בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:42 pm
דורך געפילטע פיש
האלאו, ביזט מכשיל מענטשען מיט זאגן מאוסע ווערטער!
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:54 pm
דורך [NAMELESS]
כבערל ועוד לקרא.
איך געב אים נישט גערעכט, אבער איך פארשטיי אים. ער האט זיך אליינס געבעטן ביי פייער לעשער אז מ׳זאל אים געבן אפאר מינוט נאך, זיי האבן אבער זיך גע׳עקשנ׳ט אז ניין, און זיי האבן פראבירט צו לעשן די פייער בשעת ער האט אריינגעווארפן די חמץ. ער איז א ערליכע איד וועלכע האט געוואלט פארברענען זיין חמץ, און די פייער לעשער ווייסן אז דאס איז די הלכה ביי אידן און מ׳האט דאך גערעדט צו זיי פארדעם.
איך וואלט אים אפשר נישט געראטן דאס צו טוהן, איך קען אבער פארשטיין זיין כעס און אויסברוך. א איד אן קינדער חוץ פון דעם אייבערשטער און אביסל כבוד האט ער גארנישט אין זיין לעבן, וויל פארברענען די חמץ ערב פסח און זיי לאזן אים נישט. וואס וואלסטו געטוהן אין זיין שיך?
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:03 pm
דורך מאטי
פון אן עקשן ביז א נאצי איז דא א גאר לאנגער מהלך..
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:10 pm
דורך דריידל
אז זיי ווילן דווקא אויסלעשען די פייער, קען ער מאכן א קליין פייערעל אויף זיין פארטש און פארברענען די 10 ברעקלעך.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:15 pm
דורך געפילטע פיש
דו ווילסט אז אזא גרויסע רבי זאל פארברענען זיין חמץ ווען קיינער זעט נישט? לכאורה האט ער נישט געוואלט מקפח זיין די פרנסה פאר די בילדער מאגאזינען, אזוי אין לעבן גייט עם יענעמ'ס פרנסה!
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:26 pm
דורך יאיר
איך האלט מיט ממי שאמרו. מילא דער פייער לעשער מיינט נעבעך אז דער רבי איז א געהויבענער איד מיט אויסגעארבעטע מידות וועלכער האט שווער געארבעט זיך צו פארדינען דעם דיקן פעלץ , אבער די קאווע שטיבל חכמים וואלטן דאך געמעגט וויסן אז דער איד איז גארנישט שולדיג אז זיין טאטע, א געליטענער, קוריאזער י"א עילוי'שער איד, וועלכער איז געווען פון די געציילטע איבערגעבליבענע רבנים פון אינדערהיים האט מקרב געווען אפאר צובראכענע נשמות נאכ'ן קריג און אויפגעשטעלט א רביסטעווע פאר אים איבערצונעמען. פארוואס איז ער מחוייב צוליב דעם אויפצוגעבן זיינע רעכטן זיך צו צובייזערן אויף א פייערלעשער? און אז גאט האט אים נישט געשאנקען צופיל שכל און ער האט נישט געטראפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זיין כעס ווי צו נוצן חוקי גודווין אלס א געווער דארף מען אים נאכנישט אטאקירן. מ'קען בלויז שאקלען מיט'ן קאפ און רחמנות האבן און דאנקען דעם באשעפער אז די איינציגסטע מאלן וואס גויים באגעגענען זיך מיט אונזערע רבי'ס איז אין זייער באצירטן דיינונג רום פאר די וואלן.
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
באקומען אין ביביעם:
ס'דרייט זיך ארום א לינק צו א פעטיציע, וואס בעט מחילה בשם כלל ישראל פון א פייער קעמפער וואס איז פארשעמט געווארן.
די פעטיציע איז זייער פראבלעמאטיש ווייל:
ערשטנס, די גראמאטיק און אויסלייג איז זייער שלעכט. ס'איז זייער באביש געשריבן און מיט א שוואכע ספעלינג.
צווייטנס, דאס מין זאך אז איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף איז א זאך וואס אנטיסעמיטן טוען. גילט ביי עסאסיעישאן עקזיסטירט נישט אין א פרייער דעמאקראטישער וועלט. מיר זענען גארנישט שולדיג ווייל איינער פון אונז האט געמאכט א טעות. האט איינער שוין אמאל געזען אז אן עטנישע גרופע זאל ארומשיקן א פעטיציע זיך צו אנטשולדיגן אויף א חטא וואס איינער פון זיי האט געטאן? פארוואס אזא low self esteem?
דריטנס, אזא פעטיציע וועט נישט אנציען מער ווי א מספר מצומצם פון אונטערשריפטן, אזוי אז ס'וועט מאכן גאר א שלעכטן רושם.
פערטנס, והיא העיקר, די פעטיציע דראעט צו ברענגען מער exposure פאר א נייעס וואס האט דערווייל נאכנישט באקומען ב"ה קיין דעקונג אין די מידיע
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:51 pm
דורך לאליפאפ
ממי_שאמרו האט געשריבן:באקומען אין ביביעם:

Do all of you agree?
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:55 pm
דורך איש עברי
איך האלט אויך אז עס באלאנגט נישט זיך צו אנטשולדיגן נאר צו פארדאמען דעם נארישן אינדיווידועל
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:02 pm
דורך טאמבל סאס
ממי_שאמרו האט געשריבן:באקומען אין ביביעם:
צווייטנס, דאס מין זאך אז איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף איז א זאך וואס אנטיסעמיטן טוען. גילט ביי עסאסיעישאן עקזיסטירט נישט אין א פרייער דעמאקראטישער וועלט. מיר זענען גארנישט שולדיג ווייל איינער פון אונז האט געמאכט א טעות. האט איינער שוין אמאל געזען אז אן עטנישע גרופע זאל ארומשיקן א פעטיציע זיך צו אנטשולדיגן אויף א חטא וואס איינער פון זיי האט געטאן? פארוואס אזא low self esteem?
ווען די נאַר איז ווען נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט. ס'גייט נישט אויף ביידע וועגן. מ'קען נישט ביי שטארק הי"ד, שרייען אז מ'האט אלע היימישע אידן פארשעמט און אצינד שרייען אז יעדער מענטש פאר זיך.
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:34 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:האלאו, ביזט מכשיל מענטשען מיט זאגן מאוסע ווערטער!
ווער זאגט דאס איז נאך די פייערלעשער-נאצי אינצידענט? ס'איז גאנץ מעגליך א פריערדיגע שמועס, און שטומט אגב מיט זיין פאטער'ס שיטה פון העצן קעגן גוים.
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:05 pm
דורך outspoken
צענדליגע טויזענטער אידן האבן פארברענט זייער חמץ ערב פסח און 100טער פייערלעשערס האבן זיי ארויסגעהאלפען סיי אין סעפטי און אז די חמץ זאל זיך גוט פארברענען, קומט איינער א א''ג רבי פון חסידים מאכט אן א חילול השם ברבים, אנשטאטס זיך פארענטפערען אז ס'איז דא געשעהן א מיס-פארשטענדעניש ציווישען זיין קהילה מיט די פייערלעשער און ער האט זיך פארלוירען גייט ער גאר זאגען א דרשה עפ''י קבלה אז די פייערלעשער האט געוויסט מ'וויל אים פארברענען האט ער דאס געוואלט אויסלעשען און נאך שטותים אנצוזייען אנטיסעמיזעם,
נשלח: מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:50 pm
דורך היימישער ליטוואק
ממי_שאמרו האט געשריבן:באקומען אין ביביעם:
ס'דרייט זיך ארום א לינק צו א פעטיציע, וואס בעט מחילה בשם כלל ישראל פון א פייער קעמפער וואס איז פארשעמט געווארן.
די פעטיציע איז זייער פראבלעמאטיש ווייל:
ערשטנס, די גראמאטיק און אויסלייג איז זייער שלעכט. ס'איז זייער באביש געשריבן און מיט א שוואכע ספעלינג.
צווייטנס, דאס מין זאך אז איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף איז א זאך וואס אנטיסעמיטן טוען. גילט ביי עסאסיעישאן עקזיסטירט נישט אין א פרייער דעמאקראטישער וועלט. מיר זענען גארנישט שולדיג ווייל איינער פון אונז האט געמאכט א טעות. האט איינער שוין אמאל געזען אז אן עטנישע גרופע זאל ארומשיקן א פעטיציע זיך צו אנטשולדיגן אויף א חטא וואס איינער פון זיי האט געטאן? פארוואס אזא low self esteem?
דריטנס, אזא פעטיציע וועט נישט אנציען מער ווי א מספר מצומצם פון אונטערשריפטן, אזוי אז ס'וועט מאכן גאר א שלעכטן רושם.
פערטנס, והיא העיקר, די פעטיציע דראעט צו ברענגען מער exposure פאר א נייעס וואס האט דערווייל נאכנישט באקומען ב"ה קיין דעקונג אין די מידיע
1 . פאררעכט.
2 . נארישקייט, אויב דער "טעות מאכער" איז א פיהרער ביי א גרופע איז יא די גאנצע גרופע פאראנטווארטליך - כל זמן זיי אנטזאגן זיך נישט פון אים, כל זמן זיי ווערן "גפיהרט" דורך אים.
3. דארף ארויסגברעגט ווערן אז דאס זענן אונטערשריפטן פון זיי קאנגערגיישון.
4. לדאבוני, גלויב איך אז עס וועט נאך באקומן דעקונג. ימים יגידו. ה"י.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 12:10 am
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 12:31 am
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געזאגט אז עס איז מיין מיינונג, נאר נאכגעברענגט. מיין מיינונג האב איך שוין געשריבן דא.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:39 am
דורך שמעקעדיג
איך קען נישט די מעשה פונקטליך, איך מיש מיר נישט אריין. אבער איך וויל מוחה זיין אויף יאיר'ס זלזולים און אויך אפאר אנדערע ניקס דברי זילותא. דער קלויזענבורג'ער איז א געוואלדיגער עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן היינט, און אויך א גרויסער גאון, זיצט על התורה ועבודה יומם ולילה, און זיין פאטער איז אויך געווען דאס זעלביגע. זייטיגע חסרונות מיט וואס זיי זענען באשאפן געווארן איז נישט אונזערע דאגות.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 10:15 am
דורך קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 12:33 pm
דורך היימישער ליטוואק
הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...
באקומן אין אישי
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:03 pm
דורך קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...
באקומן אין אישי
הייתי שם אלץ שריפת הגופים של ששת מיליון על כבוד קדושת ה', ומי שראה היחס המחפיר והמביש של אותם מבערי האש כלפי ששת המיליון שהתחננו על נפשם, ובכל זאת הרגו ורצחו ונטלו את חייהם, יודע שהכינוי "גרמנים" אינו תואר-מושאל לכל דין ודברים שבין יהודי לשאינו יהודי.
באקומען אין אישי פון א ניצול שואה.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 3:29 pm
דורך berlbalaguleh