בלאט 3 פון 8
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:01 am
דורך זר זהב
דא אין ציריך איז געווען הייס און יומיד, א שרעק!
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:08 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:דא אין ציריך איז געווען הייס און יומיד, א שרעק!
האסט געמופט פון לאנדאן קיין ציריך? מזל טוב!
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:38 am
דורך זר זהב
וואס עפעס געמופט ? מ'גייט אמאל א שבת צום טאט'ן.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:41 am
דורך זר זהב
אנאליזירער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דא אין ציריך איז געווען הייס און יומיד, א שרעק!
וואו ביסטו געווען הארט נאכן זמן מוצ״ש? ערשט יעצט זעקסע פארטאגס האסטו זיך דערמאנט צו קומען אין קאווע שטיבל?
איך ליעב נישט אריינצופאלן אינעם נעט גלייך מוצע שבת
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 4:36 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס עפעס געמופט ? מ'גייט אמאל א שבת צום טאט'ן.
ווילסט מיר אוועק געבן אביסל מיילידש? ביזט דאך נאר וואס געווען אין סיטי פיעלד...
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 7:19 pm
דורך שמואל הלוי
קוקט אויס אז מ'קען נעמען א שטיקל ברעיק פונעם עיר קאנדישאן...
די קומענדיגע פאר טאג (מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך) וועט זיין אין די הויכע זעכציגער.
סוף וואך וועט שוין זיין מילדער מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע זיבעציגער.
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 12:05 pm
דורך שמואל הלוי
גאנץ קיל אינדרויסן אינאיינעם מיט א רעגן, ס'איז יעצט אין די מיטעלע פופציגער.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 4:51 pm
דורך שמואל הלוי
פון מארגן ביז סוף וואך וועט שוין זיין צוריק אין די זיבעציגער.
קומענדיגע וואך וועט זיין נאך ווארעמער, אבער נישט געפערליך הייס.
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט זיין אין די נידריגע אכציגער.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:41 am
דורך שמואל הלוי
די וואך מיטוואך און דאנערשטאג גייט זיין שטארק הייס אין די ניו יארקע אומגעגנט, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע ניינציגער.
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 12:28 am
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:די וואך מיטוואך און דאנערשטאג גייט זיין שטארק הייס אין די ניו יארקע אומגעגנט, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע ניינציגער.
הויעכע ניינציגער צו הונדערט!
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 10:00 am
דורך לעמיל
עס קימט א פיינע עלקטריק ביל דעי חודש
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:32 pm
דורך שמואל הלוי
למעשה איז אין סענטראל פארק מאנהעטן געווען סיי נעכטן און סיי היינט 94 דעגרי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:28 pm
דורך נס קאווע
און ס' האט געפיעלט ווי 105, פון וואו ווייסטו וויאזוי 105 פיעלט? אז ווען ס'איז 105 פיעלט עס ווי 120
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 9:58 am
דורך לעמיל
וויאזוי גייט זיין שבת? אויך אזוי הייס?
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:00 pm
דורך שמואל הלוי
ניין
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:03 pm
דורך שמואל הלוי
היינט נאכמיטאג און ביינאכט איז ערווארטעט שווערע טאנדער שטורעמס, וואס וועט פארלייכטערן די היץ.
און מארגן שבת וועט שוין זיין אין די אכציגער.
במשך די קומענדיגע וואך וועט זיין מערסטנס אין די זיבעציגער.
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:09 pm
דורך שמואל הלוי
א פרישע היץ כוואליע איז ערווארטעט פאר פרייטאג שבת און זונטאג, ווען ס'וועט ווידעראמאל זיין אין די מיטעלע ניינציגער אויב נישט מער.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 10:38 am
דורך לעמיל
עס קומט א הייסע שבת
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 10:58 am
דורך שמעלקא
די חברה זאגן אז עס קען זיין כמעט 100 מארגען אין ניו יארק סיטי און עס וועט זיין יומיד מיט א היט אינדעקס פון בערך 105.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:55 pm
דורך שעפסעלע
אחוץ די ביטערע היצן וואס איז ערווארטעט שבת, דארפן די איינוואונער אין די סיטי נעמען אין באטראכט, אז די קאן עדיסאן ארבייטער זענען אויף סטרייק, אין אין פאל פון א בלעקאוט, איז ערווארטעט א קאטאסטראפע.
למעשה אבער אין די חרידישע געגענטער ווי בארא פארק, ווילי, און פלעטבוש, איז נישטא קיין פראבלעמען מיט די אלעקטעריק ווייל א גרויסע חלק פונעם ציבור איז אויף וויקאציע.
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז יעדעס יאר צווישן שבועות און די צייט ווען די ציבור פארט ארויס צו די קעטסקילס, קומען פאר די פייערן ביי די ווינקלען פון די גאסן, אין עס לעשט זיך די לעקטערס פון די גאסן ארום, וואס צייגט קלאר, אז די אלעקטעריק קראפט איז נישט גענוג צו באדינען דעם ציבור וואס מערט זיך כסדר קנ"ה
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם שעפסעלע!!
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:30 pm
דורך לעמיל
שעפסעלע האט געשריבן:אחוץ די ביטערע היצן וואס איז ערווארטעט שבת, דארפן די איינוואונער אין די סיטי נעמען אין באטראכט, אז די קאן עדיסאן ארבייטער זענען אויף סטרייק, אין אין פאל פון א בלעקאוט, איז ערווארטעט א קאטאסטראפע.
למעשה אבער אין די חרידישע געגענטער ווי בארא פארק, ווילי, און פלעטבוש, איז נישטא קיין פראבלעמען מיט די אלעקטעריק ווייל א גרויסע חלק פונעם ציבור איז אויף וויקאציע.
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז יעדעס יאר צווישן שבועות און די צייט ווען די ציבור פארט ארויס צו די קעטסקילס, קומען פאר די פייערן ביי די ווינקלען פון די גאסן, אין עס לעשט זיך די לעקטערס פון די גאסן ארום, וואס צייגט קלאר, אז די אלעקטעריק קראפט איז נישט גענוג צו באדינען דעם ציבור וואס מערט זיך כסדר קנ"ה
איז דא עפעס וואס זיי קענען טין דערצו און זיי ווילען נישט, אדער איז נישטא וואס צו טין דערוועגען??
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 1:22 pm
דורך שמואל הלוי
היינט וועט זיין אין די נידריגע ניינציגער, מארגן אין די מיטעלע ניינציגער, און מיטוואך צוריק צו די נידריגע ניינציגער.
די רעשט פון די וואך וועט זיין אין די מיטעלע הויכע אכציגער.