בלאט 3 פון 26

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 12:21 am
דורך משולם שטיינפעלד
יידל האט געשריבן:נאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.

גייט דאס דארפן אן השגחה?

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 10:11 am
דורך יידל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:נאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.

גייט דאס דארפן אן השגחה?

איך שטעל מיך פאר אז דאס ווענד זיך צו די גליטישיקייט איז א טייל פונעם פלעשל, אדער עס איז נאר א איבערדעק וועלכע קען אראפקומען אין זיך אויסמישען מיט די קעטשופ. אין די היינטיגע וועלט פון ווערים אין אלעס, אין חזיר פעטנס אין די פאום קאפס בין איך זיכער אז מ'וועט פארלאנגען דערויף אן השגחה, אדער לכה"פ וועט פארקומען איבער דעם א העפטיגע דעבאטע איבער די בלעטער פון קובץ אור ישראל וכדו'.

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 10:13 am
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:א נייע שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.


די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:

But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women

ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.

נאך א לאָך וועלכע איך האלט אז די שטודיע האט איז אז אין די פעלער פון די שטודיע האט די פרוי געוויסט אז איר מאן קוקט שמוץ. א באזונדערע שטודיע פעלט זיך נאך אויס צו מברר זיין וואס איז אין די פעלער וואס די פרוי ווייסט נישט איבער דעם.

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 1:00 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:נישט ממש וויסנשאפט, אבער א רעזולטאט פון א סוירוועי.
20% מענטשן זענען מודה אז זיי יורינירן אין פובליק סווימינג פולס.
http://shine.yahoo.com/healthy-living/s ... 00688.html

If pool operators maintain proper chlorine and pH levels, most waterborne germs are killed on contact.

און גיב נאר א קוק וואס ער שרייבט וועגן נעמען שאוערס בעפאר אריינגיין אינעם סווימינג פול. :אומגלויבליך:

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 5:48 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:פארשער אין דוק אוניווערסיטעט האבן נאכגעקוקט שינויים אין דעם היפאקאמפוס פון 268 ערוואקסענע פון ספעציפישע רעליגיעזע גרופעס אין לויף פון אכט יאר. דער היפאקאמפוס איז א חלק פון דעם מח וואס שפילט א ראלע אין געפילן און אין זכרון-פארמאציע. היפאקאמפוס-פארקלענערונג (וואס ווערט גערופן "אטראפי") איז שוין פארבינדן געווארן מיט דעפרעסיע, פארקאלעכונג, אלצהיימער'ס, און כראנישער סטרעס.
לויט דער שטודיע האבן מענטשן וועלכע זענען דורך ערנסטע רעליגיעזע שינויים אין לעבן געהאט מער פארקלענערונג פון דעם היפאקאמפוס ווי אנדערע.
עס דארף נאר אונטערגעשטראכן ווערן אז די גרויסקייט פון דעם מח האט נישט קיין שייכות צו דעם מאס פון קלוגשאפט וואס מ'פארמאגט.
http://www.businessinsider.com/born-aga ... ize-2012-5

דיין קעפל איז אבער נישט ריכטיגץ די שטוידע ווייזט נישט אז רעליגיע פער סעי פאראורזאכט אטראפי, נאר אז א לעבנס-טוישענדע רעליגעזע עקספיריענס איז פארבינדען מיט מוח-פארקלענערונג.

מער מענטשן נעמען אן קרעאציאניזם

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 5:03 pm
דורך יידל
א נייע שטודיע ווייזט אז 46 פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג נעמט אן די שיטה פון קרעאציניזם ארויף פון 44 פראצענט אין 1984. 15 פראצענט גלייבט אין עוואלוציע אן קיין שום העכערע ערקלערונג (רח"ל) און 32 פראצענט גלייבן אין טעאיסטישע עוואלוציע, דהיינו אין א עוואלוציע וועלכער איז געפירט דורכן באשעפער. די שטודיע ווייזט אויך אז רוב רעפובליקאנער האלטן פון קרעאציניזם און אז גראדואנטס פון קאלעדזש זענען מער גענויגט צו עוואלוציע, כאטישג 49 פראצענט זאגן אז זיי גלייבן אין א גאט-געפירטע עוואלוציע.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
איך בין געווען סופרייזט אז נאר 7% זענען אנדיסיידעד.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 10:56 pm
דורך יידל
sun-damage-face-120604.jpg

די בילד, פובליצירט היינט אין די ניו ענגלאנד דזשורנא אויף מעדעצין, ווייזט א טראקטאר דרייווער וועלכע האט אלע יארן געהאט נאר איין זייט פון זיין פנים אויסגעדרייט צום ריכטונג פון זון. די בילד ווייזט די שאדן וואס די זון האט פאראורזאכט צו זיין פנים. די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:18 pm
דורך פאזעטיוו
יידל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:32 pm
דורך יידל
פאזעטיוו האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?

דאס ענטפערט מען אויך ביי סגולות.

דער דיינעסאור קומט פון מאנגאליע!

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:03 pm
דורך יידל
אמעריקאנע און מאנגאלישע פעלענטאלעגיסטען האבן נאך פילע שטודיעס באשטימט אז די דיינעסאור "טיירענאסערוס טאבאאר" וועלכע איז פארקויפט געווארן אין א ליציטאציע אין ניו יארק פאר 1.1 מיליאן דאלער, קומט טאקע פון מאנגאליע און איז אומלעגאלערהייט ארויסגעשמוגעלט געווארן פון דארט אין די לעצטע צען יאר. די ליצטירער האבן אפגעזאגט פון קאמענטארן אויף די רעזולטאטן פונעם שטוידע, זאגנדיג אז זיי האבן נאך נישט געזען די ראיות אויף וואס די שטודיע איז באזירט, און אויב וועט פאר זיי קלאר אויפגעוויזן ווערן אז דאס קומט פון מאנגאליע וועלן זיי דאס גערן צוריקגעבן.
בילד

נשלח: מוצ"ש יוני 09, 2012 11:15 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:עס איז מיטוואך געשטארבן דער בארימטער נאבל-פרייז געווינער אויף פיזיאלאגיע אנדרו האקסלי, אן אייניקל פון טאמאס הענרי האקסלי, בארימטער שטיצער פון טשארלס דארווינ׳ס טעאריע פון עוואלוציע.

ווער איז געווען דער שטיצער‚ אנדרו צו דער זיידע?

גארנישט קען לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:40 pm
דורך יידל

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:35 pm
דורך יידל
נייע שטודיע צייגט אז קינדער ערצויגן ביי א נישט-טראדיציאנאלע (תועבה-מערידזש) משפחה קענען האבן דיסעטווענדעזש איבער קינדער ערצויגן אין נארמאלע משפחות. ווי ערווארטעט, האט די שטוידע געצויגן צו זיך אסאך קריטיק, סיי פון פרא-תועבה גרופעס, ווי אויך פון סאציאלע וויסנשאפטלער.

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 9:25 am
דורך יידל
האט איר זיך שוין אמאל אפגעשטעלט טראכטן אז אפשר ווערט די קאליר וואס איר זעט אלס רויט, גאר אנדערש געזען דורך אנדערע מענטשן, און אין זייערע אויגן איז רויט די קאליר וואס ביי אייך איז בלוי? אויב יא, זייט וויסן אז איר זענט נישט סתם א פילאזאפישער מאניאק. לעצטיגע שטודיעס ווייזן אז די מענטשליכע אויג נעמט נישט אויף ליכטיגקייט וואלן די זעלבע ביי יעדע מענטש. דאס מיינט אז אייער שיינע בלוי הימל איז וואס ביי מיר אז א רויטע הימל און פארקערט. דאך אבער, זאגן די סייענטיסטן, טוט נישט אונזער אינדיווידואלע פערסעפשאן פון קאליר אפעקטירן די וועג וויאזוי מיר שפירן וועגן געוויסע קאלירן.
http://www.livescience.com/21275-color- ... tists.html

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 10:20 am
דורך נפתלי
אינטערעסאנט איך האב אלץ געטראכט אז וועגן דעם האט איינער ליב בלוי און דער צווייטער רויט, פשוט ווייל דער זעהט רויט וואס דער צווייטער זעהט בלוי און ביידע האבן אין אמת'ן ליב די זעלבע קאליר.
נישט אז נאר דאס מאכט די חילוק אבער ס'קען זיין אז דאס מאכט אויך אויס.

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:44 pm
דורך געפילטע פיש
העכסט אינטרערסאנט!
People with damage to parts of the brain involved in the perception of colors may not be able to perceive blue, red or yellow, but they would still be expected to have the same emotional reaction to the light as everyone else, Neitz said. Similarly, even if you perceive the sky as the color someone else would call "red," your blue sky still makes you feel calm.

הייסט עס אז נישט די קאלירן וואס מיר זעען האבן אן בשפעה אויף אונזער געמיט, נאר די וועיוו-לענג פון די ליכטיקייט וואלן וואס די אויג-מח כאפט אויף, נאך פאר'ן ער איבערטייטשען פאר אונזער קאנשעס פרעסיוועבעל קאלירן. טאקע א חידוש.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 4:22 pm
דורך קול דודי
מער ריכטיגער, כדי דער זייגער זאל זיין מער פונקטליך פון אן אסטראנאמישן שטאנדפונקט. דער וועלט דרייט זיך אלס שטייטער און שטייטער. אויב זענט איר פון א יעקישן אפשטאם פארגעסט נישט צו ריקן אייער זייגער מיט א סעקונדע!

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:29 pm
דורך געפילטע פיש
די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:41 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

ישר כוח פאר דיין לינק.
אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:46 pm
דורך ניו יארק
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

ישר כוח פאר דיין לינק.
אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.

כדי צו מאכן שלום וואלט איך געזאגט אז די טראפישע שטורעם דעבבי איז געקומען פון די איבריגע סעקונדע..... :lol:

שווארצע לאך וועט איינשלינגן גאז וואלקן

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 8:53 pm
דורך יידל
סייענטיסטן אין אייראפע האבן אנטדעקט א גאז וואלקן וועלכע פארט אינעם ריכטונג פון די מילקי וועג'ס שווארצע לאך און וועט ווארשיינליך ווערן איינגעשלינגען דורכן שווארצע לאך אין 2013. דאס איז די ערשטע מאל וואס סייענטיסטן וועלן האבן די געלעגנהייט מיצוהאלטן ווי אונזער "היימישער" שווארצער לאך שלינגט איין עפעס. (מקור: דא)

שלאגן קינדער קען פאראורזאכן מענטל העלט פראבלעמען

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 9:01 pm
דורך יידל
א נייע שטודיע צייגט אז פון 2 ביז 7 פראצענט מענטשן וועלכע ליידן פון מענטל העלט פראבלעמען, קומט דאס ווייל זיי האבן געכאפט פעטש אלס קינד. די שטודיע האט אויסגעשלאסן מענטשן וועלכע זענען עביוזד געווארן, און נאר אריינגערעכנט מענטשן וועלכע זענען אפט געשלאגן געווארן אלס עונש פאר זייערע מעשים.די שטודיע איז היינט פובליצירט געווארן אינעם מעדעצינישן דזשורנאך "פידיאטריקס". ליינט דעם אויספירליכן שטודיע.