בלאט 3 פון 164

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:52 am
דורך בן תימא
וואס איז פשט פין די בילד פריער ווי מען האט ארעסטירט א חסידיש יונגערמאן וואס איז געוועהן יעצט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:00 am
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:קוק דעם קעפל פון דער בריטישער "גארדיען" צייטונג:
Brooklyn's ultra-Orthodox Jews rally behind accused in child abuse case
יעדער פארשטייט אז מ'מעג באטראכטן א מענטש אלס נישט-שולדיג ווילאנג זיין שולד איז נאכנישט איבערגעוויזן געווארן, אבער אפילו א ריכטער וועלכער מוז נעמען דעם כלל להלכה ולמעשה וועט נישט לאזן א באשולדיגטן מערדער זיך דרייען פראנק און פריי, עס גילט דא דעם כלל פון "כבדהו וחשדהו".
Innocent until proven guilty זאגט נישט אז מ'באטראכט אים אומשולדיג, נאר אז כדי צו "באשטעטיגן" דעם מענטשנ'ס שולד מוז דער פראקוראר דאס אויפווייזן, אנדערש נעמט מען אן זיין אומשולד. אין אזא פאל איז נארמאל אנצונעמען דעם "כבדהו וחשדהו" מהלך. ער איז טאקע נאך נישט "שולדיג", אבער ער איז קלאר א "באשולדיגטער". ווילאנג דער געריכט איז נאך נישט געענדיגט גילט דער "חשדהו". אלזא, דאס אז מ'פייערט זיין "אומשולד" בפומבי, און מאסן אידן שטראמען נאך צו אזא מסיבה - וואס איז פאררופן געווארן דורך פלאקאטן וועלכע האבן געוויזן מיסלס וועלכע ווילן אנגעבליך פארטיליגן אלע חרדישע אידן - טוט נאר אונטערשטיצן דאס וואס די פרעסע באשולדיגט.

נאך א נקודה - מאך זיך נישט אזוי תמימות'דיג מיט דעם "אינאסענט אנטיל פרואווען גילטי". ווען דער באשולדיגטער איז א נישט-אונזעריגער איז דער כלל אויך גילטיג? ווילאנג דער מערדער פון יחזקאל שמש איז נישט ארויס חייב בדין זענען נישט חרדי'שע אידן געבן קעגן אים אין געריכט?

איך הער. עפעס זאגסטע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:02 am
דורך [NAMELESS]
קארל האט געשריבן:ביי די מהומות היינט נאכט אין וויליאמסבורג:
http://youtu.be/brcI2KyKqGQ

פשיהא!! פרישע ווארע!!
טענק יא ווערי מאטש
:like :like :like
טאקע א מהומה נורא!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:12 am
דורך געפילטע פיש
חברה, איר כאפט אז איר זענט אויף קעמרע?
בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:22 am
דורך אךשמח
טעלעוויזיע פון היינט נאכט:

http://www.youtube.com/watch?v=krRPXpRT ... ata_player

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:27 am
דורך זר זהב
סי בי עס איז ליווינג אפ טו דער נעים. זיי זאגן אז 'סאיז א דיוויידעד קאמיוניטי, וואס ? טויזענטער שטיצן נ"וו, 10 ליידאקעס פראטעסטירן, דאס הייסט "דיוויידעד ?

עי בי סי באריכט עס גוט.

http://www.youtube.com/watch?v=9GxfXleT ... r_embedded

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:30 am
דורך זר זהב

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:30 am
דורך אךשמח

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:44 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס מיינסטע מיט "פרויען מיט שפיצלעך" ?

דעס איז א שפיצעל?
www.youtube.com/watch?v=UCicBrZpTw8&feature=youtube_gdata_player

----

יאנקעל האקט איבער מיטן זעלבע קליפ, נישט שיין... :o

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:47 am
דורך זר זהב
שוין געזען דעי אלע קליפס א 2 שעה צוריק כמעט, כ'האב נאר נישט געוואלט זיין דער ערשטער צולייגן דא משום טעמים כמוסים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:59 am
דורך געפילטע פיש
ס'האט מיר געמאכט טראכטען, וואס וואלט איר געזאגט אויב א ריפארטער באפאלט אייך מיט זיין קאמרע?

איך: I don't know either party and don't support either party. I don't know if he's innocent or guilty, I'll leave that for a court of law to decide.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:30 am
דורך איינער
זר זהב האט געשריבן:סי בי עס איז ליווינג אפ טו דער נעים. זיי זאגן אז 'סאיז א דיוויידעד קאמיוניטי, וואס ? טויזענטער שטיצן נ"וו, 10 ליידאקעס פראטעסטירן, דאס הייסט "דיוויידעד ?

עי בי סי באריכט עס גוט.

http://www.youtube.com/watch?v=9GxfXleT ... r_embedded


סי בי עס, פראבירט פשוט צו זיין פאליטיקלי אויסגעהאלטן, נישט צו מאכן אלע חסידים, שטיצער פון אן אנגעקלאגטער מאלעסטער/רעפיסט.
די כאפסט.....
עס זענען נאך דא חסידים וואס דארפן גייען מארגן צו די ארבייט, אן זיך צו באהאלטן פאר בשות נאך אזא מסיבה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:46 am
דורך איינער
איך וויל דא אין קאווע שטיבל אויסרופן מיין אומגעצוימטע שטיצע פאר:

פערל ענגעלמאן
מרדכי יונגרייז


פאר נעמען די שטארקע קוראזש, ארויס צו קומען נעכטן און פאבליק און פראנט פאר יעדען, אנטקעגן דאס פארדעקן מאלעסטעשאן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:58 am
דורך בן תימא
איינער האט געשריבן:איך וויל דא אין קאווע שטיבל אויסרופן מיין אומגעצוימטע שטיצע פאר:

פערל ענגעלמאן
מרדכי יונגרייז


פאר נעמען די שטארקע קוראזש, ארויס צו קומען נעכטן און פאבליק און פראנט פאר יעדען, אנטקעגן דאס פארדעקן מאלעסטעשאן.


פוי פוי פוי

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:35 am
דורך שרייבער
בן תימא
איך קען נישט די אידן, איך האב נאר געהערט די מעשיות, האט מען מאלעסטעד יונגרייז קינד? אויב יא, וואס ווילסטו פון אים? האט ער געקענט גיין צו איינעם? אדער מען האט אים טעראריזירט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:55 am
דורך לעמיל
פארוואס האט מען ארעסטירט די חסידשע אינגערמאן?
ווער זענען די וואס האבען פראטעסטירט? אידען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:09 am
דורך שרייבער
לעמיל האט געשריבן:ווער זענען דעי וואס האבען פראטעסטירט? אידען?



ליידער, ס'האט מיר געקאסט א טרער :oops:

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:12 am
דורך דעמאקראטיע
אויף סי בי עס זעה איך אז ר' נ.וו. האט זיך באטייליגט דארט אין דער עולם קלאטש פאר אים
קען איינער געבן א מער דעטאלירטער באריכט וואס דארט איז פארגעגאנגען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:12 am
דורך לעמיל
שרייבער האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:ווער זענען דעי וואס האבען פראטעסטירט? אידען?



ליידער, ס'האט מיר געקאסט א טרער :oops:

ממש אזוי?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:43 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
איינער האט געשריבן:די פראבלעם איז נישט אז ביי אונז, אז דער ״פראבלעם״ איז בעצם גרעסער ווי אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט. נאר אז מען באדעקט עס, און מען רודפ׳ט גאר דעם קרבן פאר דערציילן און חושד זיין דעם אזויגערופענעם צדיק/טעראפיסט, און יענער קען אנגייען און מאכן נאך קרבנות. פארדעם דארף מען שוין איינמאל דעם פארמאכטן סיסטעם וואס איז דא נאר ביי אונז.


איך ווייס באמת נישט וואס דער אמת איז. א קרבן ווערן גע'רודפ'ט איז רציחה און דאס פאדערט נישט קיין הסכמה פון קיינעם. איך רעד אבער פון די וואס טומלען פון דרויסן -- די ארבעט ווערט במילא געטאן (זעסט דאך אז די פרעסע איז אויף דערמיט). איך גיי זיך אבער נישט צו זיין צושטעלן, ווייל איך ווייס אז יענער וויל מיך און מיינס גלייכן זען אין דער ערד. היות איך בין נישט גרייט נאך צו גיין אין דער ערד, פרואוו איך אוועקשטיין פון זיי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:11 pm
דורך זר זהב
דעמאקראטיע האט געשריבן:אויף סי בי עס זעה איך אז ר' נ.וו. האט זיך באטייליגט דארט אין דער עולם קלאטש פאר אים
קען איינער געבן א מער דעטאלירטער באריכט וואס דארט איז פארגעגאנגען?

דאס איז נאך א חלק פון זייערע בי עס. יענער איז גארנישט נ"וו !!

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:19 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:
דעמאקראטיע האט געשריבן:אויף סי בי עס זעה איך אז ר' נ.וו. האט זיך באטייליגט דארט אין דער עולם קלאטש פאר אים
קען איינער געבן א מער דעטאלירטער באריכט וואס דארט איז פארגעגאנגען?

דאס איז נאך א חלק פון זייערע בי עס. יענער איז גארנישט נ"וו !!

סע איז יא נ. וו.!!!

און נאר איינער קלאטשט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:21 pm
דורך יואליש
כ'מיין ס'איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אז ווען וועבערמאן האט געקלאגט קרימינאל א יתום אין געריכט און אים געוואלט איינזעצען פאר א נער'ישע טעכנישע סיבה, איז נישט געווען קיין קאנטענענטעל מסיבות, נישט געווען קיין "מסירה" געשרייעריי, מ'האט נישט געבלוטיגט אז פאר א אידיש קינד דראעט חלילה צו שמאכטן לאנגע יארן אין תפיסה מיט די ארגסטע פארברעכערס. וויליאמסבורג איז געווען שא שטיל. אלעס איז געווען אונטער קאנטראל. דעם בחור'ס צער איז נישט געווען אונזער צער (לכאורה ווייל ער איז א "באם").

יעצט שפראצט ארויס דאס אידיש געפיל פאר א צווייטן איד וואס יעדער פארשטייט לא זו הדרך (אפי' אויב די אשמה איז ווען יא אמת).

דרך אגב, ס'איז דא וואס שפעקעלירן אז די יעצטיגע קלאגעס איז א נקמה שפיל פאר די רציחה פון וועלן אריינשליידערן א יתום אין טורמע. וואט גאוס אראונד, קאומס אראונד.