בלאט 3 פון 7
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:11 pm
דורך שמעקעדיג
גיי ווייס... פיינע נייעס איז קאמינג!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:26 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע גאס? איך בין אין די גוסטע אהינצוגיין...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:30 pm
דורך לית דין בר נש
ווארט א מינוט איך קום מיט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:45 pm
דורך יואב
יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע. איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:26 am
דורך הדד בן בדד
איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.
זייער שיין.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:27 am
דורך יואב
יואב האט געשריבן:יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע. איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)
נאך א מעלה וואס ס'האט דאס אייז קרעם הויז: דער עיר קאנדישאנער באכעט דארט אויף כוחות, מילא שוויצן נישט די ארבעטער, מילא קען איך מיך איינהאנדלען א סענדוויטש רואיגערהייט. ומכאן הקריאה יוצא, צו די פילע בעלי בתים פון אכילה געשעפטן. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער משוגע'נער, אבער אז איך קום אריין אין געשעפט, און ס'רינט שווייס פון דעם שפאנישן ערל, שפאציר איך ארויס פון דארט נאך שנעלער ווי איך בין אריין. אזוי אויך זאל דער סארווער ביטע טוישן די הענטשקעס, צווישן סערווירן איין קונד פון דעם צווייטן. איך ווייס דאך נישט צו דער זכר האט נארוואס געווישט זיין שווייס, אריין אין דער זעלבער הענטשקע וועלכע איז אנגעבליך פייכט פון "ריינע וואסער."
וואס ס'טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד, וויל איך אפילו נישט טראכטן, גענוי ווי איך פראביר צו מסיח דעת זיין פון דעם האן גערוך, אייער פראדוקציע , אקס צונג, קו געהענגל, פאמאגרענעט פיקטשער און פערטעליזאציע , בשעת איך פראביר צו זעטיגן מיין זעל. אבער לפחות מבחוץ, שטעלט אייך אהער ווי מענטשן. בבקשה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:58 pm
דורך לית דין בר נש
הדד בן בדד האט געשריבן:איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.
זייער שיין.
און וואס איז מיט אפעל"ס גראסערי אויף 14 עוו.
דער גישעפט איז גיוועהן/אויסגיזעהן ווי די נאכגעלאזסטע גישעפט אין שטאט
הערליך שיין איבערגעמאכט!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:59 pm
דורך יואב
בשורה טובה "תדשן עצם" אין יעדן זין פון ווארט.
די "ספרינקלס" אייז-קרעים פירמע האט געפענט אירע טויערן צו א הערליך-נייעם געשעפט אויף וואלעבאויט צווישן לי און בעדפארד.
דאס איז א ישועה פאר די תושבים וועלכע האלטן זיך אויף אין די געגנטער פון בערך דעם פירשט ביז דעם העכערן חלק הארץ פון דער הייליגער שטאט וויליאמסבורג: מער וועט נישט דארפן קלעטערן טף ונשים ביז בעדפארד וואלעבי אלץ כדי צו קענען א לעק טאן אביסל אייז-קרעם. אייז קרים על נפש עייפה, אבער די שמועה טובה ברויך מער נישט זיין מארץ מרחק.
דאס געשעפט זעלבסט איז א גאר פראכטפולע, און גייט אין שפאן מיט'ן מאדערנעם געשמאק. די באקאנטע פלאמ'ס איז דאס ברויט געבער דארט, און די ספרינקלס פירמע האט אראפגעשטעלט די צענדליגער מאשינען לתת לנו חלב ודבש, סעלף-סערווד אין גרעסערן טייל. קאסטומער סערוויס איז דערהויבן - - אויפדערווייל. בלייבט בלויז איבער פאר אנ"ש נאך א ווינקל וואו צו קענען משלים זיין די מאה ברכות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:03 pm
דורך קאסטנער
יאפ א שיין שטיקל אהערגעשטעלט.
נאר א שאד אז עס איז געווארן גרייט צום ווינטער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:40 am
דורך שמעקעדיג
יואב האט געשריבן:אייז קרים על נפש עייפה
![אגודל-אויף-ארויף :like](./images/smilies/Thumbs_up.gif)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:33 am
דורך הדד בן בדד
לית דין בר נש האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:איך חידוש זיך אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דא איבער דעם איבערגעבויעטן גאלדבערג סופערמארקעט אויף אכצנ'טע עוועניו. איך בין שוין זייער לאנג נישט דורכגעפארן דארט, מילא ווייס איך נישט ווילאנג צוריק זיי האבן איבערגעמאכט, אבער נעכטן בין איך אריבערגעפארן, עס איז עפעס אזוי שיין אז איך האב פלעין געמוזט אריינגיין אפשטאטן א באזוך.
זייער שיין.
און וואס איז מיט אפעל"ס גראסערי אויף 14 עוו.
דער גישעפט איז גיוועהן/אויסגיזעהן ווי די נאכגעלאזסטע גישעפט אין שטאט
הערליך שיין איבערגעמאכט!
זאג נאר, דו ווילסט פארגלייכן די צוויי? אפעלס איז טאקע שיין איבערגעמאכט, אבער נאך אלעם איז עס געבליבן א קליינע גראסערי, נאר פשוט נישט אזוי נאכגעלאזט ווי אמאל. אבער גאלדבערגס איז דאך עפעס א פראכט. ממש הערליך געמאכט, פון דרויסן און פון אינעווייניג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:57 am
דורך לית דין בר נש
זאג נאר, די ביסט אויפגעשטאנען?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:02 am
דורך I'm back
איי געס אז פראכט מיינט עפעס אנדערש ביי הדד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:יואב האט געשריבן:יעצט געווען אין דער ווילי לאקאציע. איך וואלט אפגעגעבן מיין שטימע פאר דעם מילכיגען בלא-בעררי אייז-קרעם. ס'עפעס שלא מעלמא הדין.( על כל פנים אין דער איצטיגער גוסטע.)
נאך א מעלה וואס ס'האט דאס אייז קרעם הויז: דער עיר קאנדישאנער באכעט דארט אויף כוחות, מילא שוויצן נישט די ארבעטער, מילא קען איך מיך איינהאנדלען א סענדוויטש רואיגערהייט. ומכאן הקריאה יוצא, צו די פילע בעלי בתים פון אכילה געשעפטן. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער משוגע'נער, אבער אז איך קום אריין אין געשעפט, און ס'רינט שווייס פון דעם שפאנישן ערל, שפאציר איך ארויס פון דארט נאך שנעלער ווי איך בין אריין. אזוי אויך זאל דער סארווער ביטע טוישן די הענטשקעס, צווישן סערווירן איין קונד פון דעם צווייטן. איך ווייס דאך נישט צו דער זכר האט נארוואס געווישט זיין שווייס, אריין אין דער זעלבער הענטשקע וועלכע איז אנגעבליך פייכט פון "ריינע וואסער."
וואס ס'טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד, וויל איך אפילו נישט טראכטן, גענוי ווי איך פראביר צו מסיח דעת זיין פון דעם האן גערוך, אייער פראדוקציע , אקס צונג, קו געהענגל, פאמאגרענעט פיקטשער און פערטעליזאציע , בשעת איך פראביר צו זעטיגן מיין זעל. אבער לפחות מבחוץ, שטעלט אייך אהער ווי מענטשן. בבקשה.
יואב: דו דערמאנסט מיך א מעשה שהיה. (לעומת א מעשה שלא היה.) מיט א סאך יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו ארבעטן מאחורי הפרגוד אין א טייערן (נישט כשר'ן) רעסטאראנט אין די וואל סטריט געגנט. די קאמפאני פאר וועם איך האב דאן געארבעט האט געמאכט אן אינסטאלאציע דארט. זייענדיג אין קאך, האב איך באמערקט אז דער קעכער, וועלכער האט געהאלטן אין מיטן אריינלייגן א לאבסטער אין טאפ אריין, האט אויכעט מיט געלייגט א שיעור רביעית פון שווייס פון זיין שטערן...און דאס האט מען נאכדעם גע'סערווט פאר די חשוב'ע געסט...פאר א טייערן פרייז...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:35 am
דורך הדד בן בדד
וגם אני אענה חלקי. מיט בערך פינף און צוואנציג יאר צוריק האט מיר פארציילט אן עלטערער איינוואוינער פון די קעטסקילס אז ער פלעגט רעגלמעסיג סערווירן איינער פון די מעינטענענס פונקציעס אין דעם קאך פון דעם וועלטס בארימטער קאנקארד האטעל (דעמאלס געווען "דער" סימבאל פון רייכקייט און לוקסוס), און דער שוידער און עקל וואס ער האט געהאט יעדעס מאל באזונדער פון דעם שמוץ און חזיר'יי וואס דארט האט זיך אפגעטוהן. ער פלעגט אונטערן נאז לאכן פון די אלע מיליאנערן וואס צאלן די הויכע פרייזן פאר עסן פון אזא שמוציגן קאך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:20 am
דורך שאולדיספריםפאקער
מבשר ואומר האט געשריבן:נייער געשעפט קומט קיין בארא פארק, 56 און 17.
וואספארא געשעפט גייט דאס זיין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 3:34 pm
דורך קרעקער
באזוכט אין ב"פ ביוטערפול נייע ניסלעך געשעפט אויף 16 ביי 47 נאטערי
קען איינער ברענגען בילדער?
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:58 am
דורך BAL TSHIVA
מבשר ואומר האט געשריבן:נייע פריש איבערגעבויטע פרוכט און נאש געשעפט אויף 16 עוועניו אין בארא פארק.
Under new owner?
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:25 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:31 am
דורך גוטע פינטעלך
אוי רבונו של עולם געב מיר אביסל'ע כח, כח, כח,! דער ניגון קען זיין א געוואלדיגע אדווערטייזמענט פאר דעם געשעפט.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:21 pm
דורך קאווע טרינקער
אגב. די סעמענט פארנט פונעם געשעפט איז געפערליך נישט אויסגעהאלטען פאר די ווינטער סעזאן. ס'איז מן הסתם נישט ליגאל.
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
Cafe 28
אין ווילי