בלאט 3 פון 9

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:18 pm
דורך בעל מדות
יעצט זעענדיג דעם אשכול ווי מען נעמט אפציעל א גאנצע קרייז מענטשן און מען לייגט ארויף א זיגל און סטיגמא אז זיי זענען פערדן, פאלט מיר איין די פראגע אויב איך עפן די זעלבע אשכול נאמען סוס ורכבו נאר מיט בילדער פון אבאמא און די פויפסט צו עס וואלטן נישט געווען גאנצע קאנטראווערסיעס דערמיט צו עס הייסט נישט קיין חילול השם, ווארום עס איז דאך א פובליק סייט און אזוי ווייטער.

נישט אז איך האלט אדער נעם זיך אהן פאר רבנים, נאר פשוט עס באדערט מיך די ברייטע שפראך.

און נישט אז עס זענען נישט פאראן רבנים וואס זענען פערדן, נאר עס זענען יא דא רבנים וואס זענען נישט פערדן.

דא זיצן דאך געלערנטע מענטשן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:44 pm
דורך שמעקעדיג
וואו האט מען אפגעזיגלט מענטשן אלס פערדן?

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:27 pm
דורך ירא שמים
די סוס איז די קאר און די רוכבו איז די רבי.

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:48 pm
דורך ירא שמים
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:סוס ורכב, איז מיר מדוקדק

פאר דער וואס האט זיך געשעמט און געפרעגט אין אישי:
סוס ורוכבו = א פערד, און דער וואס רייט "אויף" איר (דער רבי)
סוס ורכב = א פערד, און זיין קאר.
ער זעט אויס האלט אנדערש אבער סאיז נישט די גאנצע אשכול ס״ה א דעת יחיד [emoji2]

נע, וואס ווייסן אונז חסידים?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:29 pm
דורך ישראל קאפקע
די פלאטע קארס ווענס און טרעקלעך גרייט נעבן ענדרוס איר-פארס באזע פאר די סאודיער דיקטאטור, קעניג סאלמאן אויף זיין באזוך אין וואשינגטאן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:52 am
דורך שבת אחים
המלוכה והממשלה האט געשריבן:די דריי קעדילעק קארן איז פון די 3 שוואגערס הגאונים הקדושים ר' דודל טווערסקי מסקווער , ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר , און ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא


אלע אייניקלעך פונעם אהבת ישראל מוויזניץ זצ״ל וואס ווען ער שטייט היינט אויף און זעהט ווי סעלפיש און קאראפטירט זיינע אייניקלעך זענען וואלט ער זיך זאפארט צוריקגעלייגט שלאפן, אפילו פון ר׳ מאטעלע וואלט ער לכאורה אויך נישט געשעפט קיין נחת וויאזוי ער שטיפט און מאכט אוועק יעדעם איינעם וואס איז נישט אזא חאניאק ווי אים און מ׳ווארפט זיך מיט מענטשען און מ׳נעמט נישט אריין אין די מוסדות איינעם מיט א קמץ בארד צי מיט גר״א גאטשעס און אז די ווייב גייט מיט א לאנגע שייטל קענסטו פארגעסן פון טוהן א נארמאלע שידוך אין וויזניץ, נישט דעס מיינט אהבת ישראל! אין וויזניץ אינדערהיים האט מען יעדען איד אריינגנומען אפילו די מחללי שבת און די קרעציגע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:55 am
דורך שבת אחים
אפשר ר׳ ישראלטשע פון בני ברק וואלט ער יא אביסל הנאה געהאט, ער האט כאטש אביסלע אהבת ישראל, אבער ער האט נישט פון די אנדערע סחורה, גענומען מיט א גאפל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:01 am
דורך קאווע טרינקער
קאסובע רבי - הער איך - איז מקרב בערני סענדערס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:58 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:קאסובע רבי - הער איך - איז מקרב בערני סענדערס.


הערסט נישט גיט, פוץ אויס דיינע אויערן און נעם ארויס די וואטע אפשר וועסטו הערן בעסער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:58 am
דורך אוהב ספרים
המלוכה והממשלה האט געשריבן:די דריי קעדילעק קארן איז פון די 3 שוואגערס הגאונים הקדושים ר' דודל טווערסקי מסקווער , ר' אהרן טייטלבוים מסאטמאר , און ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא


עס איז נישט זיין קאר, עס איז די קאר פון די עכטע סקווירא רבי, ר' מיכעלע טווערסקי פון ב"פ

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 12:13 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס איז מען אויפגערעגט אויף רעבעס מיט שיינע קארן מער ווי אויף רייכע קינדער וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין רייכטום אריבער בירושה? ביידע האבן ערגעצוואו צוריק אין די דזשענערעישאנס געהאט א זיידע וואס האט שווער געארבעט פאר זיין געלט. דער מיט'ן גנבנען פון ראובן און פארקויפן פאר שמעון און דער מיטן גנבנען פון גאט און פארקויפן פאר כלל ישראל. כדכתיב כי לה' הישועה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:44 pm
דורך אברך משי
אגב היוצא לנו אז דער מאחניבקא רבי שערט א קאר מיט ספינקא, קוזמיר, בוטשאן, זוטשקא, שומרי אמונים, זעוויל פ"ת, ועוד ועוד
הדא הוא דכתיב סוס ורוכביו ופרשיו לשון רבים

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:47 pm
דורך אברך משי
שבת אחים האט געשריבן:מ׳נעמט נישט אריין אין די מוסדות איינעם מיט א קמץ בארד צי מיט גר״א גאטשעס


בערני איר האט זיך געלאזט וואקסן א קמץ בארד?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:48 pm
דורך שמעון וואלף
וואס טוט מר"א מסאטמאר אין די קאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:12 pm
דורך שמעלקא'לע
מיט וועמען איז דער אינטערוויו? וואו איז עס אפגעהאלטן געווארן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 7:53 pm
דורך שמעון וואלף
נישט זיכער
אפשר אהרעלע סאמעט?

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:18 am
דורך ביליג
אברך משי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מ׳נעמט נישט אריין אין די מוסדות איינעם מיט א קמץ בארד צי מיט גר״א גאטשעס


בערני איר האט זיך געלאזט וואקסן א קמץ בארד?

איך וואלט געזאגט א קמץ גאטשע און א גר"א בערדל lol

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס איז מען אויפגערעגט אויף רעבעס מיט שיינע קארן מער ווי אויף רייכע קינדער וואס זענען שוין געבוירן געווארן אין רייכטום אריבער בירושה? ביידע האבן ערגעצוואו צוריק אין די דזשענערעישאנס געהאט א זיידע וואס האט שווער געארבעט פאר זיין געלט. דער מיט'ן גנבנען פון ראובן און פארקויפן פאר שמעון און דער מיטן גנבנען פון גאט און פארקויפן פאר כלל ישראל. כדכתיב כי לה' הישועה.

טאמבל סאס: ייש"כ. דאס איז אן עמקות'דיג ווארט. אויב דו מיינסט דאס וואס איך מיין...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 2:01 pm
דורך טאמבל סאס
כ'קען נישט וויסן וואס דו מיינסט. אזוי טיף בין איך נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאוס: אז די זיידעס פון די היינטיגע רעבעס האבן געגנב'ט ישועות פון הימל פאר אידן...!

ס'איז דא אויף דעם עטליכע חסיד'ישע ווערטלעך און טייטשן.

איך ווער טאקע נתפעל פון ניטשע'ס א מאמר. אבער פונקט אזוי כאפ איך התפעלות פון א חסיד'יש ווערטל...! ס'איז א געמיש פון ראמאנטיסיזם און נאסטאלגיע...!

נ.ב.: יעצט וועל איך דארפן שרייבן א תגובה פון צעהן פאראגראפן כדי מסביר צו זיין מיינע איצטיגע ווערטער...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 1:59 am
דורך וואלווי
ר' בערעלע, איר געדענקט אודאי נאך ווי דער רבי זכרונו לברכה איז געזעצען מיט'ן ברך משה אין די בעק פון א קאנווערטעבל. מי יתן ווען אונזערע היינטיגע צדיקים וואלטען אויך געקענט שעפען פרישע לופט און זיך דערקוויקען אין קאנווערטיבעלס א בחינה פון בוקעת ועולה...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 10:56 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: זיכער געדענק איך. איך בין דארט געווען... 8-)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לויט ווי מען דערציילט, האט מען אייביג געעפענט דער דאך פון דער לעפקאוויטש מאביל ווען דער סאטמאר רב איז אריין, כדי ער זאל זיך נישט דארפן איינבייגען, און דערנאך האט מען עס גלייך פארמאכט. ווען ער איז ארויסגעפארן צום שיף אויפ'ן וועג קיין א"י, האבען די גבאים און שמשים און באשעפטיגטע מענטשען געוואלט מאכען א טאראראם כדי אויסצורופן דער דבר ה' ברמה, האבען זיי געברענגט די תינוקות של בית רבן, די לעכטיגע צורות אשר לא טעמו טעם חטא אז זיי זאלען אנפילען מיט זייער הייליגע קערפערס די געסער פון דער עיר ואם בישראל כדי ס'זאל מקויים ווערן וראו כל עמי הארץ וכו', און מ'זאל פייערען א צאתכם לשלום אזוי ווי פאפא וועט קיינמאל נישט קענען. ב"ה מ'האט פראדוצירט גענוג פלייש צו קענען באווייזען דער געוואלדיגע קונץ.

דאסמאל האט זיך, פארצופאל, דער דאך פון דער קאר זיך איינגע'עקשנ'ט און נישט געוואלט עפענען. דער סאטמאר רב האט געלאזט א פרעג טוהן וואס טוט זיך מיט די דאך, און די ארנטליכע שמשים האבען געמוזט מודה זיין אויף זייער פעלער אז דער דאך איז צובראכען און ער מוז אזוי ארומגיין די געסער פון דער עואב"י ווי א פער"פ וואל"ק ביז'ן אנקומען צום שיף.

דער זכות זאל זיי ביישטייען!