יידל האט געשריבן:נאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.
גייט דאס דארפן אן השגחה?
איך שטעל מיך פאר אז דאס ווענד זיך צו די גליטישיקייט איז א טייל פונעם פלעשל, אדער עס איז נאר א איבערדעק וועלכע קען אראפקומען אין זיך אויסמישען מיט די קעטשופ. אין די היינטיגע וועלט פון ווערים אין אלעס, אין חזיר פעטנס אין די פאום קאפס בין איך זיכער אז מ'וועט פארלאנגען דערויף אן השגחה, אדער לכה"פ וועט פארקומען איבער דעם א העפטיגע דעבאטע איבער די בלעטער פון קובץ אור ישראל וכדו'.
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.
די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:
But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women
ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.
נאך א לאָך וועלכע איך האלט אז די שטודיע האט איז אז אין די פעלער פון די שטודיע האט די פרוי געוויסט אז איר מאן קוקט שמוץ. א באזונדערע שטודיע פעלט זיך נאך אויס צו מברר זיין וואס איז אין די פעלער וואס די פרוי ווייסט נישט איבער דעם.
יאנקל האט געשריבן:פארשער אין דוק אוניווערסיטעט האבן נאכגעקוקט שינויים אין דעם היפאקאמפוס פון 268 ערוואקסענע פון ספעציפישע רעליגיעזע גרופעס אין לויף פון אכט יאר. דער היפאקאמפוס איז א חלק פון דעם מח וואס שפילט א ראלע אין געפילן און אין זכרון-פארמאציע. היפאקאמפוס-פארקלענערונג (וואס ווערט גערופן "אטראפי") איז שוין פארבינדן געווארן מיט דעפרעסיע, פארקאלעכונג, אלצהיימער'ס, און כראנישער סטרעס. לויט דער שטודיע האבן מענטשן וועלכע זענען דורך ערנסטע רעליגיעזע שינויים אין לעבן געהאט מער פארקלענערונג פון דעם היפאקאמפוס ווי אנדערע. עס דארף נאר אונטערגעשטראכן ווערן אז די גרויסקייט פון דעם מח האט נישט קיין שייכות צו דעם מאס פון קלוגשאפט וואס מ'פארמאגט. http://www.businessinsider.com/born-aga ... ize-2012-5
דיין קעפל איז אבער נישט ריכטיגץ די שטוידע ווייזט נישט אז רעליגיע פער סעי פאראורזאכט אטראפי, נאר אז א לעבנס-טוישענדע רעליגעזע עקספיריענס איז פארבינדען מיט מוח-פארקלענערונג.
א נייע שטודיע ווייזט אז 46 פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג נעמט אן די שיטה פון קרעאציניזם ארויף פון 44 פראצענט אין 1984. 15 פראצענט גלייבט אין עוואלוציע אן קיין שום העכערע ערקלערונג (רח"ל) און 32 פראצענט גלייבן אין טעאיסטישע עוואלוציע, דהיינו אין א עוואלוציע וועלכער איז געפירט דורכן באשעפער. די שטודיע ווייזט אויך אז רוב רעפובליקאנער האלטן פון קרעאציניזם און אז גראדואנטס פון קאלעדזש זענען מער גענויגט צו עוואלוציע, כאטישג 49 פראצענט זאגן אז זיי גלייבן אין א גאט-געפירטע עוואלוציע.
די בילד, פובליצירט היינט אין די ניו ענגלאנד דזשורנא אויף מעדעצין, ווייזט א טראקטאר דרייווער וועלכע האט אלע יארן געהאט נאר איין זייט פון זיין פנים אויסגעדרייט צום ריכטונג פון זון. די בילד ווייזט די שאדן וואס די זון האט פאראורזאכט צו זיין פנים. די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.
אמעריקאנע און מאנגאלישע פעלענטאלעגיסטען האבן נאך פילע שטודיעס באשטימט אז די דיינעסאור "טיירענאסערוס טאבאאר" וועלכע איז פארקויפט געווארן אין א ליציטאציע אין ניו יארק פאר 1.1 מיליאן דאלער, קומט טאקע פון מאנגאליע און איז אומלעגאלערהייט ארויסגעשמוגעלט געווארן פון דארט אין די לעצטע צען יאר. די ליצטירער האבן אפגעזאגט פון קאמענטארן אויף די רעזולטאטן פונעם שטוידע, זאגנדיג אז זיי האבן נאך נישט געזען די ראיות אויף וואס די שטודיע איז באזירט, און אויב וועט פאר זיי קלאר אויפגעוויזן ווערן אז דאס קומט פון מאנגאליע וועלן זיי דאס גערן צוריקגעבן.
נייע שטודיע צייגט אז קינדער ערצויגן ביי א נישט-טראדיציאנאלע (תועבה-מערידזש) משפחה קענען האבן דיסעטווענדעזש איבער קינדער ערצויגן אין נארמאלע משפחות. ווי ערווארטעט, האט די שטוידע געצויגן צו זיך אסאך קריטיק, סיי פון פרא-תועבה גרופעס, ווי אויך פון סאציאלע וויסנשאפטלער.
אינטערעסאנט איך האב אלץ געטראכט אז וועגן דעם האט איינער ליב בלוי און דער צווייטער רויט, פשוט ווייל דער זעהט רויט וואס דער צווייטער זעהט בלוי און ביידע האבן אין אמת'ן ליב די זעלבע קאליר. נישט אז נאר דאס מאכט די חילוק אבער ס'קען זיין אז דאס מאכט אויך אויס.
People with damage to parts of the brain involved in the perception of colors may not be able to perceive blue, red or yellow, but they would still be expected to have the same emotional reaction to the light as everyone else, Neitz said. Similarly, even if you perceive the sky as the color someone else would call "red," your blue sky still makes you feel calm.
הייסט עס אז נישט די קאלירן וואס מיר זעען האבן אן בשפעה אויף אונזער געמיט, נאר די וועיוו-לענג פון די ליכטיקייט וואלן וואס די אויג-מח כאפט אויף, נאך פאר'ן ער איבערטייטשען פאר אונזער קאנשעס פרעסיוועבעל קאלירן. טאקע א חידוש.
ישר כוח פאר דיין לינק. אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.
ישר כוח פאר דיין לינק. אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.
כדי צו מאכן שלום וואלט איך געזאגט אז די טראפישע שטורעם דעבבי איז געקומען פון די איבריגע סעקונדע.....
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®