בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:39 am
דורך דריידל
לרגל די בעפארשטייענדע יארצייט פון סאטמאר רב ז"ל איז עס א דבר בעתו פארצולייגן די שאלה. וואס איז פשט פון לייגן א קוויטל ביי א ציון פון א צדיק? האט עס א מקור? אין שיח שרפי קודש ווערט געברענגט עפעס א מימרא וואס ר' מנחם מ'אמשינאוו זאל האבן געזאגט עפעס א רמז אויף דעם, אבער ס'איז זייער א שוואכע מקור.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:44 am
דורך קאווע טרינקער
צדיקים במיתתן קרויים חיים.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:02 am
דורך שמעקעדיג
אדער נאך אפילו גרעסער, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 2:35 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:צדיקים במיתתן קרויים חיים.
יא יא. דאס איז וואס ר"מ מ'אמשינאוו האט געזאגט אז ס'שטייט קרויים נישט נקראים. מיין שאלה איז צו ס'נישטא עפעס בעסערס ווי דעם
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:33 pm
דורך למדן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?
די מקור זיך צו עקלען פון דעם ווערט גערופן דת נימוסית (מיינעך) און ס' ווערט צוגעברענגט כ' דענק נישט וואו, וכן עמא דבר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:57 am
דורך diff
to feel if there is a bone
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:07 pm
דורך שמעון וואלף
פאנדרעיזערס און סתם צדקה גייערס האבן ליב צו רייטן אויף מענטשענ'ס געפיעלן מיט כל מיני קאפ פארדרייענישן. איינע פון די טאקטיטן וואס כ'האב נעכטן בייגעוואינט איז געווען ווען מ'איז געגאנגען נאך געלט פאר ת"ת בת עין אין צפת, און דער געלט גייער האט נישט אויפגעהערט צו דערמאנען יעדן אז היינט איז די בת עין'ס יארצייט, כאילו דאס האט עפעס א שייכות.
די זעלבע טיט מען ביי אנדערע יארצייטן בפרט כ"א אדר ווען אלץ מאכט זיך פונקט א צוועק פאר רבי ר' מילך'ס אייניקל.
איז עס א מנהג שטות אדער איז דא א מקור פאר דעם?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
ע"ד צדקה תציל ממות
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:18 pm
דורך ירא שמים
דבר בעתו מה טוב.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
"ועי' בהכי בשו"ת לב חיים להגרח"פ ח"ב (סי' קסז סי' ג אות ו) שעמד לבאר שם נמי על פי כלל ענין זה דלכן מורים באצבע בעת הגבהת ס"ת באצבעו ואומרים פסוק וזאת התורה וכו', כיון שבפסוקים הנ"ל תורת ה' וכו' יש ששה פסוקים כנגד ששה סדרי משנה, וכל פעם הוא מה' מילים, וג"כ שם הויה יוצא תמיד שהוא באצבעו, ולכן מורה באצבע שעליו שם הויה תמיד בפסוקי מילים אלה..."
חנוכה געלט
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 8:09 pm
דורך שמעון וואלף
כידוע זענען דא אסאך וואס טעהנ'ן אז געבן חנוכה געלט פאר קינדער האט נישט קיין מקור אדער נעמט זיך גאר פון די גוים.
די וואך האב איך געזעהן אין Ami א שיינער טעם אויף די מנהג. די גמרא זאגט אז מ'טאר נישט ציילן געלט פאר די חנוכה ליכט. טאמער האט מען נישט קיין געלט קען מען דאך נישט מקיים זיין די הלכה. דעריבער פירט מען זיך צו געבן געלט פאר די קינדער און מ'לערנט זיי אויס עס נישט צו ציילן. ודפח"ח
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס צייגען מיט'ן פינק"י אויפ'ן ס"ת האב איך געהערט א טעם. ווייל ביים ליינען האט מען גענוצט די אנדערע דריי פינגער"ס פאר'ן טאבאק.
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:44 pm
דורך אהרן
.
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 11:16 pm
דורך גר ותושב
אהרן האט געשריבן:.
דאס איז א מנהג שטות אדער עס האט א מקור?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קאווע טרינקער האט געשריבן:צדיקים במיתתן קרויים חיים.
שמעקעדיג האט געשריבן:אדער נאך אפילו גרעסער, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.
חולין דף ז' עמוד ב'
דאמר ר חמא בר חנינא גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהון
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:11 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דריידל האט געשריבן:ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
עס איז דא אזעלעכע וואס נאכ'ן ווייזן קושען זיי די פינגער. דאכט זיך אז דער באיאנער רבי טוהט אזוי
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:25 pm
דורך אהרן
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
עס איז דא אזעלעכע וואס נאכ'ן ווייזן קושען זיי די פינגער. דאכט זיך אז דער באיאנער רבי טוהט אזוי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
באמת דאס גאנצע ווייזן האט
ע"פ פשט נישט קיין [געהעריגע] מקור. ומיסודו בטעות. מסתבר איז אז עס האט זיך אריינגעמישט צו אונז דורך די ספרדים, וואס ווי רב הענקין שרייבט (עיין עדות לישראל) האבן זיי צוויי טעמים נישט צו קושן די ס"ת מיט די מויל, מחמת עס פארעקעלט די ס"ת און אז עס איז 'דזשערמס'. עכ"פ קושען זיי מיט די פינגער פון דערווייטענס
(אולי דאס טוט דער באיאנער רבי) וכידוע מאכן די ספרדים 'הגבה' פארן ליינען, און מאנכע ווייזן נאך מיט די פינגער בשעת מען ברענגט עס צום בימה. און פון דא איז עס פארשלעפט געווארן צו די אשכנזים וואס ווייזן אויך מיט די פינגער בשעת הגבה. אבער בטעות הוא, ווייל זיי מאכן עס בשעת הגבה אלטץ די נשיקה נאך, אונז אבער, מאכן עס נישט צוליב די נשיקה הנ"ל.
====
לגבי די פינק"י איז לכאורה פשוט. די אגודל און אצבע איז ווי לוטפאק זאגט פארנוצט מיט די טאביק, די קמיצה איז נישט מעגליך צו בייגן (אדרבה פרוביר) און די אצבע משולשת איז נישט ערלויבט צו ניצן מטעם הכמוס.
מנהג שטות אדער מקור
נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
געהערט א מעשה פון א אלטע איד. זיין טאטע איז געווען דערביי,
ס'איז געקומען צום ייטב לב א פארפאלק זיך אפרעדן אז די נייע איידעם טוט נישט די מנהג פון אויפשניידען די חלות שבת, די מנהג איז אז פרייטאג צונאכטס שנייט מען אויף די קיכן (גלאטע) אין שבת אינדערפרי די קויליש (געפלאכטענע).
האט די ייטב לב געזאגט אפשר ווייסט נישט די איידעם פון דער מנהג?
זאגט דער שווער, מ'האט איהם שוין כמה פעמים געזאגט און ער לאכט אפ.
האט די ייטב לב געזאגט. אזוי? לאכט אפ פון א מנהג? סתם להכעיס? די טאכטער זאל זיך תיכף גט'ן.
מילא טאמער ס'קומט איהם אן שווער אזוי ווי סוז"ק וגו', אבער סתם להכעיס? אפ גט'ן.
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:29 pm
דורך רימון
כהאף אז די מעשה איז נישט אמת.
Re: מנהג שטות אדער מקור
נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און ארויסווארפען א מלמד פאר'ן נישט גלויבען אז דער אוה"ח איז געשריבען ברוח הקדש, וואטעווע"ר דע"ט מינ"ס, פארשטייסטו יא?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:08 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:געהערט א מעשה פון א אלטע איד. זיין טאטע איז געווען דערביי,
ס'איז געקומען צום ייטב לב א פארפאלק זיך אפרעדן אז די נייע איידעם טוט נישט די מנהג פון אויפשניידען די חלות שבת, די מנהג איז אז פרייטאג צונאכטס שנייט מען אויף די קיכן (גלאטע) אין שבת אינדערפרי די קויליש (געפלאכטענע).
האט די ייטב לב געזאגט אפשר ווייסט נישט די איידעם פון דער מנהג?
זאגט דער שווער, מ'האט איהם שוין כמה פעמים געזאגט און ער לאכט אפ.
האט די ייטב לב געזאגט. אזוי? לאכט אפ פון א מנהג? סתם להכעיס? די טאכטער זאל זיך תיכף גט'ן.
מילא טאמער ס'קומט איהם אן שווער אזוי ווי סוז"ק וגו', אבער סתם להכעיס? אפ גט'ן.
איך גלויב נישט די מעשה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
ציבעלע, כ'בין חושד אז בוזט א גולגול פון אטא יענעם אינגערמאן...