מאך איך איהם צרות. איינער פון די צוויי.

ווען איך פרינט צו פי די עף טוישט עס מיך ארום די פאנטס ווי אויף צו להכעיס. עס מאכט טייל קעפלעך אומלעזבער. אפילו טייל ארטיק'לען קען מען נישט לייענען.

איך לייג דא ביי א סעמפל פון די ערשטע 30 בלעטער, צו ווייזן וואספארא צרה צרורה דא טוהט זיך אפ.

#פראסטרעיטעד

#ערבפסח

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... REVIEW.pdf

דאונלאוד א פידיעף פרינטער למשל cutepdf און פרינט עס דורך דעם, עס גייט ווערן א פידיעף מיט די פולסטע קלארקייט אן קיין שום פראבלעמען

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 9:18 am
דורך פישלע העררינג
וכך אני נוהג. די פראבלעמען האבן נישט מורא פון קיוט פי די עף. עס טוהט נאר אויף אזויפיהל אז דער פייל ווערט כאטש געפראסעססט.

אגב, דער מארעל אוו דע סטארי איז "סטיק טו וואט יו נאוי". עס דויערט לאנג פשוט ווייל איך לערן מיך שטאטלעך א נייע פראגראם, ולא נסיתי בכל אלה. איך האב שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף די פסח אויסגאבע פאר פורים! איך האב אדורכגעקוקט יעדע סינגעל בינגעל אין גאנץ קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 9:24 am
דורך משולם שטיינפעלד
פאנטס קומען נישט גוט אויס מיט קיוט פידיעף אדער האסט אנדערע פראבלעמען?

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 9:28 am
דורך פליקער
פישל, דעיס איז קלאר נישט די מארעל, סטיק טו וואט יא קנאוי, איז א מהלך פון אקצעפטירן א דורך פאל, די ביזט זיכער נישט דורך געפאלן, די גמרא לערנט אינז, אין אדם עומד על דבר אלא אם כן נכשל בו, ווען וואלסט דו זיך אויסגעלערנט אינדיזיין, מיר האבן טאקע נישט געהאט דיין הגדה, אבער עס איז אלע מאל דא נאך א יאר, עס וועט זיכער זיין אינטערעסאנט דאן אויך, עס איז גארנישט געשעין, די קים איבער דעים פראבלעים אן קיין פרעשור, נישט חלילה גיב אויף, דאנט סטיק טו וואט יו נא, מיטשע זיך ביז די קריכסט ארויס, זיך, נישטער, פרעיג אויף אלע בלאגס, שטעל זיך נישט פאר גארנישט, אייוועלט קען זיין זייער בייהילפיג, לאז נישט נאך ביז די מאכסט פארשריט, אוי וועסטו גיט שפירן נאכדעים ווען די וועסט געוואויער ווערן ווי אזוי מען פאריכט דיין באג.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 9:31 am
דורך מאראנצןזאפט
פישל'ע העררינג האט געשריבן: איך האב שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף די פסח אויסגאבע פאר פורים! איך האב אדורכגעקוקט יעדע סינגעל בינגעל אין גאנץ קאווע שטיבל


Wow
עס לאזט זיך נישט גלייבן די כוחות ער לייגט אריין להוציא דבר נאה ומתוקן.
זאלסט אבער וויסן סאיז נישט לריק, דער עולם קוקט ארויס דערויף בכליון עיניים, די ערשטע זאך וואס איך טו אינדערפרי און די לעצטע פאר'ן גיין שלאפן איז א קוק אין שטיבל אויב קאווע בלעטער איז שוין ערשינען.
מצידינו זאל עס ארויסקומען אויף ל'ג בעומר, טעיק יור טיים, און ווען אימער סוועט זיין גרייט וועלן מיר אייך שטארק מכיר טובה זיין דערויף.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 10:30 am
דורך לית דין בר נש
הנני מצרף לכל הנ"ל

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 11:41 am
דורך עפל סיידער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א גוט מועד! (קרעדיט: שלמה שמש)

פילע אידען האבען געהאט א צושטערטער יו"ט, אבער לפי השמועה האט מען ווייניגער צאן געברויכט אויסהאקען דעם סדר נאכט.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:49 pm
דורך משה געציל
פשוט, אז מען גיסט נישט קיין עפל סיידער ביים סדר, האקט מען נישט קיין צאן.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
אילו נתן לנו פישעלע, ולא נתן לנו בלעטער דיינו.

הגדה של פסח * קאווע בלעטער * 148 עמודים!

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:48 pm
דורך פישלע העררינג
אט האט עטס, אידעלעך! די ערשטע 148 בלעטער פון די קאווע בלעטער הגדה של פסח.

לייענטס און האטס הנאה.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%92.pdf

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:15 pm
דורך דריידל
הויזן טראגער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.

פישל׳ע האט אוודאי געהאט גאר א פרייליכער יום טוב, וואס איך בין נאך יא נייגעריג צו וויסן איז צו איין בלאט אין פסחים האט דיר געגעבן גענוג חיזוק אדער האסטו געמוזט אדורך לערנען מערערע בלעטער ביז די ביזט גיווארן מחוזק :lol: ??


איך בין זיכער אז יעדער וואס ניצט אויס די איבריגע צייט וואס איז דא יו"ט מיט לערנען משניות צו גמרא מסכת פסחים אדער עני אנדערע זאך וואס מ'לערנט, שפירט א סיפוק און א דערהויבענקייט אונעם יו"ט. אונז דארף מיר אפרישיעטען די ימים טובים וואס גיט אונז א געלעגענהייט צו זיין אביסול אפגעהאקט פון די גוישע וועלט (און יא, אויך פון ק"ש דארף מען אמאל א ברעיק).

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:35 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ס'דא ליינען ק"ש אין ס'דא זיין עדיקטעט. ליינען איז א עונג יו"ט. און צו זיין עדיקטעט איז טאקע א פראבלעם.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסע ייש״כ זעהט אויס הערליך. און אסאך נייע זאכן. הערליכע ארבעט

נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 2:17 pm
דורך עפל סיידער
משה געציל האט געשריבן:פשוט, אז מען גיסט נישט קיין עפל סיידער ביים סדר, האקט מען נישט קיין צאן.

עס גייט צוריק אויכעט, זינט מען האט אויפגעהערט צו האקען מיט די צאן, גיסט זיך נישט קיין עפל סיידער.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:31 pm
דורך קרעקער
מקען נאך ערגעץ באקומען די אויסגאבע?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:45 pm
דורך אפטעמיסט
viewtopic.php?f=4&t=6278

[tag]קרעקער[/tag]

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:28 am
דורך קרעקער
די לינקס ארבעטען שוין נישט א וואך ציין

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:59 pm
דורך ראש הישיבה
לכבוד מזכה את הרבים, הרב [tag]פישל'ע העררינג[/tag] שליט"א

די לינקס ארבעטן נישט. ביטע צושטעלן אן אנדערע לינק וואס מיר וועלן קענען גומר זיין דורך לערנען דיין הפלא'דיגע הגדה.
יישר כח

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:03 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]קרעקער[/tag]

[tag]ראש הישיבה[/tag]

און אלע אנדערע וואס ווילן עס נאך האבן.

דא איז די לינק נאכאמאהל.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%93.pdf

לייענטס און האטס הנאה.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:09 pm
דורך קרעקער
יישר כח
הערליכ ארבעט